בלאט 190 פון 561

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:26 pm
דורך לעבער אייער
אנעקדאט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:02 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 9:43 pm
לעבער אייער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 9:27 pm די שאלות איז ער נישט מסביר אויף קרעטשמע
וויאזוי זאל ער וויסן וואס די גוואטעמאלא רעגירונג פלאנירט צו טוהן מיט די פירער און עלטערן בנוגע קלאגעס?

ער זאגט קלאר ווער ס'האט זיי באהאלטן. ווילסט וויסן די פונקטליכע אדרעס און אפארטמענט נומער?

וואס הייסט ער זאגט נישט וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען? ער זאגט אז די עלטערן האבן צוריקגעברענגט די קינדער. וואס פארשטייסטו נישט?

כ'וויל נישט קיינעם אוועקמאכן, אבער כ'האב איינמאל געוואלט מסביר זיין און ארויסברענגען, אז רוב קשיות וואס מענטשן פרעגן זענען סתם לופטיגע פראגעס געטריבן דורך די אידישע נאטור פון נייגער און אלץ טרעפן וואס צו פרעגן. אזוי ווי מענטשן האלטן אינאיין פרעגן; וואס טוהט זיך מיט די מיידלעך? וואס איז די פלאן מיט זיי? וכו' וכו'. קיינער מיינט חלילה נישט קיין שלעכטס, אבער אויסברעכן א שלל פון לופטיגע שאלות וואס האבן נישט קיין תשובה וויבאלד ס'איז קיין קשיא נישט, און נאכדעם האבן טענות אז ס'פעלט דעטאלן, איז זייער נערווירנד, אין די צייט וואס די באריכטן זענען ע"פ רוב מורא'דיג קלאר און דעטאלירט מיט צענדליגע פרטים און דעטאלן.
כמיין אז דו מאכסט עס סתם אוועק (כ'רעד נאר פון די יעצטיגע פראגן), ס'איז זייער פארשטענדליכע שאלות, כ'וועל דיר מסביר זיין וויאזוי איך פארשטיי זיינע שאלות

ער וויל נישט וויסן וואס די רעגירונג פלאנירט למעשה צו טוהן, ער וויל נאר פארשטיין צו ס'מאכט טאקע סענס אז אליין צוריקגעבן די קינדער העלפט עפעס.

ער פרעגט נישט 'ווער' ס'האט זיי באהאלטן, ער פרעגט 'וואו' מ'האט זיי באהאלטן. נישט די אדרעס, ער וויל פשוט פארשטיין וואו מען האט זיי געקענט אזוי גוט פארשטעקן אז נאך וואס די מיליטער איז שוין געגאנגען אזוי ווייט און אפי' גראבן קברים האט מען זיי נאכאלס נישט געטראפן.

"די עלטערן האבן צוריקגעברענגט די קינדער" פעלט אסאך פרטים. זיי האבן אליין אנגערופן די עסקנים? געברענגט די קינדער דירעקט צו זיי? וכו' וכו'. ס'איז זייער א שטורעמישע דערגרייכונג בחסדי ה', אין מענטשן ווילן וויסן אביסל פרטים, מ'האלט נאכנישט ביי דעם אז מ'האט אלעס קריסטאל קלאר מסביר געווען.
זייער גוט מסביר געווען שכח

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 12:15 am
דורך מעביר על המידות
הנההנם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:29 pm גענומען פון א קאזין
רומפלער תפיסה
אויב איר ווילט אביסל פארשטיין פון וועלכע תפיסה מ'רעדט און אונטער וועלכע אומשטענדן די ארעסטאנטן געפינען זיך, קענט איר קוקן דעי ווידיאו, אבער אויב איר ווילט ענדערש קענען שלאפן ביינאכט, ביטע עס נישט קוקן.. :!:
א באזוך אין די תפיסה אין על-סאלוואדאר

ttps://drive.google.com/file/d/15NPR03mkWPz77gdOM-mIyUevow7qd-t0/view

יא, פון דעי תפיסה האט לב טהור אים אנגעזאגט זיך נישט צו לאזן, נאר ענדערש דארט בלייבן על קידוש השם... :oops:

