אידישע [קנאי'שע] הרגשים
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6158
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 13835
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
חילול השם!
א חרדישער איד גיט אן אינטערוויו אויף ABC NEWS איבער דעם אז חרדישע אידן גייען יעצט אריין אין ציוניסטישער מיליטער מאסנווייז.

די שמד-מלחמה איז מדינת ישראל איז ממשיך העפטיג.
טויזנטער "הויכע בנינים" פון השי"ת ווערן אפגעווישט. ר"ל.
נאך א סצענע פון "עם אחד":
https://www.dropbox.com/scl/fi/fdn06qeu ... d9hys&dl=0
טויזנטער "הויכע בנינים" פון השי"ת ווערן אפגעווישט. ר"ל.
נאך א סצענע פון "עם אחד":
https://www.dropbox.com/scl/fi/fdn06qeu ... d9hys&dl=0
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1856
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5085
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
יישר כח פאר דעם קונטרס איך האב עס יעצטדורך געליינט בהעלם אחד.
ולפום ריהטא, מאוד תמוה לי וואס ער שרייבט.
א) דאס וואס ער ברענגט דעם תשובות חתם סופר ונודע ביהודה מיט אזא פשטות, איז נישט ריכטיג. נאר ביידע פון זיי רעדן לגבי די הלכות וואס איז נוגע במלחמה, דהייני נקי יהיה לביתו, ואשת יפת תואר. אז די צוויי מצוות גייען נישט אן נאר דורך בית דין. במלחמת כיבוש ארצות.
ב) דאס וואס ער שרייבט אז דער ב''ח שרייבט אז דוקא ווען ס'איז א ודאי נישט ווען ס'איז א ספק וודאי, איז אויך נישט ריכטיג. נאר די ב''ח ברענגט אזא שיטת הרמב''ם, און ער פסק'ענט נישט ווי דער רמב''ם. נאר אזוי ווי דער הגהות מיימונית מירושלמי. און אזוי שרייבט אויך דער בית יוסף ומסיים שם, וכל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.
ג) איה''נ דער סמ''ע שרייבט טאקע אזוי, (אז מען איז נישט מחיוב, אבער אויב וויל מען איז לכאורה נישט דא קיין איסור) מ''מ אין פתחי תשובה (בשם הרדב''ז) זאגט ער אז מען דארף שטארק דן זיין אויב עס גייט טאקע אריין בכלל ספק ולא לדקדק ביותר.
ד) דאס וואס ער זאגט אז מען זעהט אין היסטאריע אז מען האט זיך קיינמאל נישט קעגנגשטעלט. איז הגם איך קען ברענגען מערערע ראיות ברורות פון היסטאריע וואו מען האט זיך יא קעגן געשטעלט. אם כל זה, וועל איך ברענגען די פתחי תשובה (בשם תשובות צ''צ) וואס ער שרייבט קלאר, אז במקום וואו מען האט ג'הרג'עט אידן זאל מען זיך צוזאמען נעמען און זיך נוקם זיין אין די שונאים און זיי הרג'ענען מכח די מצוה פון גואל הדם. און די גאנצע שטאט איז מחיוב זיך משתתף צו זיין בממון. שאם ח''ו לא יהיו נוקמין מן הרוצח, יהיה דמן של בני ברית חלילה הפקר. וכן נהגנו פעמים הרבה.
עכ''פ, לא מיבעי בשעת די רוצחים געפינען זיך אין לאנד איז מען מחיוב זיי צו הרג'ענען און ארויסטרייבען פון לאנד, נאר אפילו נקמה איז אויך מותר, און נישט נאר מותר נאר א חיוב שלא יהיה דם ישראל כהפקר. וכ''ש יעצט ווען עס פליען נאר באמבעס, און מען האלט נאך נישט ביי קיין ערד אינוואזיע. איז א חיוב גמור צו אויסמעקן דעם גאנצען חאמאס!
