Off Topic
פאראכטענע ווערסיע
תּוֹלְדוֹתָם נִשְׁפַּךְ דָּמָם עָלֶיךָ כַּמַּיִם
עזה פּאלאסטינער טעראר רעזשים דערלאנגט "סעפּטעמבער 11" שטייגער אטאקע פאר מדינת ישראל צום 50'סטן קאלענדער יארטאג פונעם שרעקליכן יום כיפּור קריג
ערגסטע בלוט פארגליוורענדע כאמאס טעראר
אינוואזיע אין מדינת ישראל מיט העכער
700 קרבנות רח"ל, 2,300 פארוואונדעטע,
און 130 פארכאפּטע משכונות;
מדינת ישראל דערקלערט קריג;
יום תפילה, היינטיגן מאנטאג
י. ירושלמי
אטאקע פאנגט זיך אן מיט כאמאס דערפאלגרייך פארניכטן און "אומשעדליך" מאכן הונדערטער עלעקטראנישע סענסארס, און "אויגן" לענגאויס די עזה-מדינת ישראל גרעניץ - כאמאס רייסט אויף פינף הויפּט פּונקטן אינעם פּלויט, דורך וועלכן אריינצודרינגען קיין מדינת ישראל - הונדערטער שווער-באוואפענטע טעראריסטן אין א העכסט קאארדינירטע אקציע, דרינגען אריין, אויך מיט לופט גליידערס און דראונס, און דורכ'ן ים, קיין מדינת ישראל און באפאלן און פארכאפּן העכער 20 דערפער און ישובים, און קומען אויך אן קיין שדרות, און אזוי ווייט ווי אופקים און אשקלון - טעראריסטן שיסן כמעט אומגעשטערט און מאכן גרויזאמע שחיטות אין שטעט און דערפער ארום עזה - אטאקע אויף אויסערליכע פארוויילונגס צוזאמענקונפט פון יוגענטליכע אינעם דערפל באַרי מיט העכער 2,000 באטייליגטע און ערמארדן דארט קאלטבלוטיג מער פון 260! - מדינת ישראל לאקאלע עזה קאמאנדע באזע איינגענומען דורך טעראריסטן, וועלכע שחט'ן דארט אויס צענדליגער האלב-פארשלאפענע זעלנער און אפיצירן - גאנצע מדינת ישראל קאמאנדע געכאפּט אין אויבערראשונג און פּאראליז, עס דויערט שעות ביז זיי הויבן אן ערנסט רעאגירן - ערנסטע חשש אז צאל טויטע וועט דערגרייכן צו העכער טויזענט ה"י - קאאליציע געשפּרעכן צווישן נתני' און בעני גאנץ (המחנה הממלכתי), יאיר לאפּיד (יש עתיד) און מעגליך ליבערמאן (ישראל ביתנו) איבער א פאראייניגטע רעגירונג
מיר שיקן איצט נאכאמאל דעם בולעטין - מיט געוויסע אויסבעסערונגען און נאך אינפארמאציע - וואס מיר האבן ארויסגעשיקט מוצאי יו"ט אין איילעניש, ווייל עס איז נישט געהעריג אדער צייטליך אנגעקומען צו אלע וואס זענען אויף אונזער "אי-מעיל" ליסטע. מען האט געטוען די ארבעט "רימאוט", נישט פון אפיס, איז עס טאקע געגאנגען מיט קאמפליקאציעס.
דער ציל פון א בולעטין איז צו געבן א קורצן באריכט, מיט מער איינצעלהייטן און פרישערע באריכטן אין "די צייטונג" וואס וועט אי"ה ערשיינען מיטוואך צופרי.