לייג צו א h צום אנפאנג לינק - איך וויל פשוט נישט זעהן איבער אין איבער אויף יעדע קאמענט
אויב איינער קען אביסעל מסביר זיין אין אידיש וואס דאס איז די תפיסה . ווייל די ווידיאו איז אין ענגליש אין איך פארשטיי נישט קיין ענגליש.
וועלכע פארברעכער זיצן דארט? נאר פארברעכער פין על-סאלוואדאר אדער אויך פין אנדערע לענדער? אין וואס טוט מען מיט זיי דארטן? אין פ''וו איז דארט שטרענגער ווי אנדערע פלעצער?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 12:20 am
דורך אנדערער
מעביר על המידות האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:15 am
הנההנם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:29 pm גענומען פון א קאזין
רומפלער תפיסה
אויב איר ווילט אביסל פארשטיין פון וועלכע תפיסה מ'רעדט און אונטער וועלכע אומשטענדן די ארעסטאנטן געפינען זיך, קענט איר קוקן דעי ווידיאו, אבער אויב איר ווילט ענדערש קענען שלאפן ביינאכט, ביטע עס נישט קוקן.. :!:
א באזוך אין די תפיסה אין על-סאלוואדאר

ttps://drive.google.com/file/d/15NPR03mkWPz77gdOM-mIyUevow7qd-t0/view

יא, פון דעי תפיסה האט לב טהור אים אנגעזאגט זיך נישט צו לאזן, נאר ענדערש דארט בלייבן על קידוש השם... :oops:

לייג צו א h צום אנפאנג לינק - איך וויל פשוט נישט זעהן איבער אין איבער אויף יעדע קאמענט
אויב איינער קען אביסעל מסביר זיין אין אידיש וואס דאס איז די תפיסה . ווייל די ווידיאו איז אין ענגליש אין איך פארשטיי נישט קיין ענגליש.
וועלכע פארברעכער זיצן דארט? נאר פארברעכער פין על-סאלוואדאר אדער אויך פין אנדערע לענדער? אין וואס טוט מען מיט זיי דארטן? אין פ''וו איז דארט שטרענגער ווי אנדערע פלעצער?
באלאנגט עכט נישט אין די טעמע

אין געציילטע ווערטער דארט זיצן נאר גענג מעמבערס פון על סאלוואדאר. גענג מעמבערס האבן זייער וועג פון אנפירן זייערע אקטיוויטעטן פון תפיסה, דערפאר זענען זיי אפגעהאקט גענצליך פון די וועלט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 12:29 am
דורך ברוך כבוד
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 2:58 am פרישע אנטוויקלונגען אויפן פראנט אין גוואטעמאלא.
► Show Spoiler
1) חיים צבי גאלדבערגער
2-3) הילל שמעון מלכא וב"ב
4) אברהם יודא לייביש מלכא
5) ברכה מלכא לאווער
6-7) אברהם קושאני וב"ב
8-9) יואל דוד אלטר וב"ב
10) מיכאל יודא גאלדמאן
11) פנחס פעדער

דער ספר החינוך אין מצוה ש"ו מצות ספירת העומר שמועסט אויס אז אנהייב ווען מען איז נאך ווייט פון די זאך ציילט מען וויפיל טעג ס'איז אריבער, און וועס קומט נענטער צו שבועות וואלט מען בעצם געדארפט ציילן וויפיל טעג ס'איז געבליבן צו קבלת התורה, נאר מען וויל נישט טוישן אימיטן ספירה עי"ש.

ב"ה נאך אזוי פיהל גוטע נייעס ביז אהער, און מיט די אלע אויסגערעכנטע וואס דארפן פארלאזן דעס פלאץ. (און אלע פירערס די "יושבים") דארף מען שוין ציילן אויף צוריק, ד"ה וויפיל און ווער זענען נאך יא געבליבן?

קען איינער אריינקומען מיט א קלארקייט, ווער איז נאך יא דארט???

הגם אפילו אסאך פון די וואס זענען ארויס פון דארט בכפיה זענען בעצם נאך דארט...

"עס קען אפשר זיין גריג ארויסצונעמען א מענטש פון ל"ט, עס איז אבער אסאך שווערער ארויסצונעמען ל"ט פון א מענטש"

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 12:40 am
דורך העלפן א איד
ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:29 am הגם אפילו אסאך פון די וואס זענען ארויס פון דארט בכפיה זענען בעצם נאך דארט...
די אלע וואס קומען יעצט ארויס פון דארט קומען פון זייער אייגענעם ווילן

ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:29 am "פעס קען אפשר זיין גריג ארויסצונעמען א מענטש פון ל"ט, עס איז אבער אסאך שווערער ארויסצונעמען ל"ט פון א מענטש"
כלל וכלל לא