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
בנוגע די נושא פון זיך קיינמאל נישט קעגנגעשטעלט, איז עס א קלארע סתירא צום "הבא להרגך השכם להרגו", קען זיין ס'איז געווען אזעלכע פעלער, אבער זאגן 'קיינמאל' איז אודאי נישט ריכטיג, כ'האב פארשידענע ראיות דערויף, און אחת מהנה ווערט דערציילט אין "אספקלריא המאירה" תולדות פון הרה"ק מאסטראוואצא זי"ע:
אין יאר תרע"ב ווען ס'האט זיך אפגעשפילט דער בייליס פראצעס, האבן זיך די גוים ארומגעדרייט אין די גאסן אויפגעהעצט קעגן אידן, און עס האבן קורסירט שמועות אז עטליכע פוילישע פויערן פלאנירן דורכצופירן א פאגראם קעגן אידן, פרייטאג נאכמיטאג.
די ראשי וחשובי העיר זענען זיך צאמגעקומען אין שטוב פונעם אסטראווצער גאון ז"ל אויף אן עמערדזשענסי אסיפה וואס מען טוט, און דער אסטראווצער האט ארויסגעגעבן דעם תורה'דיגן באפעל אז יעדער איינער פון 13 יאר און העכער, זאל זיך שטעלן ביים טיר פון זיין וואוינונג, באוואפנט מיט כלי זין, א האק אדער אנדערע שווערע כלים, און אויב די פויערן וועלן זיך דערוואגן עפעס צו טון, זאל מען עפענען א דרייסטע קאמף קעגן זיי!
גלייך נאכ'ן אסיפה האט עס דער אסטראווצער זעלבסט מקיים געווען, ער האט באפוילן פאר זיין איידעם הרה"ג ר' דוד סילמאן ז"ל הי"ד אב"ד גאסטינין, זיך צו שטעלן ביים אריינגאנג פון זיין הויז מיט א שארפע מעסער אין די האנט, און אזוי איז דער איידעם דארט געשטאנען ווען ער חזר'ט איבער דעם פסוק "תמות נפשי עם פלשתים". בליץ שנעל האט זיך פארשפרייט די שמועה, און פיר הונדערט אידן האבן זיך פארזאמלט קאמפסגרייט פארנט פונעם גרויסן שול, און אנדערע האבן זיך געטיילט ביים טויער פונעם מארק אויף די אידישע גאס, שטייענדיג גרייט להקהל ולעמוד על נפשם.
פרייטאג נאכמיטאג האבן זיך אנגעזען די ערשטע פורעים וואס זענען אנגעקומען מיט 'קול צהלה ותרועת שירי קרב' אין ריכטונג פונעם אידישן קווארטל, אבער זעענדיג אז די אידן שטייען גרייט זיי צו אנטפאנגען, האבן זיי זיך צוריקגעדרייט און שנעל פארשוואונדן געווארן פונעם ארט, און ביז געציילטע מינוטן איז מער נישט געווען קיין זכר פון די גאנצע אונטערגעהעצטע מחנה פורעים.

ס'ליגט מיר אין קאפ אז הרה"ק מקאשוי זי"ע שרייבט אין איינע פון זיינע ספרים, אז ער האט געמוטיגט און געשטיצט צו מאכן אן אויפשטאנד אין געטא. כ'האב עס נישט יעצט נאכגעקוקט, קען זיין ס'איז נישט אינגאנצן מדויק, כ'וועל עס בל"נ אויפזוכן.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:03 pm
- Location: ישראל
- x 13
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
ריכטיג, עס זענען געווען פוסקים וועלכע האבן צוגעשטומט צום אויפשטאנד, אבער אינו דומה כלל וכלל אן אויפשטאנד אין געטא לענינינו.
