בלאט 20 פון 23

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 8:58 pm
דורך איך
א געוואלדיגע איידיע די צומאכן די מוזיק סטעידש בשעת מען זינגט נישט

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:15 pm
דורך איך
חיים שלמה פישער

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:17 pm
דורך חבר דיינער
עני בילדער ,קליפס
יישר כח.

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:21 pm
דורך איך
ברכת הקודש

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:22 pm
דורך פשוט און גראד
מתנה מנורה טהורה מאת רבינו שליט״א לר׳ יצחק

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:26 pm
דורך איך
מתנה ליעקב זוסמאן סופר
פטרון החבורה בק"י

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:28 pm
דורך איך
מרא דארעה קדישא גאב"ד ירושלים טרעט אויף

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:34 pm
דורך איך
מתנה ליושע הערש גליק
רוח החיים פון די חבורה

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:34 pm
דורך איך
מתנה לר' שלום יצחק יאקאבאוויטש
פטרון החבורה בירושלים

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:36 pm
דורך איך
דברי חיזוק מאת
ראש ישיבת מאור יצחק

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 10:17 pm
דורך חלום חלמתי
טאטאלע דיזעסטער געווען די ענדלאזע דרשות, צען שעה נאכן אנהייבן די מעמד

געמיינט אז מ'האט זיך שוין דערלערנט

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 11:02 pm
דורך אסרוחג
כ'אב געזען לימנובער רב מיט ר' יוסף בנימין וואזנער זענען דארט געווען, זיי זענען געקומען אלס מסיימים?

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 11:39 pm
דורך נויז מאשין
רקודים נאכן הדרן

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 11:43 pm
דורך נויז מאשין
לייק פאר די איידיע פון פארמאכן די מוזיק סטעידש ביים ענדיגן א ניגון...


Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 12:02 am
דורך נויז מאשין

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 12:03 am
דורך נויז מאשין
חרוזים

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 12:07 am
דורך נויז מאשין
נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:43 pm לייק פאר די איידיע פון פארמאכן די מוזיק סטעידש ביים ענדיגן א ניגון...


Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 12:21 am
דורך נויז מאשין
נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:39 pm רקודים נאכן הדרן

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 12:22 am
דורך נויז מאשין

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 12:49 am
דורך לכל קהלא
אסרוחג האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:02 pm כ'אב געזען לימנובער רב מיט ר' יוסף בנימין וואזנער זענען דארט געווען, זיי זענען געקומען אלס מסיימים?
לימנוב אלס מסיים. אבד"ק שבט הלוי איז צוגאסט יעצט אין ניו יארק און זיך געקומען משתתף זיין אלס ידיד מאז ומקודם פאר קהילתינו ה‘‘ק נאך פון די יארן דינעדיג אלס אבד"ק קהילתינו בלאנדאן

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 2:05 am
דורך בן מלך
הערליכע און דערהויבענע מעמד געווען. ווען האב איך לעצט געלערנט פיר שעה ברציפות…? 🤦🏻‍♂️

ווען די גראמען איז געפארן צום אויפן אהבה רבה ניגון צו והאר עינינו, איז געווען אינטערעסאנט צו באמערקן ווי די גאנצע עולם ממש האט, ווי אפגעשמועסט, זיך גענומען שאקלען מיט התלהבות, עס האט מיך באמת איבערגענומען.

די טאנצן איז געווען עכט. עכטע שמחה. א קלייניגקייט?? אזויפיל אידן פון איין קהילה זאלן צוזאמען ענדיגן ש״ס? די עולם האט זיך געהויבן!

די דרשות זענען געווען היפש היפש אויסגעצויגן, אבער למעשה תוכנ׳דיג און נישט סתם גערעדט. די נגינה איז געווען שיין. ישראל אדלער איז עפעס א אור.. just now! אזאנע פלאים׳דיגע חרוזים, אזא מאכטפולע אבער הארציגע שטימע, איך בין ממש פארגאפט. א מתנת אלוקים. איך בין מאריך ווייל דאס האט אויף מיר למעשה געלאזט די שטערקסטע אפעקט אויפן פרישן מחזור.. נגינה האט א גרויסן כוח.

פאר ר׳ יצחק איז נישטא וואס צוצולייגן. א מזכה את הרבים במלוא מובן המילה! יעדע ווארט עקסטער נעמט נאר אוועק.