עס איז זייער שווער ארויסצושלעפן איינעם וואס איז פיזיש סטאק דארט אבער ווער ס'איז ארויס און אפילו נאר אויפן וועג ארויס איז שוין ב"ה ל"ט ארויס פון אים

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 12:45 am
דורך ברוך כבוד
העלפן א איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:40 am
ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:29 am הגם אפילו אסאך פון די וואס זענען ארויס פון דארט בכפיה זענען בעצם נאך דארט...
די אלע וואס קומען יעצט ארויס פון דארט קומען פון זייער אייגענעם ווילן

ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:29 am "פעס קען אפשר זיין גריג ארויסצונעמען א מענטש פון ל"ט, עס איז אבער אסאך שווערער ארויסצונעמען ל"ט פון א מענטש"
כלל וכלל לא

עס איז זייער שווער ארויסצושלעפן איינעם וואס איז פיזיש סטאק דארט אבער ווער ס'איז ארויס און אפילו נאר אויפן וועג ארויס איז שוין ב"ה ל"ט ארויס פון אים
די דערמאנטע רשימה גייט ארויס בכפיה... עיין לעיל...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 12:56 am
דורך Headquarters

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 2:38 am
דורך יאנטשי
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:00 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 9:56 pm
► Show Spoiler
נו דעמאלטס פארוואס זעהט מען נישט אז יעקב נחום זאל אויך אריינגיין אין א לאך אזוי ווי נחמן ער זאל נישט קענען אנפירן מיט זיינע שחיטות פון תפיסה ארויס?
נחמן איז אריין אין לאך פארן האבן א סעלפאון
אדרבא, אויב קענט איר אריין שיקן פאר יעקב נחום א סעלפאון אוו ער זאל לכבוד דעם אנקומען אין לאך וועט איר האבן א גרויסע מצוה
אינטרעסאנט וויאזוי קומט אן א סעלפאון אין א אמעריקאנע תפיסה? איז עס נישט קיין מאקסימום סעקיוריטי תפיסה? וואו זיצט ער?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 3:06 am
דורך הכהן
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:25 pm אין נאך א רינגעלע אינעם קייט פון סייעתא דשמיא וואס האט באגלייט די פארלוירענע פרויען און מיידלעך, איז יעצט באשטעטיגט געווארן אז די חתונה געהאטע פרויען האבן ב"ה נישט געהאט קיין קינדער אין די צייט אפשניט וואס זיי האבן זיך געפינען אין באהעלטעניש!
דאכטס זיך מיר אז מ'האט אויבן געשריבן/געזאגט אז ס'איז דא אזעלכע וואס דארפן אט-אט האבן א קינד,
וואס איז מיט זיי?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 8:00 am
דורך העלפן א איד
ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:45 am
העלפן א איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:40 am
ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:29 am הגם אפילו אסאך פון די וואס זענען ארויס פון דארט בכפיה זענען בעצם נאך דארט...
די אלע וואס קומען יעצט ארויס פון דארט קומען פון זייער אייגענעם ווילן

ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:29 am "פעס קען אפשר זיין גריג ארויסצונעמען א מענטש פון ל"ט, עס איז אבער אסאך שווערער ארויסצונעמען ל"ט פון א מענטש"
כלל וכלל לא

עס איז זייער שווער ארויסצושלעפן איינעם וואס איז פיזיש סטאק דארט אבער ווער ס'איז ארויס און אפילו נאר אויפן וועג ארויס איז שוין ב"ה ל"ט ארויס פון אים
די דערמאנטע רשימה גייט ארויס בכפיה... עיין לעיל...
גערעכט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 10:32 am
דורך יאנטשי
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:05 pm
איך האב נישט ליב צו שרייבן ווי דער גרויסע טאטע 'אז מען קען נישט אלעס זאגן וכו'
אבער דער מציאות איז אין דעם פאל אז עס זענען דא געוויסע דעטאלן וואס האבן דא געשפילט א שטארקע ראלע, און מען קען דאס נאכנישט מפרסם זיין וויבאלד דאס וועט מזיק זיין אנדערע פון קענען ארויסקומען, אבער אי''ה אייין טאג וועט מען עס קענען מפרסם זיין.
הונדערטער פראצענט, אבער וואס מאכט מיר יא נערוועז איז צומאל אויף די באמבאסטישע מעלדונגען (וואס איך גלייב אז נישט די עסקנים אליינס שרייבן) שרייבט מען אז פונקטליכע פרטים וועט אי"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע שעות. צום סוף לאזט זיך עס אויס מיט א "מען קען נישט אלעס פארציילן"...