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
משוגע ומטורף!דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:29 am ציונות פלאקערט אין אלע גאסן ווי קיינמאל פריער
די שכינה הקדושה וויינט.
https://www.dropbox.com/scl/fi/hveakkdz ... 0uvnk&dl=0
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
איך האב נישט געזאגט קיין 'לענינינו', איך האב מיך בלויז באצויגן צו די ווערטער אז מ'האט זיך 'קיינמאל נישט אקעגנגעשטעלט', האב איך געשריבן פון אן היסטארישן שטאנדפונקט אז ס'איז נישט ריכטיג. דעטס אלל. קען זיין ס'באלאנגט טאקע נישט אין דעם אשכול.הארציגע מוח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:22 pmריכטיג, עס זענען געווען פוסקים וועלכע האבן צוגעשטומט צום אויפשטאנד, אבער אינו דומה כלל וכלל אן אויפשטאנד אין געטא לענינינו.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1856
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5085
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
אדרבה, זיי מסביר... לענינינו??....הארציגע מוח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:22 pmריכטיג, עס זענען געווען פוסקים וועלכע האבן צוגעשטומט צום אויפשטאנד, אבער אינו דומה כלל וכלל אן אויפשטאנד אין געטא לענינינו.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
דא קען מען שוין אסאך דעבאטירן און דיסקוסירן.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 25, 2023 5:15 pm די שמד-מלחמה איז מדינת ישראל איז ממשיך העפטיג.
טויזנטער "הויכע בנינים" פון השי"ת ווערן אפגעווישט. ר"ל.
נאך א סצענע פון "עם אחד":
https://www.dropbox.com/scl/fi/fdn06qeu ... d9hys&dl=0
דהיינו מ'קען, אפי' לשיטת סאטמאר, מאכן א חילוק פון די ממשלה, די פירערשאפט, בכל שום וחניכא דאית להו, און דערנאך יעדער פריוואטער יחיד וואס איז א חלק דערפון. (דוגמת וואס הרה"ק רבי אלחנן וואסערמאן זצוק"ל שרייבט די באקאנטע ווערטער אז די ציונים זענען זרע עמלק, אבער אלע וואס ציטירן עס דערמאנען נישט אז ער זאגט בחדא מחתא אז דאס גייט נאר ארויף אויף זייערע ראשים, די פירער, נישט דער המון עם הנגרר אחריהן). ממילא ווען א איד גייט מחזק זיין א צה"ל'ניק, ער לערנט מיט אים גמרא, און נוצט אויס די יעצטיגע מצב הפחד אים מקרב צו זיין לאבינו שבשמים, איז מעגליך אן אנדער בחינה.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:03 pm
- Location: ישראל
- x 13
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
לענינינו פונעם אשכול אדער פונעם מצב המלחמה בארץ הקודש?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6158
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 13835
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
@קטןודל דו האלטסט אז ער איז פשוט געגאנגען מחזק זיין א צובראכענע נשמה.
איך הער... אבער משוגע בינעך נישט...
איך הער... אבער משוגע בינעך נישט...
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1856
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5085
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
ברענג ארויס די חילוק פון אן אויפשטאנד אין געטא, ביז לענינינו...הארציגע מוח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:29 pmלענינינו פונעם אשכול אדער פונעם מצב המלחמה בארץ הקודש?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:26 pmאדרבה, זיי מסביר... לענינינו??....הארציגע מוח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:22 pm ריכטיג, עס זענען געווען פוסקים וועלכע האבן צוגעשטומט צום אויפשטאנד, אבער אינו דומה כלל וכלל אן אויפשטאנד אין געטא לענינינו.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:03 pm
- Location: ישראל
- x 13
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
כ'בין נישט קיין פוסק.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:33 pm ברענג ארויס די חילוק פון אן אויפשטאנד אין געטא, ביז לענינינו...
