באקומען אין אימעיל פון א גרויסער עסקן וואס האט שוין געהאלפען טויזנטער אידן בעיניני רפואה:
ביטע שטעל ארויף מיינע ווערטער אויף איטיש
איך וויל נישט שאדן מאכן פאר טויזנטער אידן וואס האבן ניצן פון CBD אין די שווערסטע מצבים דעריבער וויל נישט ענטפערן קיין וויכחים וואס וועט ארויפברענגען דעם פאלשן אשכול אבער איינמאל פאר אלעמאל קלארצישטעלן
ווייל היות מוועט דא געפיטערט פון איינעם וואס האט כנראה OCD אזש ער פאלט אריין אין געוויסע איינרעדענישן גאר שטארק
דעריבער איז וויכטיג קלארצישטעלן די מציאות הדברים
(דער שרייבער אויף איטיש איז גראדע א צווייטער וואס נעמט נעבעך די אינפא פון יענעמס קעיס)
לפי ידיעתי רעדט זיך עס פון א אינגערמאן א מאמין אין א דאויסער (כישוף מאכער) אין וו"ב צי וועם דער אינגערמאן איז געגאנגען 5 יאר צוריק און זי האט אים געווארענט נישט צוצורירן CBD אין די צייט וואס CBD איז ארויסגעקומען אין די היימישע מארקעט (און מחשש פרנסה האט יענע קייטל אפגעמאכט אז עס איז דראגס א זאך וואס די FDA באשטעטיגט אז עס איז נישט)
אבער ער האט נישט געפאלגט די כישוף און פארט געווואלט פרובירן און ער געהאט אויסטערלישע סוקסעס מיט CBD נאך וואס די מעדיקעישן זאלאפט האט אים נישט גוט געארבעט ער האט געהאט אפס און דאונס אזוי ווייט אז ער האט נישט געקענט פאסטן יום הקדוש (עס מאכט זיך אסאך ווייל נישט יעדע מעדעצין ארבעט גוט פאר יעדן) און ער האט געהאט 5 יאר סוקסעס נישט נאר מיטן פאסטן יום הקדוש נאר מיט נאך אסאך זאכן וואס נאר זיין טעראפיסט מיט מיר האבן מיטגעהאלטן ער איז געשטיגן למעלה מן המשוער אנע באמפס אינמיטן, א זאך וואס מהערט ווייניג ביי מענטעל קעיסעס אין משך פון 5 יאר
ער האט מיר כמעט יעדן טאג גערופן און כסדר אויפגעוויסן אז ווען ער לאזט בטעות אויס די CBD זעהט ער ווי עס טויג אים נישט די מצב און אויך ווען ער לאזט אויס די מעדעצין טויג עס ווייטער נישט אזוי אז ער זעהט אז ער מוז האבן ביידע און אזוי האט דער כישוף מאכער מסכים געווען זעענדיג די מציאות מיט די אויגן
יעצט אויב וואלט מענטשהייט געווען ישרות וואלט זיין קעיס געווען די גרעסטע באווייז אז CBD שאדט נישט פאר די זאלאפט נאר אדרבה עס ארבעט א מחי' אינאיינעם
אבער היות דער אינגערמאן האט פארגאנגענעם חוה"מ נישט גענומען געהעריג קיין מעדיקעישאן א זאך וואס איז סתם אזוי סוסייד איז ער נאך יו"ט אריינגעפאלן אין א שווערן מצב
היות ער איז אנגעקומען צי איינעם פון הצלה וואס איז אנגעגעסן קעגן נאטירלעך (אפשר מיט רעכט קעגן די בעלי דמיון און אומאחריותדיגע פארשוינען וואס פון די איז דא גענוג און מדארף יעדע זאך גיין במתינות מיט א דאקטער וכדומה אפצישאצן שכר כנגד ההפסד צי וויסן וואס יא און וואס נישט) האט יענער גלייך געגלייבט דעם פאציענט וואס האט דאן גערעט פאר פייער און פאר וואסער אבער ווער ווי מיר וויסט דען נישט וואס מיט אים האט פאסירט ווען די לעצטע 5 יאר עד היום הזה קלינגט ער מיר יעדן טאג
