בלאט 20 פון 31

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:01 am
דורך טיפע חשבונות
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:08 am כינע האט פארבאטן כינעזער פירמעס צו אינוועסטירן אין די פאראייניגטע שטאטן אין רעאקציע צו פרעזידענט טראמפּ'ס טאריפס.
דאס האט ער דאך געוואלט.

איך פארשטיי נישט די כינעזע, יארן אינוועסטן זיי שוין אין אמעריקע, קויפן ריזיגע שטחים וכו' צו קענען האבן קאנטראל דא און יעצט גייען זיי אלעס סטאפן?

עפעס שטימט נישט.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:05 am
דורך ווער
וויצא פרעזידענט ווענס: אילאן מאסק פארבלייבט א ראטגעבער צו די טראמפ אדמיניסטראציע אפילו נאכדעם וואס ער לאזט איבער זיין פאזיציע ביי דאודזש

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:11 pm
דורך ברוך'ל
למעשה איז טראמפ צוגריקט מיט רוב וועלט
וואס האט אויס געפעלט די טאריפס

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 1:18 pm
דורך ווער
טראמפ'ס זון עריק איז ארויס געקומען מיט א רוף צו לענדער אפעקטירט פון זיין פאטער'ס נייע טאריף פלאן, אז זיי זאלן וואס פריער קומען פארהאנדלן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 3:15 pm
דורך שינאווער
ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:11 pm למעשה איז טראמפ צוגריקט מיט רוב וועלט
וואס האט אויס געפעלט די טאריפס

אויב קוקט מען אויף די אלע לענדער וואס האבן באקומען נעכטן טאריפס פון אמעריקע, וויפיל פראצענט טאריפס זיי האבן שוין יארן אויף אמעריקאנע פראדוקטן, זעהט מען אז אמעריקע איז היפש איינגעהאלטן.

כאפ א בליק אויף די נומערן.
bungri.PNG
bungri.PNG (852.38 KiB) געזען געווארן 638 מאל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:36 pm
דורך ווער
די פענטעגאן אינספעקטער דזשענערעל האט באשלאסן דורכצופירן אן איבערזיכט אויף דעם וואס דיפענס סעקרעטערי פיט העגסעט האט גענוצט 'סיגנעל'

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 4:52 pm
דורך שינאווער
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 3:15 pm
ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:11 pm למעשה איז טראמפ צוגריקט מיט רוב וועלט
וואס האט אויס געפעלט די טאריפס

אויב קוקט מען אויף די אלע לענדער וואס האבן באקומען נעכטן טאריפס פון אמעריקע, וויפיל פראצענט טאריפס זיי האבן שוין יארן אויף אמעריקאנע פראדוקטן, זעהט מען אז אמעריקע איז היפש איינגעהאלטן.

כאפ א בליק אויף די נומערן.

bungri.PNG
נאך נומערן.
נאך.PNG
נאך.PNG (1.24 MiB) געזען געווארן 582 מאל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:05 pm
דורך ברוך'ל
למעשה ציטערט יעדער צו אינוועסטירן אין ביזנעס יעצט

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:09 pm
דורך שינאווער
וואסערע אפעקט עס גייט האבן אויף דער אקאנאמיע ווייס איך נישט, דאס זאל יעדער האלטן לויט זייער פארטיי...

אבער די רעכט עס צו טון האט ער זיכער, ווילאנג ער טוט נאר צוריק וואס מען טוט מיט אים.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:50 pm
דורך טיפע חשבונות
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:09 pm וואסערע אפעקט עס גייט האבן אויף דער אקאנאמיע ווייס איך נישט, דאס זאל יעדער האלטן לויט זייער פארטיי...

אבער די רעכט עס צו טון האט ער זיכער, ווילאנג ער טוט נאר צוריק וואס מען טוט מיט אים.
יעדער האט די רעכט ווילאנג די געזעץ ערלויבט. שאלה איז נאר אויב עס לוינט.

האסט שוין אמאל אריינגעטראכט אז לאמיר זאגן ווען א אמעריקאנער מאכט $1000 א וואך און ער נוצט אויס דערפון $800 גייט ער איבערבלייבן מיט $200 פאר לאקדזשערי, ער קען קויפן 30 זאכן אויף טעמאו... ער לעבט מעשה גבירות.