שוין... גיימער אנהייבן מאימתי!

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 12:16 pm
דורך חסיד הארץ

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 12:28 pm
דורך בן תורה
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 3:56 pm
היימיש האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 3:51 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 3:49 pm

געזאגט.
לייו?
דאך געווען דא א צעטל אז עס גייט נישט זיין קיין סקרינס?
געהערט שבת אז ר' יצחק שווארץ איז אריין צום רבי'ן אנהייב רעדן וועגן א סטאדיום פרויען אויבן און מענער אינטן, האט די רבי געזאגט בשום אופן. האט ער געפרעגט די פרויען ווילן דאך זעהן, האט די רבי געענטפערט מ'וועט מאכן זיי זאלן קענען מיטהאלטן.. אויף זיין פראגע אז מ'וועט אים ווארשיינליך נישט לאזן, האט אים די רבי געענטפערט איך וועל דיר העלפן. וכך הוה


ס'קומט א עקסטערע פראגראם מיט פרויען רעדנער זינגער און מוזיקאנטן, די הויכפונקטן וועט מען מיטהאלטן
ויהי ממחרת. עס איז געווען א סקרין ביי די פרויען אבער מען האט נישט געקענט מיטהאלטן לייוו. מען האט נאר כסדר געוויזן בילדער פון די מענער.

ב"ה מיר האבן א רבי (און א רב) וואס שטייען על המשמר אז די חומות זאלן חלילה נישט צובראכן ווערן. אשרינו!

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 1:27 pm
דורך חלום חלמתי
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2025 12:28 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 3:56 pm
היימיש האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 3:51 pm

לייו?
דאך געווען דא א צעטל אז עס גייט נישט זיין קיין סקרינס?
געהערט שבת אז ר' יצחק שווארץ איז אריין צום רבי'ן אנהייב רעדן וועגן א סטאדיום פרויען אויבן און מענער אינטן, האט די רבי געזאגט בשום אופן. האט ער געפרעגט די פרויען ווילן דאך זעהן, האט די רבי געענטפערט מ'וועט מאכן זיי זאלן קענען מיטהאלטן.. אויף זיין פראגע אז מ'וועט אים ווארשיינליך נישט לאזן, האט אים די רבי געענטפערט איך וועל דיר העלפן. וכך הוה


ס'קומט א עקסטערע פראגראם מיט פרויען רעדנער זינגער און מוזיקאנטן, די הויכפונקטן וועט מען מיטהאלטן
ויהי ממחרת. עס איז געווען א סקרין ביי די פרויען אבער מען האט נישט געקענט מיטהאלטן לייוו. מען האט נאר כסדר געוויזן בילדער פון די מענער.

ב"ה מיר האבן א רבי (און א רב) וואס שטייען על המשמר אז די חומות זאלן חלילה נישט צובראכן ווערן. אשרינו!
רוף עס וויזוי די ווילסט

Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס

געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 1:38 pm
דורך ריכטיג
מיין בליק אויפן מעמד. דיסקלעמער, איך בין בלויז א מתחיל.

ביז דער רבי איז אריין איז געווען א טיים וועיסטינג.
נאך דער רבי איז אריין איז געווען הערליך די גראמען, אפגערעדט די דב"ק, די ניגוני התעוררות וואלט געמעגט זיין אביסל שטילער די מוזיק - דער דראם האט געהאקט אין קאפ, די טענץ איז געווען גאר גאר שיין אן אמת'ע געפיל פון שמחה והתעלות, די מתנות געטיילעכץ איז געווען גאנץ גוט אויסגעשטעלט, און דערנאך די 2טע דב"ק, רב וואקסמאן'ס דרשה איז געווען איבריג אין מיינע אויגן - און זיכער וועי צו לאנג, די כמעט א מנין חתנים ביים בענטשן איז געווען אזא שיינע טשערי אן טאפ..., די טענץ נאכן בענטשן האב איך שוין נישט מיטגעהאלטן, אבער ס'האט אויסגעזעהן זייער ערנסט.

איך בין סורפרייזד וויאזוי מ'קען סערווירן אזא גרויסן עולם א געהעריגע ווארימע מאלצייט, געווענטליך אזא גרויסן ציבור וואלט מען אדער ארויפגעשיקט טאצן מיט פאום טעלערס, אדער סעלף סערוו.