און היות מרס... בעל הכישוף פון וו"ב האט אים געזאגט אז די CBD איז די פראבלעם האט ער געגלייבט מיטן גאנצן הארץ און עס איבערגעגעבן אזוי אויף דעם אופן און דער הצלה מעמבער האט שוין גערעט מיט א דאקטער וואס האט אין געשאקעלט מיטן קאפ אז אפשר טאקע ויצא הקוגעל הזה
יעצט לגופו של ענין מהאט געברענגט דארט א לינק פון א שטודיע וואס זאגט אז עס קען אפשוואכן די זאלאפט אבער דארט רעדט מען פון IV וואס מיינט אז ביידע קומען אריין אינאיינעם וואס מיט דעם איז באקאנט אז CBD דארף מען אפטיילן כאטש א שעה פון אנדערע מעדעצינען וואס דאן איז לא קרוב זה אל זה
איך ווייס אז ער גייט טענהן אז ער רעדט פון א אנדערע מעשה אבער איך ווייס עס בידיעה ברורה נאך רעדן מיט יענעם הצלה מעמבער פון וועם מרעדט און נאך אסאך קלארקייט וואס איך קען נישט שרייבן אלס קאנפידעשנעל
און לאמיר צוקומען צום פוינט וואס איז נוגע אפילו אויב די פטפוטי דברים וועלן פארקרומען די מאטיוון פון מיינע ווערטער
היות מהאט אנגעדרייעט די אלע שמועות דא האב איך געטראכט אז אפשר דאך איז דא עפעס דערין און אויב יא איז אדרבה העמיר אנרופן די סוחרים פון CBD און זיי אנזאגן אכט צי נעמען איבער דעם דעריבער האב איך געפרעגט ביי טעקסט א גרויסן סעקייעטריסט אין מאנסי וואס טויזנטער חרדישע אידן ניצן אים און איך ניץ אים אויך פאר טייל פון מיינע פאציענטן און כוועל ארויפשטעלן וואס ער האט מיר געשריבן
Me to the Dr.: Hi Dr. some one tells me in name of Dr's that they see CBD makes problems
If it's true let me know please
Dr.: No problems with CBD. I recommend it every day
Me: And you see results it should helping people?
Dr: yes
Me: Ok thanks and you don't see it interact with any medications?
Dr: nothing
ביטע ארויפשטעלן און מיר נישט איבערעגעבן וואס מרעדט נאכדעם ווייל איך גיי אין קיין וויכחים נישט אריינגיין כוויל נישט אריינשפילן אין די הענט פון די מערכה פירער קעגן א רפואה מיטל פון השי"ת פאר אונזער שוואכן דור וואס אפילו מיט אלע מעדעצינען וואס קומען כסדר ב"ה ארויס צי העלפן מענטשן איז נאך דא גאר אסאך אידן וואס דראפן זיך אויף גראדע ווענט יארן לאנג און ווארטן אויף א ישועה
און עס וואונדערט מיר ווי ערנסטע מענטשן קענען ווערן אריינגעשלעפט אין אזא שטות וואס קען שאדן מאכן אזויפיל אידן וואס וואס וועלן ליידן יסורים נוראים אויב מוועט זיי אפשרעקן דערפון און קען ווען פארמיטן ווערן מיט CBD וכדומה
און אויב א דאקטער זאגט אייך אנדערש אדרבה פאלאוט אייער דאקטער אבער מאכט נישט קיין מערכות און דרייט נישט איבער וועלטן אויף הבל הבלים
זעה באגעלייגט די באריכט אז איינס פון 3 אין אמעריקא נעמען CBD וואס מיינט ארום 100 מיליאן מענטשן
https://www.google.com/search?q=1+in+3+ ... afe=strict
https://store.samhsa.gov/sites/default/ ... 04-003.pdf
אויב איינער בעהט מיין נאמען אין אישי קענסטו עס געבן געזינטערהייט איך קען יעדן ווייזן מיין קאנווערסעישאן מיטן דאקטער