
- Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 2373 מאל
חלק ז
וואס הייסט ענק האבן געטון א טעות און נישט געמאכט א טעות? וואס איז די חילוק? וועל איך דיר מסביר זיין, מיטן מאכן א טעות מיין איך צו זאגן אז אונז האבן געדארפט איינעם פארכאפן און אונז האבן פארכאפט די נישט ריכטיגע מענטש, און געטון א טעות איז אז מ'האט געטון דא א זאך וואס מ'האט בכלל נישט געדארפט צו טון...
האב איך איהם געפרעגט איז אויב האבן ענק נישט געדארפט צו פארכאפן קיינעם איז וואס האבן ענק מיך פארכאפט? ער איז שטיל געווארן פאר א מינוט ס'האט אויסגעזען ווי ער קווענקלט צי ער זאל מיך ענטפערן אדער נישט, און נאך א מינוט פון שטילקייט רופט ער זיך אן צו מיר, בעצם וואלט איך דיר נישט געדארפט ענטפערן, נאר וואס דען, איך קען דיך נישט האלטן דא,
ווייל אונז נעמען געווענטליך געוויסע מאסנאמען פאר אונז פארכאפן א מענטש כדי מ'זאל נישט ארויפקומען אויף אונזערע שפירן, און אזוי ווי מ'האט דיך נישט געדארפט צו פארכאפן, האט דער וואס האט דיך פארכאפט נישט גענומען די נויטיגע מאסנאמען, און צוליב דעם אויב אונז האלטן דיך דא פאר צו לאנג וועט מען דיך אנפאנגען זיכן און מ'וועט ארויפקומען אויף אונזערע שפירן, און נאר דאס פעלט אונז יעצט אויס...
האב איך צוליב דעם אפגעמאכט דיך ארויסצולאזן, און סתם ארויסלאזן קען איך נישט ווייל דו וועסט גלייך לויפן צו די פאליציי, און איך בין גאנץ ווייניג אינטערעסירט אז מ'זאל ארויפקומען אויף אונזערע שפירן, נאר דו וועסט ארויסגיין און דו וועסט ארבעטן פאר אונז, און וואס דו וועסט טון וועל איך שפעטער צוקומען, און אזוי ווי דו גייסט מיט דיין גוט הארץ אנפאנגען צו ארבעטן פאר אונז פרייוויליג און אומזינסט, וועל איך אלס אנערקענונג פארן ווערן א חלק פון אונזער גענג, דיך פארציילן וואס דא איז פארגעגאנגען...
דו האסט שוין לכאורה פארשטאנען אז אונז זענען א דראג גענג, און אונז האבן לעצטנס געהאט אפאר מאל וואס געוויסע גענג מיטגלידער זענען כמעט געכאפט געווארן דורך די פאליציי, צוליב וואס די פאליציי האבן געווארט דארטן אויפן פלאץ ווי מיינע מענטשן האבן געדארפט דורכפירן דעם דיעל, און אין די לעצטע מינוט האבן אונז אויסגעפינען אז די פאליציי ווארט אונז אפ דארט און אונז האבן זיי געלאזט ווארטן דארט, מעגליך אז זיי ווארטן נאכאלץ דארט,
און די פאליציי האבן נישט געהאט קיין שום וועג אויסצוגעפינען די פרטים וועגן דעם דעיל, ווי ס'האט געדארפט דורכגעפירט ווערן, וועלעכע טאג און פונקטליך וויפיל אזייגער אונז אפצואווארטן, דאס האט מיך אנגעהויבן מאכן טראכטן אז אונז האבן א ביליגע פארעטער צווישן אונז דא וואס ליקט ארויס אינפארמאציע פאר די פאליציי, פאר עפעס אן אומבאקאנטע סיבה, צי פאר געלט, צי פאר נקמה גאר...