אבער דער אויפשטאנד אין געטא איז ניטאמאל ווערד באטיטלט ווערן אלס 'אויפשטאנד', ס'איז פשוט נישט געווען דעמאלט קיין אנדערע ברירה, ס'געווען די לעצטפארבליבענע איבערלעבער פונעם געטא, און יעדער האט געוויסט אז היינט מארגן גייט מען זיי אויך אפפירן צו שחיטה. ס'איז שוין געווען אפאר מינוט נאכ'ן לעצטן מינוט. האט מען געהאט איין ברירה, נעמען געווער און זיך שלאגן, אזוי אז ס'זאל זיין כאטש א שטיקל אויסזיכט צו איבערלעבן.
וכך הוה, איינציגע האבן איבערגעלעבט, ווען אלע אלע אנדערע זענען פארברענט געווארן אויפ'ן פלאץ. כ'ווייס נישט אויב איין היסטאריאן, אויסער פראפעגאנדע פון מדנ"י, האלט אז ס'איז געווען א געלונגענע אקציע, אויסער דאס געפיל אז מ'האט צוריקגעשלאגן.
יעצט וועגן דע"ת פון גדו"י, די אז"ג אויפשטענדלער זענען געווען עטליכע גרופעס, געווען וואס האבן געהאלטן אז מ'דארף זיך לאזן שטארבן, אבער מיטנעמען עטליכע דייטשן - דאס האבן די גדו"י נישט געהאלטן פון. אנדערע האבן געהאלטן אז מ'דארף זיך שלאגן און פרובירן זיך ראטעווען - דאס זענען געווען וואס האבן צוגעשטימט.
יעצט לענינינו...
ווי געזאגט, כ'בין נישט קיין פוסק אויף למעשה, אבער איר האלט אז מ'האלט ממש די לעצטע מינוט אז מ'מוז נעמען געווער און קעמפפן מיט מס"נ?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1856
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5085
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
זייער גוט, איך האב געוואלט אז איר זאלט צו דעם צוקומען. און אויף דעם האב איך געברענגט אז די סיבה פארוואס מען מעג און מען דארף זיך צוריק שלאגען איז אזוי. בשעת מעשה, הבא להורגך השכם להרגו. אויב איז עס נאר צו העלפן דיין חבר, איז דער לאו פון לא תעמוד על דם רעך (און אויף דעם איז תלוי במחלוקה וואו ווייט עס גייט) אבער אפילו נאך דעם איז דא א חיוב צו זיך נוקם זיין מצד די מצוה וואס שטייט אין די תורה פון גואל הדם, בכדי שלא יהיה דם ישראל כהפקר.הארציגע מוח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:39 pmכ'בין נישט קיין פוסק.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:33 pm ברענג ארויס די חילוק פון אן אויפשטאנד אין געטא, ביז לענינינו...
אבער דער אויפשטאנד אין געטא איז ניטאמאל ווערד באטיטלט ווערן אלס 'אויפשטאנד', ס'איז פשוט נישט געווען דעמאלט קיין אנדערע ברירה, ס'געווען די לעצטפארבליבענע איבערלעבער פונעם געטא, און יעדער האט געוויסט אז היינט מארגן גייט מען זיי אויך אפפירן צו שחיטה. ס'איז שוין געווען אפאר מינוט נאכ'ן לעצטן מינוט. האט מען געהאט איין ברירה, נעמען געווער און זיך שלאגן, אזוי אז ס'זאל זיין כאטש א שטיקל אויסזיכט צו איבערלעבן.
וכך הוה, איינציגע האבן איבערגעלעבט, ווען אלע אלע אנדערע זענען פארברענט געווארן אויפ'ן פלאץ. כ'ווייס נישט אויב איין היסטאריאן, אויסער פראפעגאנדע פון מדנ"י, האלט אז ס'איז געווען א געלונגענע אקציע, אויסער דאס געפיל אז מ'האט צוריקגעשלאגן.
יעצט וועגן דע"ת פון גדו"י, די אז"ג אויפשטענדלער זענען געווען עטליכע גרופעס, געווען וואס האבן געהאלטן אז מ'דארף זיך לאזן שטארבן, אבער מיטנעמען עטליכע דייטשן - דאס האבן די גדו"י נישט געהאלטן פון. אנדערע האבן געהאלטן אז מ'דארף זיך שלאגן און פרובירן זיך ראטעווען - דאס זענען געווען וואס האבן צוגעשטימט.