סיי ביי די אבלאווע און סיי יעצט ביי די מיידלעך. אז מען קען נישט פארציילן זאל צען גלייך זאגן, אדער כאטש נישט זאגן דיטעילס טו פאלאו...

נאכאמאל, שכח פאר אייער ארבעט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 11:25 am
דורך על פי תורה
ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:45 am
העלפן א איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:40 am
ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:29 am הגם אפילו אסאך פון די וואס זענען ארויס פון דארט בכפיה זענען בעצם נאך דארט...
די אלע וואס קומען יעצט ארויס פון דארט קומען פון זייער אייגענעם ווילן

ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:29 am "פעס קען אפשר זיין גריג ארויסצונעמען א מענטש פון ל"ט, עס איז אבער אסאך שווערער ארויסצונעמען ל"ט פון א מענטש"
כלל וכלל לא

עס איז זייער שווער ארויסצושלעפן איינעם וואס איז פיזיש סטאק דארט אבער ווער ס'איז ארויס און אפילו נאר אויפן וועג ארויס איז שוין ב"ה ל"ט ארויס פון אים
די דערמאנטע רשימה גייט ארויס בכפיה... עיין לעיל...
זיי גייען טאקע ארויס בכפייה, אבער בדרך הטבע וועלן זיי דראפן די גאנצע לב טהור ביז סקונדעס, פארגעסט נישט אז 99 פראצענט מענער ווילן ארויסגיין און נאר די פרויען ווילן נישט. די מציאות איז אז די גייסט ביי די מענער איז אז סאיז נישט דא מער קיין לב טהור... אויב עס איז נישט דא קיין לב טהור באזע און ס'איז נישט דא קיין קאנטראל איז נישט דא מער קיין לב טהור...

מענטשן מיינען אז לב טהור איז א שולחן ערוך, אבער אין פאקט באטראכטן זיך די לב טהור מענטשן ווי א חלק פון א 'חבורה' און אויב ס'איז נישט דא קיין חבורה איז נישט דא קיין לב טהור...

אופן מינוט זוכט מען מנין אין בבל, אויב איינער וויל זיך אנטראגן קען מען זיך מעלדן...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 11:28 am
דורך שמועות טובות
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:00 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 9:56 pm
► Show Spoiler
נו דעמאלטס פארוואס זעהט מען נישט אז יעקב נחום זאל אויך אריינגיין אין א לאך אזוי ווי נחמן ער זאל נישט קענען אנפירן מיט זיינע שחיטות פון תפיסה ארויס?
נחמן איז אריין אין לאך פארן האבן א סעלפאון
אדרבא, אויב קענט איר אריין שיקן פאר יעקב נחום א סעלפאון אוו ער זאל לכבוד דעם אנקומען אין לאך וועט איר האבן א גרויסע מצוה
דא זאגסטו אנדערש
viewtopic.php?p=154645#p154645

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 11:29 am
דורך סאלי
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:25 am
ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:45 am
העלפן א איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:40 am
די אלע וואס קומען יעצט ארויס פון דארט קומען פון זייער אייגענעם ווילן



כלל וכלל לא

עס איז זייער שווער ארויסצושלעפן איינעם וואס איז פיזיש סטאק דארט אבער ווער ס'איז ארויס און אפילו נאר אויפן וועג ארויס איז שוין ב"ה ל"ט ארויס פון אים
די דערמאנטע רשימה גייט ארויס בכפיה... עיין לעיל...
זיי גייען טאקע ארויס בכפייה, אבער בדרך הטבע וועלן זיי דראפן די גאנצע לב טהור ביז סקונדעס, פארגעסט נישט אז 99 פראצענט מענער ווילן ארויסגיין און נאר די פרויען ווילן נישט. די מציאות איז אז די גייסט ביי די מענער איז אז סאיז נישט דא מער קיין לב טהור... אויב עס איז נישט דא קיין לב טהור באזע און ס'איז נישט דא קיין קאנטראל איז נישט דא מער קיין לב טהור...
אויב מען מעג פרעגן
וויפיל משפחות איש ואשתו זענען לעת עתה פארבינדן מיט די עסקנים אז זיי ווילן פארלאזן דעם כת

