בלאט 20 פון 30

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 10:11 am
דורך שאינו יודע לשאול
נעפאל ליידט יעצט פון שווערע פארפלייצונגען און לענסליידס פון וואס אמווייניגסטנס פופצן זענען שוין דערווייל אומגעקומען.
unnamed - 2024-07-08T102842.886.jpg
unnamed - 2024-07-08T102842.886.jpg (125.11 KiB) געזען געווארן 381 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 10:32 am
דורך שאינו יודע לשאול
א איראנע מיליטערישע שיף איז טיילווייז געזונקען ביי א איראנע פארט. די לעצטע אין א רייע אינצידענטן מיט די איראנע נעווי, וואס זיי באצייכענען אלס עקסידענטן.
unnamed (10).png
unnamed (10).png (216.31 KiB) געזען געווארן 379 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 4:38 pm
דורך פליט
באואינג גייט זיך דערקלערן שולדיג אין א פעדעראלע אנקלאגע און וועט באצאלן 243.6
מיליאן דאלאר פאר צוויי עראפלאן קראכן און 2018 און 2019. דאס קומט חוץ פון דעם וואס מען האט פארארדענט איבער צו קוקן 2,700 737 מעקס פליגערס

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 4:40 pm
דורך פליט
מייקראסאפט מעלדט אז אלע זייערע כינעזע ארבעטער וואס הייבן אן אין סעפטעמבער וועלן זיך נאר קענען באנוצן מיט עפל פאונס און נישט מיט ענדררויד פאונס צוליב זיכערהייט און צו זוכער מאכן אז יעדער נוצט נאר די מייקראסאפט זיכערהייט עפפס.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 11:43 pm
דורך פליט
אין א פאזיטיווע נייעס און די היינטיגע אנגעצויגענע וועלט קומט אריין פון פינלאנד און שוועדן אז עס גייט ווערן אן פארברעכן צי פאר לייקענען די האלאקאוסט וואס איז שוין א פארברעכן און א סאך אנדערע לענדער.
אין פאקט איז אכמעדיניזשאד וואס האט געוואלט יעצט נאכאמאל לויפן פאר פרעזידענט פון איראן געווען א האלאקאוסט לייקענער!.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 11:55 pm
דורך Spa 42
אן אנטיסעמיטישע ניגון וואס גלייכט צו מדנ"י צו בין לאדין, איז געווארן פארמעקט פון די ספּאַטיפיי מוזיק פלאטפארמע.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 2:34 am
דורך ניקל
באריכטן און ארגענטינע, אז זיי ווילן ווערן א חלק פון נאטא

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 12:49 pm
דורך Spa 42
א דרייווערלאזע קאר אין טשיינע האט אראפגעקלאפט א פיסגייער וואס איז אריבער די גאס ווען עס איז געווען רויט פארן פיסגייער.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 7:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
איראן - פרישע סעטאלייט בילדער פובליצירט דורך אמעריקא דעקט אויף איבער א מאסיווע אויסברייטערונג פון צוויי איראנער באליסטישע מיסיל איינריכטונגען.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 7:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
טערקיי - סירישע פליטים אין טערקיי דרוקן אויס צארן איבער די טערקישע פרעזידענט ערדואן'ס איינלאדענונג פארן סירישער פרעזידענט באשאר אל אסאד צו באזוכן אין לאנד, אויס מורה אז אסאד וועט בעטן ערדואן צו צוריקשיקן אלע פליטים.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 7:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
עטיאופיע - דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין עטיאופיע זאגט אז בלויז אינעם לעצטע וואך צייט זענען איבער 100 מענטשן אריינגערעכענט אינגע סטודענטן געקידנעפט געווארן אין לאנד, אין א צייט וואס די לאנד פלאגט זיך מיט א בירגער קריג און א מאסיווע אויפשטייג פון פארברעכענס.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 7:59 pm
דורך מיילעך פריילעך
איטאליע - די לאנד פלאנירט צו אינוועסטירן 7.5 ביליאן יורא איבער די קומענדיגע עטליכע יארן זיך צו איינהאנדלען פרישע 24 גאר סאפיסטאקירטע קריג פליגער.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 8:43 pm
דורך מיילעך פריילעך
רוסלאנד - א געריכט אין מאסקאווע האט פאראורטיילט צו טורמע דזשוליע נאוואלני, דער פרוי פונעם פארשטארבנעם אלעקסיי נאוואלני, זי געפונט זיך מאמענטאל אין אויסלאנד, און וועט ווערן ארעסטירט אויב טרעט זי אריין אין רוסלאנד.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 8:45 pm
דורך מיילעך פריילעך
ניקאראגווע - די גאווערמענט אין לאנד האט אפגעשטעלט און פארכאפט אלע חפצים פון ראדיא מאריא, א קאטוילישע ראדיא קוואל באקאנט פאר איר קריטיק אקעגן די רעגירונג.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 8:47 pm
דורך דאפלטער
Spa 42 האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:49 pm א דרייווערלאזע קאר אין טשיינע האט אראפגעקלאפט א פיסגייער וואס איז אריבער די גאס ווען עס איז געווען רויט פארן פיסגייער.
וואס הייסט דרייווערלאז ? קיינער איז נישט געזעסן דערין?