יעצט לענינינו...
ווי געזאגט, כ'בין נישט קיין פוסק אויף למעשה, אבער איר האלט אז מ'האלט ממש די לעצטע מינוט אז מ'מוז נעמען געווער און קעמפפן מיט מס"נ?
-------------------
איך מיין נישט דיר בכלל, איך האב נאר פריער געשריבען דערוועגן, איך האב נאר נישט געפילט אז איך ברענג עס ארויס גענוג קלאר...
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:03 pm
- Location: ישראל
- x 13
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
כ'גיי נישט אריין אין דיינע פסקים, זינט איך בין נישט קיין פוסק, און כ'האב נאך אויך נישט געהערט אז ס'איז דא א מצוה פון נוקם זיין בימינו, כ'וואלט געקענט באשטיין צו זען א מקור דערצו.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:46 pm זייער גוט, איך האב געוואלט אז איר זאלט צו דעם צוקומען. און אויף דעם האב איך געברענגט אז די סיבה פארוואס מען מעג און מען דארף זיך צוריק שלאגען איז אזוי. בשעת מעשה, הבא להורגך השכם להרגו. אויב איז עס נאר צו העלפן דיין חבר, איז דער לאו פון לא תעמוד על דם רעך (און אויף דעם איז תלוי במחלוקה וואו ווייט עס גייט) אבער אפילו נאך דעם איז דא א חיוב צו זיך נוקם זיין מצד די מצוה וואס שטייט אין די תורה פון גואל הדם, בכדי שלא יהיה דם ישראל כהפקר.
-------------------
איך מיין נישט דיר בכלל, איך האב נאר פריער געשריבען דערוועגן, איך האב נאר נישט געפילט אז איך ברענג עס ארויס גענוג קלאר...
כ'האב נאר געוואלט זאגן אז מיט'ן אויפשטאנד האט עס נישט קיין שייכות, ווייל האט מען געדארפט 'זיך ראטעווען, נישט נוקם זיין.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
- x 91
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
viewtopic.php?p=33343#p33343הארציגע מוח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:52 pmכ'גיי נישט אריין אין דיינע פסקים, זינט איך בין נישט קיין פוסק, און כ'האב נאך אויך נישט געהערט אז ס'איז דא א מצוה פון נוקם זיין בימינו, כ'וואלט געקענט באשטיין צו זען א מקור דערצו.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:46 pm זייער גוט, איך האב געוואלט אז איר זאלט צו דעם צוקומען. און אויף דעם האב איך געברענגט אז די סיבה פארוואס מען מעג און מען דארף זיך צוריק שלאגען איז אזוי. בשעת מעשה, הבא להורגך השכם להרגו. אויב איז עס נאר צו העלפן דיין חבר, איז דער לאו פון לא תעמוד על דם רעך (און אויף דעם איז תלוי במחלוקה וואו ווייט עס גייט) אבער אפילו נאך דעם איז דא א חיוב צו זיך נוקם זיין מצד די מצוה וואס שטייט אין די תורה פון גואל הדם, בכדי שלא יהיה דם ישראל כהפקר.
-------------------
איך מיין נישט דיר בכלל, איך האב נאר פריער געשריבען דערוועגן, איך האב נאר נישט געפילט אז איך ברענג עס ארויס גענוג קלאר...