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 11:32 am
דורך על פי תורה
שמועות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:28 am
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:00 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 9:56 pm
► Show Spoiler
נו דעמאלטס פארוואס זעהט מען נישט אז יעקב נחום זאל אויך אריינגיין אין א לאך אזוי ווי נחמן ער זאל נישט קענען אנפירן מיט זיינע שחיטות פון תפיסה ארויס?
נחמן איז אריין אין לאך פארן האבן א סעלפאון
אדרבא, אויב קענט איר אריין שיקן פאר יעקב נחום א סעלפאון אוו ער זאל לכבוד דעם אנקומען אין לאך וועט איר האבן א גרויסע מצוה
דא זאגסטו אנדערש
viewtopic.php?p=154645#p154645
יענץ איז געווען לעגאל
איך רעדט פון אינטערשיקן אומלעגאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 11:34 am
דורך על פי תורה
סאלי האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:29 am
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:25 am
ברוך כבוד האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:45 am

די דערמאנטע רשימה גייט ארויס בכפיה... עיין לעיל...
זיי גייען טאקע ארויס בכפייה, אבער בדרך הטבע וועלן זיי דראפן די גאנצע לב טהור ביז סקונדעס, פארגעסט נישט אז 99 פראצענט מענער ווילן ארויסגיין און נאר די פרויען ווילן נישט. די מציאות איז אז די גייסט ביי די מענער איז אז סאיז נישט דא מער קיין לב טהור... אויב עס איז נישט דא קיין לב טהור באזע און ס'איז נישט דא קיין קאנטראל איז נישט דא מער קיין לב טהור...
אויב מען מעג פרעגן
וויפיל משפחות איש ואשתו זענען לעת עתה פארבינדן מיט די עסקנים אז זיי ווילן פארלאזן דעם כת
כמעט יעדע מענטש אין לב טהור האט שוין געקאנטאקט די עסקנים אז ער וויל ארויסגיין חוץ די צוויי דריי זיידעס

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 11:49 am
דורך סאלי
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:34 am
סאלי האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:29 am
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:25 am

זיי גייען טאקע ארויס בכפייה, אבער בדרך הטבע וועלן זיי דראפן די גאנצע לב טהור ביז סקונדעס, פארגעסט נישט אז 99 פראצענט מענער ווילן ארויסגיין און נאר די פרויען ווילן נישט. די מציאות איז אז די גייסט ביי די מענער איז אז סאיז נישט דא מער קיין לב טהור... אויב עס איז נישט דא קיין לב טהור באזע און ס'איז נישט דא קיין קאנטראל איז נישט דא מער קיין לב טהור...
אויב מען מעג פרעגן
וויפיל משפחות איש ואשתו זענען לעת עתה פארבינדן מיט די עסקנים אז זיי ווילן פארלאזן דעם כת
כמעט יעדע מענטש אין לב טהור האט שוין געקאנטאקט די עסקנים אז ער וויל ארויסגיין חוץ די צוויי דריי זיידעס
דעי מענטשן האבן די עזרת נשים אויף זייער זייט?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 12:03 pm
דורך סאלי
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:32 am
שמועות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:28 am
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:00 pm

נחמן איז אריין אין לאך פארן האבן א סעלפאון
אדרבא, אויב קענט איר אריין שיקן פאר יעקב נחום א סעלפאון אוו ער זאל לכבוד דעם אנקומען אין לאך וועט איר האבן א גרויסע מצוה
דא זאגסטו אנדערש
viewtopic.php?p=154645#p154645
יענץ איז געווען לעגאל
איך רעדט פון אינטערשיקן אומלעגאל
זייער אינטערסאנט .ווייל ביז יעצט האט מען קיינמאהל געהערט אז איינער זאל קענען
האבן א סעלפאון אין תפיסה

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 1:44 pm
דורך על פי תורה
סאלי האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:03 pm
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:32 am
שמועות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:28 am

דא זאגסטו אנדערש
viewtopic.php?p=154645#p154645
יענץ איז געווען לעגאל
איך רעדט פון אינטערשיקן אומלעגאל
זייער אינטערסאנט .ווייל ביז יעצט האט מען קיינמאהל געהערט אז איינער זאל קענען
האבן א סעלפאון אין תפיסה
קודם כל מען האט יא געהערט.
צווייטנס דא האבן געוויסע מיטגעשפילט אז דאס זאל פאסירן, עס איז געווען די עף בי איי'ס אינטערעסן צו האבן די רעקאדירינגען