דער כינעזער ער מאכט נאר $300 א וואך ער בלייבט לאמיר זאגן נאר מיט 50 קען ער קויפן נאר 5 זאכן פאר לוקסוס.

יעצט וואס געשענט ווען עס גייען קומען מער מעניפעקשארס קיין אמעריקע? דיין געהאלט גייט זיך נישט דאפלן אבער פרייזן גייען זיין טייערער דו גייסט זיך שוין נישט קענען ערלויבן צו קויפן 30 פראדאקטן פאר $200 דאלער, גייסט נאר קענען קויפן 10, סא עד די ענד געים גייסטו ארויס מיט שאדן.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:53 pm
דורך הדסים
טיפע חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:50 pm

צוויי זאכן קענען געשען
1. לענדער וועלן בלית ברירה פארהאנדלען מיט אמעריקע
2. טעקסעס וועלן אראפגיין היות ס'קומט אריין גענוג געלט פון טעריפס

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:56 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
@הדסים די צווייטע אפציע טראכסטו באמת אז ס'וועט געשען?...

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 7:00 pm
דורך הדסים
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:56 pm @הדסים די צווייטע אפציע טראכסטו באמת אז ס'וועט געשען?...
1. איך האלט אז דער ערשטער אויסוואל איז מער מסתבר.
2. געוואנדן צו די טעריף אינקאם וועט געשען גענוג שנעל אז ס'זאל זיין אונטער א קאנסערוואטיווער פרעזידענט.
אגב דאס צעמענטירן די 2017 שטייער שניטן פערמאנענט דורך קאנגרעס וועט זיך דארפן דעקן דורך אזעלכע הכנסות.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 7:01 pm
דורך שינאווער
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:53 pm
טיפע חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:50 pm
שינאווער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 6:09 pm וואסערע אפעקט עס גייט האבן אויף דער אקאנאמיע ווייס איך נישט, דאס זאל יעדער האלטן לויט זייער פארטיי...

אבער די רעכט עס צו טון האט ער זיכער, ווילאנג ער טוט נאר צוריק וואס מען טוט מיט אים.
יעדער האט די רעכט ווילאנג די געזעץ ערלויבט. שאלה איז נאר אויב עס לוינט.

האסט שוין אמאל אריינגעטראכט אז לאמיר זאגן ווען א אמעריקאנער מאכט $1000 א וואך און ער נוצט אויס דערפון $800 גייט ער איבערבלייבן מיט $200 פאר לאקדזשערי, ער קען קויפן 30 זאכן אויף טעמאו... ער לעבט מעשה גבירות.

דער כינעזער ער מאכט נאר $300 א וואך ער בלייבט לאמיר זאגן נאר מיט 50 קען ער קויפן נאר 5 זאכן פאר לוקסוס.

יעצט וואס געשענט ווען עס גייען קומען מער מעניפעקשארס קיין אמעריקע? דיין געהאלט גייט זיך נישט דאפלן אבער פרייזן גייען זיין טייערער דו גייסט זיך שוין נישט קענען ערלויבן צו קויפן 30 פראדאקטן פאר $200 דאלער, גייסט נאר קענען קויפן 10, סא עד די ענד געים גייסטו ארויס מיט שאדן.
צוויי זאכן קענען געשען
1. לענדער וועלן בלית ברירה פארהאנדלען מיט אמעריקע
2. טעקסעס וועלן אראפגיין היות ס'קומט אריין גענוג געלט פון טעריפס
דאס איז טראמפס פוינט.

נו שוין, אונז העמיר ווארטן און זעהן וויאזוי עס וועט זיך אויסקאכן.

זאל משיח אוודאי קומען בעפאר.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 7:58 pm
דורך פשוט און גראד
בשם השם נצליח.

10 יאר טרעזשארי באנד אראפ.
מארטגעדש רעיטס אראפ.
אינטרעסט רעיט, וועט מיזען אראפ קומען סאאן.