בשעת די שורות ווערן געשריבן (זונטאג אווענט, אסרו חג אין ארה"ק), האט נאך מדינת ישראל נישט ערנסט רעאגירט צום שאקירענדן און אומבאגרייפבארן שוידערליכע אבער ליידער העכסט דערפאלגרייכע - פון א כאמאס שטאנדפּונקט - טעראר אינוואזיע, וואס כאמאס האט פּלוצלינג אונטערגענומען שב"ק שמיני עצרת, אנגעפאנגען פון אומגעפער 6:34 פארטאגס, קעגן מדינת ישראל, אין לויף פון וועלכן הונדערטער שווער באוואפענטע כאמאס טעראריסטן האבן - אונטער א שלייער פון א קאארדינירטע אויסטערליש מאסיווע מיסיל און ראקעטן אטאקע פון טויזנטער ראקעטן אריין קיין מדינת ישראל - אויפגעריסן די מדינת ישראל עזה פּלויט ביי פינף פּונקטן, און זיך דארט אריינגעריסן קיין מדינת ישראל מיט א מורא'דיגן קראפט, אויסשפּרייטענדיג זיך אין פיל ארומיגע אידישע ישובים, וואס זיי האבן טיילווייז אדער גענצליך באהערשט שעה'ן לאנג, און דערביי דארט ל"ע געמארדעט און פארוואונדעט טויזנטער אידן (און אויך להבדיל איינצעלנע בעדואינער און אויסלענדישע ארבייטער) רח"ל, און גענומען אומגעפער 130 אידישע משכונות, צווישן זיי אלטע לייט, ווייבער און קינדער, און אויך איינגענומען די מדינת ישראל עזה פארוואלטונג מיליטערישע קאמאנדע באזע (מפקדת אוגדת עזה), וועלכע איז בלויז באפרייט געווארן שפּעט מוצ"ש נאך בלוטיגע שלאכטן, מיט צענדליגער טויטע זעלנער און אפיצירן.
אפילו אין צווייטן טאג נאך די אטאקע, איז די גאנצע געגענט אין דרום, ארום עזה, נאך ווייט פון "ריין" פון די כאמאס טעראריסטן. מען איז נאך באזארגט אז צענדליגער פון די טעראריסטן זענען נאך געבליבן אין געגענט, און האבן זיך דערווייל אויסבאהאלטן פון די מדינת ישראל קרעפטן, ווארטענדיג אויף א געלעגנהייט צו קענען ארויסקומען פון באהעלטעניש און פארזעצן זייער בלוטיגן מארד קאמפּיין, ה"י, אדער נייע טעראריסטן וואס האבן זיך גאר פריש אריינגעכאפּט קיין מדינת ישראל, דורך די העכער 15 אויפבראכן וואס זיי האבן אינצווישן אויפגעריסן, אינעם עזה מדינת ישראל פּלויט, וועלכע זענען מאמענטאל נאכנישט פארראכטן און פארשלאסן געווארן הערמעטיש. טאקע יעדע פּאר שעה הערט מען פון א פרישן אינצידענט פון טעראריסטן וואס האבן זיך באוויזן אויף די גאסן פון די אדער יענעם ישוב אדער שטאט, און שיסן אדער פּרובירן פארכאפּן משכונות, וואס צווינגט די גאנצע שטאט זיך צו פארשליסן אין די הייזער פאר שעות נאכאנאנד ביז די טעראריסטן ווערן פארניכטעט, אדער דער משכונות אינצידענט ווערט געלעזט.

קארס ברענען אין אשקלון
דערווייל איז דאס גאנצע לאנד פארנומען מיט די שוידערליכע ציפערן וואס האלטן אין איין ארויסקומען און שטייגן, איבער די צאל טויטע און פארוואונדעטע רח"ל, וואס האלט שוין ביי איבער 700 טויטע ה"י (97 פּראצענט דערפון אידן), און לויט געוויסע אינערליכע שאצונגען איז דאס נאך ווייט פונעם ענדע צאל, וועלכע גרייכט רח"ל צו העכער טויזענט אומגעקומענע (וואס איז די צאל פון אלע אומגעקומענע אינאיינעם, אינעם צווייטן צוויי-יאריגן אינטיפאדא, מיט די הונדערטער זעלבסטמארד און באס אטאקעס, ה"י), און העכער 2,300 פארוואונדעטע, איבער 300 פון זיי קריטיש אדער גאר ערנסט צו'מזיק'ט, וואס זענען האספּיטאליזירט אין די צענטראלע איבערגעפולטע דרום ראיאן שפּיטעלער, "סאראקא" אין באר שבע, "קאפּלאן" אין רחובות, "ברזיליי" אין אשקלון, און "שמיר" מעדיקעל צענטער (געוועזענע אסף הרופא) אין באר יעקב. מען איז באזארגט איבער די אומגעפער 130 פארכאפּטע משכונות, רוב פון זיי ציווילע מענער, ווייבער און קינדער, און אפילו עלטערע פרויען פון העכער 80 יאר, אריינגערעכענט א צאל אמעריקאנער, פון צווישן וועלכן כאמאס האט באשטעטיגט אז אומגעפער הונדערט פון זיי זענען פארכאפּט ביי זיי אין געפענגעניש, און ארום דרייסיג ביי דער איסלאמיק דזשיהאד טעראר באנדע.