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 1:45 pm
דורך על פי תורה
סאלי האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:49 am
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:34 am
סאלי האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:29 am
אויב מען מעג פרעגן
וויפיל משפחות איש ואשתו זענען לעת עתה פארבינדן מיט די עסקנים אז זיי ווילן פארלאזן דעם כת
כמעט יעדע מענטש אין לב טהור האט שוין געקאנטאקט די עסקנים אז ער וויל ארויסגיין חוץ די צוויי דריי זיידעס
דעי מענטשן האבן די עזרת נשים אויף זייער זייט?
ס'דא וואס האבן שוין האלבוועגס, און ס'דא וואס האבן נאך בכלל נישט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 2:33 pm
דורך רעד קלאר
הכהן האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 3:06 am
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:25 pm אין נאך א רינגעלע אינעם קייט פון סייעתא דשמיא וואס האט באגלייט די פארלוירענע פרויען און מיידלעך, איז יעצט באשטעטיגט געווארן אז די חתונה געהאטע פרויען האבן ב"ה נישט געהאט קיין קינדער אין די צייט אפשניט וואס זיי האבן זיך געפינען אין באהעלטעניש!
דאכטס זיך מיר אז מ'האט אויבן געשריבן/געזאגט אז ס'איז דא אזעלכע וואס דארפן אט-אט האבן א קינד,
וואס איז מיט זיי?
????

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 2:42 pm
דורך הלבלר בקולמסו
יתרו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 9:17 pm די לעצטע טעג איז דא אויף די פאון צו הערן די פרישע אפדעיטס איבער לב טהור, א שאד מען לייגט עס שוין נישט דא אויף אידטיש צו הערן פארן ציבור
ער ליינט פאר אלעס וואס שטייט דא...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 2:45 pm
דורך רעד קלאר
דיאמאנט סוחר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 4:17 pm
הנההנם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:29 pm גענומען פון א קאזין
רומפלער תפיסה
אויב איר ווילט אביסל פארשטיין פון וועלכע תפיסה מ'רעדט און אונטער וועלכע אומשטענדן די ארעסטאנטן געפינען זיך, קענט איר קוקן דעי ווידיאו, אבער אויב איר ווילט ענדערש קענען שלאפן ביינאכט, ביטע עס נישט קוקן.. :!:
א באזוך אין די תפיסה אין על-סאלוואדאר



יא, פון דעי תפיסה האט לב טהור אים אנגעזאגט זיך נישט צו לאזן, נאר ענדערש דארט בלייבן על קידוש השם... :oops:

לייג צו א h צום אנפאנג לינק - איך וויל פשוט נישט זעהן איבער אין איבער אויף יעדע קאמענט
ה ירחם מיין הארץ קלאפט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 3:03 pm
דורך הדסים
רעד קלאר האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 2:45 pm
דיאמאנט סוחר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 4:17 pm
הנההנם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:29 pm גענומען פון א קאזין
רומפלער תפיסה
אויב איר ווילט אביסל פארשטיין פון וועלכע תפיסה מ'רעדט און אונטער וועלכע אומשטענדן די ארעסטאנטן געפינען זיך, קענט איר קוקן דעי ווידיאו, אבער אויב איר ווילט ענדערש קענען שלאפן ביינאכט, ביטע עס נישט קוקן.. :!:
א באזוך אין די תפיסה אין על-סאלוואדאר
► Show Spoiler


יא, פון דעי תפיסה האט לב טהור אים אנגעזאגט זיך נישט צו לאזן, נאר ענדערש דארט בלייבן על קידוש השם... :oops:

לייג צו א h צום אנפאנג לינק - איך וויל פשוט נישט זעהן איבער אין איבער אויף יעדע קאמענט
ה ירחם מיין הארץ קלאפט
ווי געשריבן איז ער נישט געזיצן אין דעם תפיסה און ווי ער איז געווען איז גענוג שלעכט און מסוכן הגם נישט ממש ווי דאס וואס מ'זעט דא

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: פרייטאג מאי 23, 2025 4:25 pm
דורך כבוד מלכים
סאלי האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 12:03 pm
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:32 am
שמועות טובות האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 11:28 am

דא זאגסטו אנדערש
viewtopic.php?p=154645#p154645
יענץ איז געווען לעגאל
איך רעדט פון אינטערשיקן אומלעגאל
זייער אינטערסאנט .ווייל ביז יעצט האט מען קיינמאהל געהערט אז איינער זאל קענען
האבן א סעלפאון אין תפיסה

ווי האט מען נישט געהערט? איר האט אפשר א באקאנטער אין פארד דיקס?

זיי מברר וואס דארט גייט פאר.