קאנסטראקשען אין ריעל עסטעיט בעק און פלעי.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:50 pm
דורך ברוך'ל
קוקטס די מצב

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 2:12 am
דורך ברוך'ל
וואס גייט זיין דא

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 2:12 am
דורך ברוך'ל
.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 9:49 am
דורך ווער
IMG_2385.jpeg
IMG_2385.jpeg (179.67 KiB) געזען געווארן 376 מאל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 10:57 am
דורך ווער
טשיינע האט געמאלדן 34 פראצענט טאריפס אויף אלע אמעריקאנער פראדוקטן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 12:30 pm
דורך דיאמאנט סוחר
ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:11 pm למעשה איז טראמפ צוגריקט מיט רוב וועלט
וואס האט אויס געפעלט די טאריפס
for who did you vote?

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 12:34 pm
דורך קיין נפקמ
דיאמאנט סוחר האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 12:30 pm
ברוך'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 12:11 pm למעשה איז טראמפ צוגריקט מיט רוב וועלט
וואס האט אויס געפעלט די טאריפס
for who did you vote?
עס איז נישט געווען קיין הו"א פאר אים אז די וועלט גייט הנאה האבן פון זיינע טעריפס, ער טענהט אבער אז דאס איז א אפעראציע, ער וויל די ציהל און ברענגן נומערן צום נארמ, גיב עס אביסל צייט

איך פערזענליך האב אויך נישט הנאה פון די טעריפס, אבער דאס אז די וועלט איז גערעגט איז נישט די סיבה פארוואס ער זאל עס נישט טאהן אויב האט די וועלט גענומען עדווענטידזש אויף אמעריקא ביז יעצט

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג אפריל 04, 2025 4:14 pm
דורך הדסים
ווער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 04, 2025 9:49 amIMG_2385.jpeg
מער ווי די 130,000 וואס איז געווען ערווארטעט

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 3:13 pm
דורך מיילעך פריילעך
ברוכים הבאים והשבים.

מיינע 2 צענט בקיצור איבער די טעריפס..

לעת עתה צאלט מען טייערע פרייזן, די ווייסע ארבעטער קלאס שטייט שוין באלד 40 יאר אן קיין ארבעט, (יא, זיי זענען גרייט צו האסלען פונקט ווי דיין מעקסיקאנער ארבייטער).
קומט קעניג טראמפ, און זאגט איך גיי טרייען מיין לאק, איך גיי לייגן טעריפס אויף כל הקהל הקודש, אויב גייען לענדער אונז אקעגן קומען און זאגן מר. טראמפ, מאי דהוה הוה, איך נעם אראפ פון אמעריקע און די נעם אראפ פון מיר און שלום על ישראל, איז זיכער גוט, דעיס מיינט אז פרייזן וועלן אראפפאלן.
וואס אגב האבן שוין בערך 50 לענדער געמאלדן דעיס אדער אז זיי פלאנען צו פארהאנדלען.
ווידעראום כינע אדער אנדערע גרויסמאכטן וואס קענען זיך יא ארויסשטעלן קעגן אמעריקע, האט/וועט צוריקענטפערן, און מען וועט מוזן ווארטן ווער עס וועט פאלן צו וועמען, אדער וואס טראמפ וויל לענ''ד פון זיי, זעץ דיר צום טישל.

ממילא איז נישט מעגליך צו זען קיין עתידות, און דער וואס שרייט אז אמעריקע איז א זיכערע פארלירער, ווייזט עס אז זיין לינקע שנאה שטייט בעפאר זיין דעת, וכן הדין ל' רעכטע.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 3:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
אין אנדערע נייעס
די לענדער, זימבאבווע און טייוואן נאכפאלגנדיג מדינת ישראל און ווענעזועלע האבן געלאזט וויסן אז זיי זענען גרייט צו סוספענדירן טאריפס אויף אמעריקאנער אימפארטן, אין אויסטויש פאר א בעסערע דיעל מיט די פאראייניגטע שטאטן.

איבער 50 לענדער האבן זיך שוין פארבינדן מיט די ווייסע הויז צו פרובירן אויסהאמערן עקאנאמישע האנדל אפמאכן מיט די טראמפּ אדמיניסטראציע.

▫️אידישער ווינקל ▫️