כאמאס האט שוין געסטראשעט רח"ל אנצוהויבן הרג'נען משכונות יעדעס מאל ווען מדינת ישראל וועט פאראורזאכן ציווילע פארלוסטן אין אירע עזה באמבארדירונגען, און פובליצירן בילדער פון די משכונות הריגות, אזוי ווי "אייסיס" פלעגט טוען.
אלס טייל פון די טעראר אינוואזיע, (און ווי מען דערוואוסט זיך איצט, איז דאס גאר געווען איינע פון די געפּלאנטע צילן פון דער אטאקע, נאכדעם וואס כאמאס האט פון פריער געוואוסט איבער'ן געפּלאנטן שוואוילטאג פארזאמלונג בחיק הטבע דורכאויס די נאכט פון שמיני עצרת, אין וועלכן טויזנטער צעלאזטע יוגענטליכע וועלן הוליען, שיכור'ן און רייכערן פארטייבענדע דראגס, בעיצומו של חג) זענען די שווער אויפגעריסטעטע טעראריסטן באפאלן דעם גרויסן הולטיי פארזאמלונג וואס איז פארגעקומען אינעם דערפל באַרי, ממש הארט קעגנאיבער די צוים מיט עזה (אזוי אז די טעראריסטן האבן פון זייערע פּאזיציעס אין עזה די גאנצע צייט געקענט מיטהאלטן מיט'ן פארשריט פונעם שוואוילטאג פארזאמלונג) מיט העכער 2,000 באטייליגטע, און האבן דארטן ברוטאל און קאלטבלוטיג געשאסן מאסן מענטשן. (א גרויסער טייל פון די באטייליגטע זענען זיך נישט צייטליך צולאפען טראץ די מאסיווע ראקעטן און מיסיל אטאקע, און דער שרעקליכער קלאנג פון מאסיווע שיסערייען, וואס זענען געקומען פון די אריינדרינגענדע כאמאס טעראריסטן, אבער זיי האבן גארנישט געהערט אדער געכאפּט, צוליב זייער שיכרות און בגילופונ'דיגן צושטאנד, ביז די טעראריסטן זענען שוין געשטאנען הארט נעבן זיי, און אן רחמנות געהאגעלט מיט טויזנטער קוילן, רח"ל). די קרבנות ביי די אטאקע אליין האלט שוין ביי העכער 260! און צו דעם נאך צענדליגער און מעגליך הונדערטער פארוואונדעטע, און נאך צענדליגער פארכאפּטע, וואס זענען אוועקגעפירט געווארן קיין עזה.

אזוי האט אויסגעזען ווען מ'איז אנטלאפן אין פאניק פונעם פעסטיוואל - די וואס האבן באוויזן צו אנטלויפן...
אגב, ווערט אנגעצייכענט דורך געוויסע באאבאכטער, וועלכע ווייזן אן ווי מען זעט די השגחה פּרטית און יד השם, אין דעם שרעקליכן "הסתר פּנים" פון די טויזנטער טויטע און פארוואונדעטע רח"ל, אז די איינציגע צוויי ישובים און דערפלעך אינעם אומגעגענט ארום עזה, אין וועלכן די טעראריסטן האבען נישט אריינגעדרינגען, און די דארטיגע איינוואוינער זענען געשיצט געווארן פון בלוטיגן איבערפאל, זענען, קיבוץ סער און קיבוץ אלומים, וועלכע זענען די איינציגסטע ישובים אין דער געגענט אין וועלכן די איינוואוינער היטן שבת! וואס מיינט אז די שוידערלכע אטאקע וועלכע איז פארגעקומען אום שב"ק, האט איבערגעהיפּט אויף דעם ישוב וואו דער שבת ווערט געהיטן מיט שטאלץ.
אגב, דער עלטערער אומרעליגיעזער קיבוץ אדער ישוב, ניר עוז (פון די עלטערע קיבוצים אין מדינת ישראל, געגרינדעט מיט קנאפּע 70 יאר צוריק), איז גענצליך פארניכטעט און צעשטערט געווארן אין די אטאקע, אין וועלכן די טעראריסטן האבען אומגעברענגט צענדליגער, און פארוואונדעט נאך צענדליגער פון די קיבוץ איינוואוינער, און פארברענט א טייל פון די הייזער און קארס פון די דארטיגע איינוואוינער, און אויך פארכאפּט א טייל פון זיי. פון די העכער 400 איינוואוינער פון דארף זענען איצט בלויז געבליבן 160 פּליטים, וועלכע האבן נישט וואו צוריק צו גיין, און זענען דערווייל עוואקואירט געווארן קיין אילת.
