(שלום עליכם, א גריס פון סעדאונע, ב"ה זייער הנאה געהאט און וואלט רעקאמענדירט פאר סיי ווער עס קומט קיין אריזאנע און האט די צייט צו פארן ביז דארט).
קאסא גראנדע בליצן #6.0
פארוואס פארקויפסטו עפלעך פאר צוויי דאלער ווען ארענדזשעס פארקויפן זיך פאר א דאלער?...
נאך וואס איך האב ארויפגעלייגט די פאריגע 'קאסא גראנדע בליצן' איבער די גוטע נייעס אז היימישע אידן קויפן הייזער אין קאסא גראנדע צו וואוינען און צו וואקאציענערן, און טאקע דייקא ביי א היימישע לייסענסד ריעל עסטעיט בראוקער, זעה איך אז א געוויסע פרישע ניק
(בבחינת 'ניי צום טיש') האט געשריבן אז ס'איז טייערע ווי די פרייז אינעם געגנט.
דאס מאל איז זייער גרינג צו ענטפערן, היות דאס איז מיס-אינפארמאציע וואס מען קען אפווענדן מיט פאבליק אינפארמאציע עוועלעבל פאר יעדן איינעם אויף פאבליק וועבסייטס ווי איר וועט אליין זעהן, איז לאמיר אנהויבן.
6.1) לאמיר דערווייל אננעמען די מ'כלומפרשט'ע הנחה אז די הייזער ארויפגעלייגט זענען פארקויפט געווארן מיט די הילף פונעם וועד הבתים
(לויט ווי דער ניק טענה'ט), איך וואלט געראטן פאר סיי ווער צו געבן א קוק אויף די 'זעסטימעט' פון די דריי הייזער וואס איז ארויפגעלייגט געווארן וועט מען זעהן אז יעדע פון די הייזער איז פארקויפט געווארן פאר עטליכע טויזנט מער ווי די 'זעסטימעט', משא"כ געבטס א קוק אויף די הויז וואס איז פארקויפט געווארן דורך די היימישע ריעל עסטעיט אגענט זעהט איר אז דער הויז איז פארקויפט געווארן פאר א גלאטע הונדערטער מער ווי די זעסטימעט פרייז, יעצט איך זאג דיירעקט נישט אז די זעסטימעט פרייז מיינט אז דאס איז די פרייז פון דער הויז, איך ווייס אז זעסטימעט קען איבער אדער אונטערשאצן, אבער פאר ווער עס ווייסט וויאזוי זעסטימעט ארבעט
(און אזוי זענען זיי אויך מסביר אויף זייער וועבסייט) רעכענען זיי אריין אסאך פאקטארן ארום דעם הויז און דער געגנט און לויט דעם ברענגן זיי די שאצונג, במילא איז עס גענוג א קלארע אינדיקעיטאר ווער פונקטליך עס האט איבערגעצאלט אדער אונטערגעצאלט פאר זיין הויז לויט די אמת'ע ווערד און נישט מיט טריקענע נומבער'ס און סקווער פיס וכדומה.

- כ'האב צוזאמגעשטעלט אלע בילדער פון זיין תגובה, אויב איז עס נישט קלאר, גיי ארויף צו זיין תגובה צו זעהן בעסער
- houses sold.jpg (75.39 KiB) געזען געווארן 3123 מאל
6.2) יעצט לאמיר דורכגיין די הייזער וואס דער ניק טענה'ט אז דער 'וועד הבתים' האט געקויפט אין די 'לעצטע שטיק צייט':
1581 E Bowman Dr
א שנעלע זוך ווייזט
(און עס שטייט אויך קלאר אויף זילאו) אז דער הויז איז פארקויפט געווארן אום 10/15/2024, קנאפע פיר חדשים צוריק, די נאמען פונעם קויפער פונעם הויז איז 'האנטער בינענמאן', און אויב איז מיין ריסורטש אמת איז זיין פולע נאמען 'האנטער קריסטען בינענמאן'
(עס קען זיין אז עס איז א צווייטע מענטש).
(דער ריעל עסטעיט אגענט פאר דעם הויז איז געווען קערין ניוגיאן).
