בלאט 199 פון 295
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 1:37 pm
דורך שבת קודש
לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 08, 2024 11:24 pm
"מוסדות קרית יואל" בויט אויף צוויי מעגא-בילדונגס פאר 110 מיליאן טאלער.
די תלמוד תורה גייט זיין היסטאריש גרויס און היסטאריש הויעך, יעדע פון די 8 שטאק גייט זיין צווישן 14 ביז 17 פיס הויעך פלאס א הויף אויפן דאך מיט א 17 פיסיגע וואנט און א 7 פיסיגע מאלדינג אויף דעם מיט די שם הנדבנים, סך הכל גייט די 165,000 סקווער פיס בילדונג זיין 155 פיס הויך.
פון פארנט גייט די בנין זיין זעקס שטאקן (זיבן מיט די הויף) פון די בעק גייט עס זיין 8 שטאקן (9 מיט די הויף)
שרעקעדיג הויעך..
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 1:37 pm
דורך בן תורה
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 09, 2024 1:35 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 08, 2024 11:24 pm
"מוסדות קרית יואל" בויט אויף צוויי מעגא-בילדונגס פאר 110 מיליאן טאלער.
די תלמוד תורה גייט זיין היסטאריש גרויס און היסטאריש הויעך, יעדע פון די 8 שטאק גייט זיין צווישן 14 ביז 17 פיס הויעך
פלאס א הויף אויפן דאך מיט א 17 פיסיגע וואנט און א 7 פיסיגע מאלדינג אויף דעם מיט די שם הנדבנים, סך הכל גייט די 165,000 סקווער פיס בילדונג זיין 155 פיס הויך.
פון פארנט גייט די בנין זיין זעקס שטאקן (זיבן מיט די הויף) פון די בעק גייט עס זיין 8 שטאקן (9 מיט די הויף)
דאס איז נישט סתם א מאלדינג פאר שם הנדבנים... דארט גייט זיין א ריזיגע שפיל הויף.
דאס האסטו פארזעהן לכאורה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 1:38 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אה. גערעכט.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 4:02 pm
דורך שבת קודש
וואס ווילן זיי פונעם ביהמ''ד?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 4:05 pm
דורך דעת קדשי
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 09, 2024 4:02 pm
וואס ווילן זיי פונעם ביהמ''ד?
טראמפ קומט???
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 4:09 pm
דורך דעת קדשי
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 09, 2024 4:02 pm
וואס ווילן זיי פונעם ביהמ''ד?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 5:05 pm
דורך אהבת עולם
*מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א*
לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט''א (מאנטשעסטער)
בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, וחתן הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטער שליט''א אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער.
*שישו ושמחו בשמחת רבינו*
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 5:57 pm
דורך מיילעך פריילעך