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 8:55 pm
דורך ניקל
פרישער פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד מיט דייטשלאנד'ס קאנצלער שולץ ביים נאטא סאמיט
IMG_20240710_205412_036.jpg
IMG_20240710_205412_036.jpg (205.07 KiB) געזען געווארן 224 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 10:42 pm
דורך Spa 42
דאפלטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:47 pm
Spa 42 האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 12:49 pm א דרייווערלאזע קאר אין טשיינע האט אראפגעקלאפט א פיסגייער וואס איז אריבער די גאס ווען עס איז געווען רויט פארן פיסגייער.
וואס הייסט דרייווערלאז ? קיינער איז נישט געזעסן דערין?
א קאר וואס פארט אליינס, אן די הילף פון א דרייווער.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 10:47 pm
דורך Spa 42
די קאסטקא נעץ געשעפט גייט הייבן די מעמבערשיפ מיט נאך $5 ביז $10, אנגעהויבן פון סעפטעמבער.

די לעצטע מאל וואס זיי האבן געהויבן איז געווען 7 יאר צוריק.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:06 am
דורך ניקל
טשיינע און בעלארוס הייבן אן געמיינזאמע מושטירונגען צוזאמען אין בעלארוס

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:22 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:55 pm פרישער פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד מיט דייטשלאנד'ס קאנצלער שולץ ביים נאטא סאמיט IMG_20240710_205412_036.jpg
מיט פרעזידענט ביידען
Screenshot_20240711_012044_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240711_012044_WhatsApp.jpg (390.22 KiB) געזען געווארן 196 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:21 am
דורך שאינו יודע לשאול
א געריכט אין דוביי האט פאראורטיילט 43 מענטשן אויף לעבנסלענגליכע טורמע אויף קלאגעס פון קאנספירירן טעראר אויף עטליכע פלעצער אין די UAE.
unnamed - 2024-07-11T091938.848.jpg
unnamed - 2024-07-11T091938.848.jpg (155.08 KiB) געזען געווארן 185 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:23 am
דורך שאינו יודע לשאול
א רוסישע געריכט האט פארארדענט די "מאסקעווע טיימס" זיך צו פארמאכן צוליבן זיין אנטי רעזשים געשטימט. די צייטונג זאגט אז זי וועט ווייטער ארויסקומען.
unnamed - 2024-07-11T092202.756.jpg
unnamed - 2024-07-11T092202.756.jpg (123.49 KiB) געזען געווארן 185 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:44 am
דורך שאינו יודע לשאול
פראנקרייך האט דעפארטירט פון פאריז טויזענטער היימלאזע אימיגראנטן אין בעפארברייטונג צו די אינטערנאציאנאלע אלימפיקס וואס גייען דארט פארקומען. טייל דעפארטירטע האבן געזאגט אז מען האט זיי איינגערעדט אז מען גייט זיי טראגן צו הייזער, אבער מען האט זיי אראפגעלאזט אויף אומבאקאנטע גאסן.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:49 am
דורך שאינו יודע לשאול
מדנ"י האט פארדאמט די ווערטער פון נארוועגיעס אויסערן מיניסטער וואס האט געזאגט אז מדנ"י איז זיך אליין שולדיג אויף די פארשטערקערטע אנטיסעמיטיזם. "מ'קען נישט נוצן די אנטיסעמיטיזם קארטל ווען אויף די אנדערע זייט שטייען געהרג'טע קינדער" האט ער געזאגט.
unnamed (12).png
unnamed (12).png (180.42 KiB) געזען געווארן 169 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:25 pm
דורך פליט
ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:22 am
ניקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:55 pm פרישער פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד מיט דייטשלאנד'ס קאנצלער שולץ ביים נאטא סאמיט IMG_20240710_205412_036.jpg
מיט פרעזידענט ביידען Screenshot_20240711_012044_WhatsApp.jpg
IMG_20240711_202421_164.jpg
IMG_20240711_202421_164.jpg (71.8 KiB) געזען געווארן 151 מאל
:D ביידעןס פנים