1715 N Agave St
א שנעלע זוך ווייזט
(און עס שטייט אויך קלאר אויף זילאו) אז דער הויז איז פארקויפט געווארן אום 11/12/2024, קנאפע דריי חדשים צוריק, די נאמען פונעם קויפער פונעם הויז איז 'מאנגע יוליע גאנזאלעס', דער נאמען הערט זיך אידיש צו אייך?
(דער ריעל עסטעיט אגענט פאר דעם הויז איז געווען ברייאו מעדאקס).
דאס אז דער 'וועד' פארקויפט הייזער פאר אידן האב איך געוואוסט, אבער דאס אז גוים קויפן הייזער ביים וועד איז מיר שוין א חידוש...

- די צוויי הייזער פארקויפט פאר גוים
- owner info.jpg (53.84 KiB) געזען געווארן 3123 מאל
6.3) די דריטע הויז וואס דער ניק האט געברענגט איז א הויז וואס געהערט טאקע פאר א איד, איך האב אים נישט געפרעגט מיט וועם ער האט געקויפט דער הויז, אבער דער הויז איז שוין געקויפט געווארן 'איבער ניין חדשים צוריק', צו זיין מער פונקטליך 5/13/2024.
דער הויז איז א וואקאציע הויז און איר קענט קומען וואקאציענירן אין דעם הויז, עס איז אונטער די מענעדזשמענט פון רילעקסטעי...
באשטעלט דעם הויז היינט אויף די פאלגענדע לינק
https://relaxtay.com/listing/casa-golde ... t/?guest=1
6.4) אקעי, יעצט אז עס איז קלאר פון פאבליק רעקארד די אינפארמאציע איבער די הייזער וואס איז געברענגט געווארן אינעם פאוסט, לאמיר אריבערגיין צו די איינציגסטע הויז, אין די לעצטע עטליכע חדשים, וואס עס איז כולם מודים אז דער וועד האט געהאט א האנט אין די אפקויף.
מיש צוריק צו בלאט 7 דא אינעם טעמע, וועט איר טרעפן א דיסקוסיע איבער א הויז וואס א איד האט געקויפט, א שיינע גרויסע הויז פאר $399K, פארוואס האט דער ניק נישט געברענגט דעם הויז אלץ משל?
https://www.zillow.com/homedetails/1885 ... 6705_zpid/
► Show Spoiler
(און א אינפארמאציע וואס איך האב דאן נישט געשריבן, דער הויז האט דער וועד געקויפט פאר די עסקינג פרייז נאר צוליב וואס א איד וואס וויל אהערקומען וואוינען האט געהאט אריינגעגעבן א אפפער פאר דעם הויז מיט דער אידישע ריעל עסטעיט אגענט, יענער האט געוואלט קויפן דעם הויז פאר ארום $10,000 ווייניגער ווי דער עסקינג פרייז...)
6.5) לגבי די הויז וואס א איד האט יעצט געקויפט פאר זיך אויף וואקאציע, דורך די היימישע ריעל עסטעיט אגענט, דער הויז איז געקויפט געווארן פאר $7,500 ווייניגער ווי די עסקינג פרייז
(עגען, פאבליק אינפאו אויף זילאו), און אפילו דאס איז געווען שווער צו באקומען צוליב וואס א ענדליכע הויז אין דער זעלבע געגנט איז אינעם זעלבן צייט עפרעיסד געווארן פאר עסקינג פרייז
(איבער $395K), די וואס האבן געקויפט דער הויז האבן דייקא געוואלט דעם הויז
(איך גיי נישט דא שרייבן יענעמ'ס פריוואטע סיבות) און געווען מוכן צו צאלן אביסל טייערער ווי ווען זיי ווארטן אפשר אויף א אנדערע הויז כדי צו קענען באקומען דייקא דעם הויז, און פארשטייט זיך אז ער האט נישט איבערגעצאלט נאר גאר אונטערגעצאלט פון די אפיציעלע פרייז.
6.6) לסיום, צו בעסער פארשטיין דער געגנט, פאלגענד זענען צוויי הייזער וואס זענען פארקויפט געווארן אינעם געגנט אין די לעצטע עטליכע חדשים
(איינס אין דעצעמבער און איינס דריי טעג צוריק), אזוי וועט איר זעהן די פרייזן וויאזוי בערך הייזער גייען דא, און אז דער מארקעט איז א געהעריגע מארקעט ווי גוים און אידן צוגלייך קענען אמאל טרעפן פאר ביליגער, אבער געווענדליך גייט דער הויז פאר בערך די פרייז וואס מען זעהט דא.
https://www.zillow.com/homedetails/1617 ... e=txtshare
https://www.zillow.com/homedetails/1536 ... e=txtshare

- די קאלאדזשן די בילדער מאכט עס אומקלאר.