בצילא דמהימנותא

מיטוואך ברכה א':
יעצט נאכמיטאג ארום 4:30 איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. די הויפט פון די סטעיט פאליציי פון ניו יארק סטעיט, אינאיינעם מיט עטליכע הויכראנגיגע סטעיט פאלציי באמטע, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו - ווילעדזש אדמיניסטראטאר, נאך א לענגערע באזוך אין שטאט קרית יואל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדן באזונדער.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:19 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
פייערדיגע דברי מחאה דורך הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א נגד רעיון הציוני געהערט געווארן ביים דרשת שבת שובה פארגאנגענעם מאנטאג פרשת האזינו געהאט גאר ווייטע אפקלאנג ווערנדיג געדעקט אויף פילע חרדי'שע מידיע נעצן אין ארץ ישראל.
פארגאנגענעם מאנטאג פרשת האזינו ביים גרויסארטיגן עצרת רבתי פאר אלע חברי קהילתינו הק' תושבי עיר וויליאמסבורג וואו הגה"צ דער רב שליט"א האט משמיע געווען א פייער'דיגע דרשה אלץ דרשת "שבת שובה", האט דער רב שליט"א צווישן אנדערע בקול חוצב אויסגעשריגן פייער'דיגע דברי מחאה איבער די ענין פון ציונות ואביזרייהו, און ארויסגעברענגט דערביי דעם ריכטיגן בליק פון א סאטמאר'ער חסיד אין דעם מצב וואס מ'געפונט זיך היינט ווען ס'בוזשעוועט א גרויסע נסיון אריינגעשלעפט צו ווערן אינעם טריפה'נעם נעץ פון מחשבת מינות ואפיקורסות ח"ו.
צווישן די נקודות האט דער רב ארומגערעדט איבער די איסור חמור פון זיך מיטפרייען מיט די א.ג. הצלחה מיט וואס די ציונים טראמפייטערן די לעצטערע וואכן, ארויסברענגענדיג אז אפי' אויב ס'וואלט ווען געווען א הצלחה, טאר עס נישט האבן די מינדעסטע השפעה אויף א סאטמאר'ער אינגערמאן, און דער רב האט דערביי טרעפליך צוגעשטעלט אז פונקט ווי ווען די נאציס ימ"ש האבן געהאט א הצלחה, וואלט קיינער נישט געטראכט צו רעדן מיט התפעלות דערפון און זיך זיכער נישט מיטגעפרייט, כ"ש דא וואס 'גדול המחטיאו יותר מן ההורגו' איז זיכער אז מען טאר זיך נישט מיטפרייען אדער שפירן די מינדערסטע סימפאטיע צו זיי.
דער רב האט גאר שארף ארויסגעברענגט אז ווען מ'לייגט ווען אלע עבירות שבתורה אויף איין זייט פונעם וואגשאהל און די מדינה הציונות אויפ'ן צווייטע זייט וואגשאהל, וואלט די טריפה'נע מדינה איבערגעוואויגן,
און דערביי געזאגט אז יעצט ווען ס'קומט די הייליגע טעג און מ'איז מתפלל 'וכל הרשעה כלה כעשן תכלה', מעג מען, און מען דארף אינזין האבן די מלכות הרשעה אז זיי זאלן בטל ווערן, און דורכדעם וועט די גאולה שלימה קומען.
די דברים חוצבים היוצאים מן הלב האבן געהאט א ווייטגרייכנדע השפעה און גאר א מאכטפולע אפקלאנג איבער דער גארער וועלט זיך פארשפרייטנדיג בליץ שנעל פון מויל צו אויער, אנקומענדיג צו אלע חרדי'שע מידיע נעצן ביז די ווייטע ארץ ישראל.
די קידוש שם שמים וואס איז ארויסגעקומען איז אין לשער, ווייזנדיג מיט א קלארקייט פאר די גאנצע וועלט אז קהילת סאטמאר בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א שטייט ווייטער פעלזן פעסט געבויעט מיט די שיטה הקדושה פון מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע, און וועט זיך נישט לאזן פארכאפט ווערן אין די טומאת הציונות.
ויהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:23 pm
דורך לא ימושו מפיך
מאסיווע סוקסעס העכער אלע ערווארטונגען אין די ערשטע צוויי וואכן פונעם עפעענוג פונעם הערליכן בית המדרש לב אהרן אין וויליאמסבורג.
די סאוט געגנט וואס איז מער די שיטערע געגנט אין וויליאמסבורג און איז ליידער באזעצט מיט גאנצעטע בנינים פון נישט היימישע - האט ממש ווי אויפגעשטראלט מיט אזא הערליכע מקום רוחני וואס איז ממש די כלילת יופי און טוט ארויפברענגן די גאנצע געגנט עשר מעלות רמות בתורה, עבודה, טהרה, גמ"ח וכו.
יעדע איינציגסטע דעטאל פונעם בית המדרש איז הערליך און פראקטיש פארענדיגט מיט קאפ ומחשבה להגדיל תורה ולהאדירה, די בית המדרש ווירבעלט ערב בוקר וצהרים מיט מנינים רונדע די זייגער אין די 4 הערליכע חדרי תפלה, בנוסף צי די מניני סליחות וואס לויפן אין די צוויי שטובלעך אויבן אינעם עזרת נשים, די היכל הגדול זעלבסט איז באזעצט מיט אסאך לומדי תורה ובעיקר אין די נאכט שעות.
ענדליך איז בשבתות וימים טובים, שווערע הונדערטער אידן בלי גוזמא פולן איבער די ריזן היכל וואס האט גאנצע 428 זיץ פלעצער (!) און נאך 165 זיצן אין די עזרת נשים.
ועל כולם איז די ביהמ"ד באקרוינט מיט די באקאנט פוסק הרה"ג רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א אלץ דומ"ץ ביהמ"ד וואס חוץ זיין געוואלדיגע גדלות בתורה איז די דיין פקיע שמיה אלץ א ידען נפלא אין פולע ענינים און העלפט ארויס פילאלצאליגע אידן.
והיה על לב אהרן בבואו אל הקודש!
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:33 pm
דורך לא ימושו מפיך
בית המדרש בנין בראך עטרת תפארת פון די שטאט וויליאמסבורג איז יעצט בין הזמנים ממש ווי א שומר שבת
שחרית יעדע 10 מינוט. סליחות יעדע נאכט עטליכע מנינים (נאך חצות שטייט זיך) ויתקין געפאקט אויך שבת ויו"ט. מנינים מעריב יעדע נאכט ביז בערך 3:00 פארטאגס. ביי רבי מאיר'ס שלש סעודות זיצן אזא 500 שטריימלעך ווי גארנישט..
צי פארשטיין וואס מיינט אז שווערע 'טויזנטער' אידן נוצן די פעסיליטי, במשך ראש השנה זענען אויסגעגאנגן איבער 5,500 האנטוכער אין מקוה.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 8:35 pm
דורך לא ימושו מפיך
קומט א הערליכע פול פלעדש הייזקע'לע פון עטליכע שטובער פארן רבי'ן אין הופער.
אויך א הערליכע ספרים שטוב וואס קען טעכניש זיין א געהעריגע אויפנאמע צימער.
Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 10:02 am
דורך סאטמאר מאנסי
סאטמאר מאנסי 
סטעיט סענאט קאנדיטאט עלידשא רייכלין מעלניק וואס לויפט פאר די 38'סטע דיסטריקט וואס נעמט אריין מאנסי אויף א באזוך בבניני הבית רחל אויף טשערי לעין לרגל די בעפארשטייענדע וואלן
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 12:01 pm
דורך מיילעך פריילעך