איך האב אפגעמאכט אז איך גיי טרעפן דעם נידריגן פארעטער וואס גיבט אונז ארויס פאר די פאליציי, איך האב מיך אריינגעלייגט אין דעם ענין און נאך א שטיק צייט בין איך געקומען צו א מסקנא אז ס'מוז זיין איינער פון דריי מיטגלידער פונעם גענג וואס נאר זיי האבן געוויסט אלע אינפארמאציע איבער די פאר מאל וואס די פאליציי איז כמעט ארויפגעקומען אויף אונזערע שפירן,
און כדי זיכער צו מאכן פון צווישן די דריי חברה ווער עס איז, אדער אויב איז עס צוויי פון זיי, אדער גאר אלע דריי און זיי ארבעטן צוזאמען, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי זיי לאזן וויסן פאלשע אינפארמאציע איבער א דיעל, אבער נאר פאר איינעם אויף אמאל, דאס הייסט פאר יעדעם אן עקסטערע שפיל, אזוי וועל איך קענען זען צי זיי ארבעטן צוזאמען צי נישט, און אויב נישט ווער פון זיי ס'איז דער נידערטרעכטיגע יונג...
די לעצטע שטיק צייט האב איך געארבעט אויף די דריטע פאלשע דיעל, וואס האט נעכטן געדארפט פארצוקומען און טאקע אויף די פלאץ ווי דו האסט געווארט פאר א היטש, און אלעס איז געפארן גלאטיג, ביז...
ביז דער גוטהארציגע אומשילדיגע דרייווער האט זיך אפגעשטעלט דיך צו געבן א היטש, וואס טאקע ער איז געווען דער וואס איך האב פארדעכטיגט אז ער ארבעט מיט די פאליציי, ער האט דיך געזען דארט שטיין אויף דעם פלאץ ווי ס'האט געדארפט פארקומען די דיעל, און די האסט געווארט דארט א לאנגע צייט און דאס האט געהויבן זיין נייגער ווער דו ביסט און וואס דו זוכסט דארט, ער האט אונז גלייך אינפארמירט אז ס'איז דא איינער וואס ווארט שוין א לאנגע צייט אויף די פלאץ ווי ס'דארף פארקומען די פארקויף אקציע,
איך האבן געהאלטן אז ער וויל אונז סתם פארדרייען א קאפ און ער וויל פשוט ווייזן ווי שטארק געטריי ער איז ווייל ער האט אנגעהויבן פילן אז די הויט ברענט אים, ווייל די פאליציי איז גענוג קלוג נישט צו לייגן זייער'ס אן אגענט צו ווארטן אפענערהייט גלייך נעבן ווי ס'דארף פארקומען די דיעל, ווייל זיי ווייסן אויך אז ס'גייט ציען פארדאכטן, האב איך אים געזאגט אז אויב איז ער זיכער זאל ער דיך פארכאפן און אהערברענגען...
למעשה האט ער געזען אז דו קומסט אזוי פרייוויליג אריין אין זיין קאר, האט ער פארשטאנען אז ער האט געמאכט א טעות און דו האסט גארנישט מיט די פאליציי, און ער האט מורא געהאט צוליב עפעס א סיבה וואס אונז האבן נאכנישט ארויסבאקומען פון אים, און ער האט צוליב דעם דיך געוואלט ארלעדיגן, און זעענדיג אז דו האסט דיך באוויזן ארויסצוזען פון זיין קאר, האט ער דיך פאר יעדע פרייז געוואלט צוריקכאפן, ווייל ער האט נישט געוואלט אז מ'זאל אים יעצט ארומזוכן אין אלע גאסן אלס א מערדער, האט ער מיך מודיע געווען אז ס'איז אים געלונגען צו כאפן דער פאליציי דיטעקטיוו וואס איז געשטאנען אין די זייט פון די ראוד און אלעס אבזערווירט, און ער האט זיך ארויסגעכאפט פון זיין קאר און ער איז אריינגעלאפן אין א וואלד, האב איך גלייך ארויסגעשיקט צוויי פון אונזערע חברה אז זיי זאלן אים העלפן דיך צוריקצוכאפן...