- latest sold.jpg (104.9 KiB) געזען געווארן 3123 מאל
6.7) און אז איך שרייב שוין לאמיר צולייגן א גוטע נייעס, ב"ה אין די לעצטע טעג איז א צוקנופטיגע פרישע תושב אריין אין קאנטראקט אויף א שיינע גרויסע הויז, מיט די באגלייטונג פונעם היימישן ריעל עסטעיט אגענט, איך גיי נישט ארויסלייגן צו סאך פרטים
(ווי פארשטענדליך זענען דא וואס גייען דאס אויסנוצן צו שטערן, כדוגמת ווי איך האב שוין דערמאנט) אבער אויב האט מען גערעדט וועגן סקווער פיס, יענער הויז גייט ער צאלן ארום $105 פער סקווער פיס, און מ'רעדט פון א שיינע גרויסע הויז.
אזוי אויך וויל איך קלאר מאכן אז איך האב נאכאמאל גערעדט מיטן רב שליט"א (הרה"ג רבי אברהם ראבינוביץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע) און געהערט אז ער באגלייט ר' נחמן לעפקאוויטש מיט זיין פרנסה און ער פרעגט אים אן אויף סיי וועלכע שאלות עס קומט ארויף לגבי די פארקויפן הייזער אין שטאט כדי אז אלעס זאל זיך פירן לויט די אוועקגעשטעלטע תקנות כדת של תורה מיט א דעת תורה.
6.8) טראץ וואס עס איז דא אסאך צו רעדן איבער די לעגאליטעט פון די גאנצע 'וועד הבתים', און די אומלעגאלע אקטיוועטעטן וואס עס קען אפשר אריינלייגן אידן וואס קויפן אזוי הייזער, גיי איך נישט יעצט אריינרעדן דערין ווייל נישט דאס איז מיין ציל, איך וועל נאר זאגן פאר סיי ווער עס וויל קויפן א הויז
(ווי נאר אימער) זאל ביטע זיכער מאכן אז ער קויפט ביי א לייסענסד ריעל עסטעיט אגענט און ווי עס פעלט אויס מיט א גוטע לויער
(אין אריזאנע איז דער געזעץ אז איר דארפט נישט קיין לויער אויב האנדלט איר מיט א לייסענסד ריעל עסטעיט אגענט), פאלגענד איז א לינק צו זעהן אויב דער מיט וועם איר רעדט איז א לייסענסד ריעל עסטעיט אגענט אין אריזאנע:
https://services.azre.gov/PdbWeb/Indivi ... alLicenses
6.9) פאלגענד זענען די לינקס צו די פאבליק פלאטפארמעס פון ווי איך האב גענומען די אינפארמאציע פאר דעם פאוסט.
נאכקוקן הייזער אין קאסא גראנדע פאר וועם עס געהערט:
https://app1.pinal.gov/Search/Parcel-Search.aspx
זילאו קאסא גראנדע געגנט:
https://www.zillow.com/casa-grande-az/s ... 22%3A16%7D
אידטיש - קאסא גראנדע אשכול:
viewtopic.php?t=162&start=150
איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן, אז איך גיי נישט ווייטער גיין רינג עראנד ע ראזי, איך וועל צוריקגיין צו מיין שטייגער פון לאזן די וויכוחים פאר דיע וואס דאס איז זייער ציל, און פשוט באריכטן די אפדעיטס און נייעס פונעם ישוב, ברוך השם דער ישוב רוקט זיך פאראויס אין די פונדעמאנטאלע יסודות.
מנאי
אלע צוזאמען.
נ.ב. אויב איינער קען מיר צו-ווייזן אין אישי וויאזוי מ'לייגט ארויף מער ווי דריי בילדער אין א תגובה וועל איך ארויפלייגן סקרינשאטס פון די אנדערע פאבליק אינפארמאציע וואס איך שרייב דא דערוועגן.