דער גרעסטער שאק און אויפטרייסלונג איבער די מאסשטאבליכע טעראר אינוואזיע, איז אן קיין צווייפעל דער פאקט אז - אויסער די אומפארשטענדליכע בלינדקייט און פארזעעניש פון די "שטארקסטע מיליטערישע קראפט" אינעם מיטל מזרח, מיט די בעסטע שפּיאנאזש און זיכערהייט דינסטן, וועלכע האט גארנישט געוואוסט אדער געשפּירט אז עפּעס ענליכעס גייט קומען, טראץ די אומצאליגע ווארענונגען און פאראויסזאגונגען פון אומצאליגע אנאליסטן און עקספּערטן - איז די מדינת ישראל רעגירונג און מיליטער געכאפט געווארן אין טאטאלע שאק און איבערראשונג פון די אטאקעס, און האט נישט קאארדינירט קיין קאנטער-אטאקע, און קאנטער-אקציעס, צו באזיגן די טעראריסטן, און זיי באהערשן, כאטש טיילווייז, ביז שעות דערנאך, נאכדעם וואס די עזה באטאליאן קאמאנדע באזע איז שוין געווען עטליכע שטונדן פארכאפּט דורך טעראריסטן, און די טעראריסטן האבען שוין אנגעיאגט צו ערמארדן הונדערטער, און א שרעקליכער פארקער פון טעראריסטן וואס קומען אריין קיין מדינת ישראל, און פון די וואס פארן ארויס מיט שלל פון פארכאפּטע משכונות צוריק קיין עזה, דורך די הפקר'דיגע אויפגעבראכענע גרעניץ טיילן.
מען איז אויך באזארגט געווען איבער די ראקעטן באמבארדירונגען וואס האבן דערגרייכט טיף אריין אין לאנד, ביז תל אביב און אפילו ירושלים, כאטש עס האט בחסדי ה' נישט פאראורזאכט ערנסטע חורבנות.
זונטאג מיטאג האט דער מדינת ישראל קאבינעט דערקלערט קריג אויף כאמאס, און האט געמאלדן אז נאכדעם ווען דער דרום וועט גענצליך אויסגערייניגט ווערן פון די טעראריסטן, וועט מען פארזעצן מיט באשטראפן און פארניכטן דעם כאמאס רעזשים אין עזה, טראצדעם וואס שוין פון לאנג פריער האט מדינת ישראל אנגעפאנגען מיט א סיסטעמאטישן באמבארדירונג און פארניכטונג קאמפּיין, וואס האלט שוין אן העכער א טאג צייט, און ווערט שטארקער און מער אויסגעברייטערט יעדע שעה. מדינת ישראל פלאנירט א פולע לאנד אינוואזיע אריין קיין עזה, מיט טויזנטער סאלדאטן און הונדערטער טאנקען און כלי זיין. פיר רעזערוויסטן דעוויזיעס זענען שוין געשיקט געוואָרן צו די גרעניץ, אין צוגאב צו צענדליגער פון פריער אנוועזענדע באטאליאנען, און מדינת ישראל האט דערווייל אפּגעשפּארט די עלעקטריצטעט קראפט קיין עזה. די מדינת ישראל עיר פארס האט באמבארדירט דורכאויס די לעצטע 36 שטונדען פילע מיליטערישע כאמאס צילן, הויפּטקווארטירן, פריוואטע טעראר קאמאנדירן רעזידענצן און פיר אפּאפּרטמענט הייזער אין כאמאס באנוץ.

דער סטעיטמענט פון פרעזיענט ביידען איבער די אומגעקומענע אמעריקאנער בירגער
גלייכצייטיג האט דער מדינת ישראל פּרעמיער נתני' - וועלכער איז אונטער א שרעקליכן דרוק פון אלע זייטן פאר דעם וויסטן מיליטערישן און שפּיאנאזש דורכפאל - געזאגט אין א סטעיטמענט אז אלע בירגער דארפן זיך גרייטן פאר א פארצויגענעם קריגס צושטאנד. דערווייל זענען ווי ערווענט שוין פאראן באשטעטיגטע העכער 700 אומגעקומענע מדינת ישראל בירגער! און איבער צוויי טויזנט דריי הונדערט פארוואונדעטע, צווישן זיי העכער 300 וואס זענען ערנעסט אדער קריטיש פארוואונדעט. און צווישן פאלעסטינער זענען דא מער ווי 500 אומגעקומענע.