כ'האב נאר געוואלט זאגן אז מיט'ן אויפשטאנד האט עס נישט קיין שייכות, ווייל האט מען געדארפט 'זיך ראטעווען, נישט נוקם זיין.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2512
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 5939
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
אז כ'זעה דא דעם עד פון קניפן ציצית, דערמאן איך מיך אז כ'האב טאקע געהערשט א דרשה פון כ"ק מרן אדמו"ר מתורת חכם שליט"א ווי ער רייסט אראפ דאס קניפן ציצית פאר סאלדאטן און אנדערע סארט ענליכע שטיקעס, ער רעדט שטארק ארום אז די מדינה איז קליפת עירוב רב, אזוי ווי ס'דא קליפת אדום און עשיו איז דא קליפת עירוב רב, און חזר'ט איבער אז יעדער איינער דארף צו וויסן, ער זאגט אז דאס האט נישט צוטון מיט דעם אז אודאי דארף מען זאגן תהלים אז יעדער איד יהי' מי שיהי' זאל אודאי ניצל ווערן. דאס איז אויפ'ן שפיץ גאפל פון א לענגערע דרשה.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:32 am
- x 10
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
רבנו בחיי
, בראשית ל״ב:ח
ודע כי יש בפרשת הזאת באור למה שאירע ליעקב עם עשו אחיו, ורמז ג"כ לדורות למה שעתיד שיארע לנו תמיד עם בני עשו, וראוי לנו לאחוז דרכיו של יעקב שהתקין עצמו לשלשה דברים, למלחמה לתפלה לדורון. למלחמה הוא שכתוב ויחץ את העם אשר אתו וכתיב ויאמר אם יבא עשו וגו', לתפלה הוא שאמר אלהי אבי אברהם וגו' הצילני נא, לדורון הוא שכתוב עזים מאתים וגו'. וממנו ראה חזקיה המלך וכן עשה שהתקין עצמו לג' דברים אלו כלפי סנחריב מלך אשור, דכתיב (מלכים ב י״ח:ט״ו) ויתן חזקיהו את כל הכסף. וכתיב (דברי הימים ב ל״ב:ו׳) ויתן שרי מלחמות על העם, וכתיב (מלכים ב י״ט:ט״ו) ויתפלל חזקיהו לפני ה'. וכן אנחנו צריכים ללכת בדרכי האבות להתקין עצמנו להקביל פניהם במנחה ובלשון רכה ובתפלה לפני ה' יתעלה, אבל במלחמה אי אפשר שנאמר (שיר השירים ב׳:ז׳) השבעתי אתכם בנות ירושלים וגו'. השביעם שלא להתגרות מלחמה עם האומות.
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 975
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1358
Re: קנאי’שע הרגשים
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 8:07 pm ברעכנדע נייעס: 4,000 הייזער אין עזה אפגעווישט ביז אפגרונד!
צה"ל השמיד במהלך המבצע 34 מנהרות טרור ותקף 6,231 יעדי טרור. 10,590 מבנים בעזה נפגעו בתקיפות, מתוכם 4,024 נהרסו עד היסוד.
(10 יאר צוריק, מבצע צוק איתן)
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 975
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1358
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
קענסט עס ארויפלייגן?קטןודל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 7:41 pm אז כ'זעה דא דעם עד פון קניפן ציצית, דערמאן איך מיך אז כ'האב טאקע געהערשט א דרשה פון כ"ק מרן אדמו"ר מתורת חכם שליט"א ווי ער רייסט אראפ דאס קניפן ציצית פאר סאלדאטן און אנדערע סארט ענליכע שטיקעס, ער רעדט שטארק ארום אז די מדינה איז קליפת עירוב רב, אזוי ווי ס'דא קליפת אדום און עשיו איז דא קליפת עירוב רב, און חזר'ט איבער אז יעדער איינער דארף צו וויסן, ער זאגט אז דאס האט נישט צוטון מיט דעם אז אודאי דארף מען זאגן תהלים אז יעדער איד יהי' מי שיהי' זאל אודאי ניצל ווערן. דאס איז אויפ'ן שפיץ גאפל פון א לענגערע דרשה.
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
כ'ווייס נישט פון וועם דעס קומט
.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6158
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 13835
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 532
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 449
Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
עט ליעסט איז ער מודה אז זיין סאלושאן איז נישט רעאליסטיש.