בצל הקודש

=מיטוואך ברכה א'=
► Show Spoiler
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר משה ב"ר יואל קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף בנימין ווידער הי"ו.
ב"ר אלי' פאוועל הי"ו.
ב"ר יודא היימאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מקום מנוחת קדשו פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע וואס די יארצייט געפאלט שלוש עשרה מידות, און דער רבי האט פאר א לענגערע צייט דערציילט זכרונות פון עטליכע נסיעות אין אייראפע מיט פערציג יאר צוריק.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 4:30 איז אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש די סופער איטענדעט פון די ניו יארק סטעיט פאליס דעפארטמענט אינאיינעם מיט נאך הויכראנגיגע פאליציי אפיצירן נאכן אפהאלטן א לענגערע באזוך אין ק"י ווי זיי זענען ארומגעגאנגען אין שטאט אין באגלייטונג פון די הנהלת הקריה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, און הרה"ח ר' משה לייב וויטריאל הי"ו, אלץ א שריט צו פארמערן זיכערהייט אין די אידישע געגענטער צוליב די פארמערטע אנטיסעמיטישע אינצידענטן איבערן לאנד און דערביי זענען זיי אריבערגעקומען צו רבינו שליט"א אפצונעמען ברכת הקודש,
הרה"ח ר' גדלי' הי"ו האט זיי פארגעשטעלט פארן רבי'ן און עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דערביי האבן זיי אויסגעדריקט די התפעלות פון די שטאט קרית יואל, און שטארק ארויסגעהויבן די נידריגע פארברעכן ראטע אין קרית יואל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 6:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 אזייגער און מעריב ארום 10:30,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און געזאגט קדיש נאך מעריב לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 1:37 pm
דורך דעת קדשי
דרשה פון המגיד המורסם רבי שמעון שפיטצער שליט''א בבית מדרשינו החדש לב אהרן
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=M ... lzYEpzNd3J
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 1:56 pm
דורך מיילעך פריילעך

בצל הקודש
סופער איטענדעט פון די ניו יארק סטעיט פאליס דעפארטמענט בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א נעכטן אין די נאכמיטאג שעות נאכן באזוכן די שטאט אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה.
~

~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 1:57 pm
דורך מיילעך פריילעך
נאך בילדער
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 2:09 pm
דורך פרייזן

- unnamed - 2024-10-10T140757.568.jpg (278.74 KiB) געזען געווארן 510 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 2:09 pm
דורך מיילעך פריילעך
די רבי האט יעצט געענדיגט קרבנות, און די רבי לאזט זיך ארויס אויפן וועג צו תשליך ביים קוויקוועי לעיק.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 2:14 pm
דורך פישל שווארץ
די רבי האט געזאגט תחנון היינט?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 2:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 2:14 pm
די רבי האט געזאגט תחנון היינט?
וואס זענען אייערע ספיקות?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 2:26 pm
דורך דעת קדשי
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 2:32 pm
דורך פרייזן

- unnamed - 2024-10-10T143228.798.jpg (401.38 KiB) געזען געווארן 458 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 2:33 pm
דורך איך

- unnamed (37).jpg (273.03 KiB) געזען געווארן 445 מאל
.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 2:35 pm
דורך נייעס ליבהאבער
ערשטע באריכטן איבער א ערשטמאליגע כינוס בחורי סאטמאר פון איבער גרעטער ניו יארק, דעם חוהמ"ד ווי צווישן אנדערע וועט פארקומען א ערשטמאליגע מיטאג טיש אינאיינעם מיטן רבין ספעציעל פאר די בחורים אינעם סוכה הגדולה מער פרטים וועט נאכפאלגען