*
אמעריקע און א צאל אנדערע לענדער האבן געמאלדן פולע שטיצע פאר מדינת ישראל און האבן פארדאמט די טעראר מאסן מארדן.
מען האט גלייכצייטיג פארשטארקט די פאליציי וואך ביי אידישע שוהלן און מוסדות, איבערהויפט אין ניו יארקער שטעט, כאטש מען ב"ה האט נישט געהערט פון קיין שום ספעציפישע געפארן.
*
עראפלאנען פארקער געשטערט צוליב די מלחמה
צוליב דעם מלחמה צושטאנד, האבן אמעריקאנער און אנדערע אויסלענדישע עירליינס סוספענדירט זייערע פלי רייזעס צו און פון מדינת ישראל. מענטשן און משפחות וואס "מוזן" אהיימפארן פון זייערע יו"ט באזוכן אין אר"י, אדער וואס ווילן פארלאזן דאס לאנד צוליב דעם מלחמה מצב, זענען אנגעוויזן אין די איינע איזראעלישע עירליין וואס פליעט יא, און זיי האבן ארויפגעשרויפט גאר הויך די פרייזן אויף העכער 3,000 דאלאר א טיקעט, אויף איין וועג!
*
געשאסן אויף מדינת ישראל, געצילט אויף סאודי אראביע
פון די ערשטע אנאליזן איז ארויסגעברענגט געווארן דער וויכטיגער פונקט, אז כאמאס האט זיך טאקע געוואלט אפרעכענען מיט מדינת ישראל, אבער עס איז געגאנגען מיט א טיפערן ציל ווי בלויז צעשמעטערן דעם ציוניסטישן שטאלץ אז זיי זענען אומבאזיגבאר. דא איז אויך געווען א וויכטיגער דיפּלאמאטישער חשבון, אונטערצוגראבן די באמיאונגען פון פּרעזידענט ביידען צו דערגרייכן עפּעס אן אפּמאך צווישן סאודי אראביע און מדינת ישראל, דערלאנגען פאר מדינת ישראל נישט בלויז א מיאוס'ן מיליטערישן זעץ, נאר אויך א ריזיגן דיפּלאמאטישן אנזעץ.
סאודי אראביע קען ארויסבאקומען פון אמעריקע געוואלדיגע הנחות און פארדינסטן אויב זי וועט דאס נאכגעבען פאר ביידען, אנצוקניפן אפיציעלע באציאונגען מיט מדינת ישראל, אבער דער סאודיער קרוין פּרינץ ווייסט אז ער קען נישט אינגאנצן פארראטן די פּאלעסטינער, אויב ער וויל נישט ריזיקירן מיט זיין אייגענעם קעניגרייך, אדער גאר מיט זיין לעבן. דאס איז דערווייל געווען דער גרעסטער אפּהאלט צו א שליכטונג מיט מדינת ישראל, ווייל נתני' קען נישט געבן קיין הנחות וואס זאל פירן צו א פּאלעסטינער מדינה, ווילאנג ער איז אנגעוויזן אין זיין איצטיגע עקסטרעמיסטישע קאאליציע.
איצט אז כאמאס האט אריינגעשלעפּט מדינת ישראל אין א פרישע מלחמה, קען סאודי אראביע פארגעסן פון א ווייטערדיגע דערנענטערונג מיט מדינת ישראל, אויף א שיין ביסל צייט.

די אמעריקאנער "פארד" עראפלאן-שיף מיט אירע באגלייטונג קריגס שיפן שטראמען אין מיטלענדישן ים נאענטער צו מדינת ישראל צו שטיין צו הילף אויב נויטיג
(מער אויספירליכע באריכטן און פרישע איינצעלהייטן אין "די צייטונג", מיטוואך צופרי אי"ה)
*
יום תפילה, היינט מאנטאג
דער ביד"ץ העדה החרדית האט דערקלערט א יום תפילה אויף דעם מאנטאג, מיט אמירת תהילים, אבינו מלכינו און די פאסענדע סליחות, לעורר זיין רחמי שמים

קרעדיט: ''די צייטונג''