פופציגער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 08, 2026 2:07 pm
מחפש שלווה האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 08, 2026 2:03 pm
מענטשן האבן געהעריג נישט מורא פון הצואת שם רע בכלל די אלע שמעוסן יעצט ביי קופקעס אין דא אויף אידטיש גייט בלייבן אנגענומען לדורת עולם אז דער אין דער האט געגנבט די תפילן וכ'ו
וואטש וואס די טוסט #
איינוועגס נעם דאס פאר א לעקציע אז נישט אלעס וואס דו זעסט קלאר געשריבן אין אלטע צייטונגען און ביכער, איז אמת.
מענין לבנין, כ'האב אלס בחור געטון אין עפעס א מחלוקה בין שני חצרות חסידים פון 150 יאר צוריק, זוכנדיג האב איך געפינען א ביכל וואס איז געדרוקט געווארן בערך תרס"ה, כ'האב מיך ארויפגעווארפן דערויף כמוצא שלל רב, ס'טייטש? דאס איז דאך ממש פון יענער תקופה, וואס קען זיין מער קראנט.
ביז כ'האב מיר געמאכט א חשבון, רביה"ק מסאטמאר איז נסתלק געווארן תשל"ט, וויפיל ביכער, שקרים און שקרנים זענען שוין געווען תשס"ט? אסאך. מ'קען זאגן אז רוב היינטצייטיג-אנגענומענע שקרים און געבאקענע מנהגים האבן שוין דאן עקזיסטירט.
ס'איז מיר געווען א נקודה למחשבה.