וואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 18, 2024 1:25 pm
נישט קיין בהלה האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 18, 2024 12:54 pm
איך האב געליינט די מסורה ביכל, און עס איז אוודאי זייער א גוטע ארבעט. זיי לייגן גוט אראפ אז מען פרובירט קודם מיט אלע סארט השתדלות צו ארבעטן מיט די רעגירונג, דהיינו מען פרובירט זיי קודם אויף צו ווייזן אז באמת זענען מיר יא זייער גיט אהערגעשטעלט, און עס פעלט נישט אויס פאר ענק צו טוהן קיין איבריגע מיטלען. זיי האבן געשטעלט א גוטע קעיס אין זייער ביכל אויף צו ווייזן אז דאס איז אלעמאל געווען די מהלך אין סאטמאר על פי הדרכת רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו.
דאך האבן זיי לענ"ד פארפעלט קלארצושטעלן - די קשיא וואס מען האט שוין געפרעגט דא און עס איז מיר נאך אלס נישט פארענטפערט - אז לויט ווי זיי לייגן עס אראפ, קען די רעגירונג בכלל נישט צווינגען צו לערנען שלעכטע זאכן מינות און תועבה. אויב אזוי איז די מיליאן דאלער קשיא, דעמאלס וואס איז די פראבלעם אויב די רעגירונג זעצט זיך אריין אין די מוסדות און צווינגען צו לערנען וואס זיי הייסן. אמער זיי קענען דאך ממילא נישט הייסן לערנען קיין מינות כפירה ותועבה.
לויט ווי זיי לייגן אראפ אז די חשש איז אז די רעגירונג גייט זיך אריינמישן אין די מוסדות "אויב זיי נעמען איבער די בעלות", איז בכלל נישט פארשטענדליך די פראבלעם דערפון, זאל די רעגירונג איבערנעמען די בעלות פון די לימודי חול, און מען וועט נאך אלס נישט קענען לערנען קיין שלעכטע זאכן.
מען זעט אז זיי מיטשענען זיך צו פארענטפערן די קשיא, זיי זענען מאריך מיט עטליכע בלעטער דאס צו פארענטפערן, אבער זיי רעדן און רעדן און נאכ'ן סתם מאריך זיין האבן זיי נאך אלס גארנישט געזאגט. קיין איין מענטש קריכט נישט ארויס דארט מיט א קלארע תירוץ, און מיט די פרט האבן זיי געפלאפט, ווייל אויב סתם מענטשן מיטשענען זיך צו פארשטיין וואס זיי ענטפערן, און עס בלייבט זיי שווער, און לכאורה זענען זיי זיך אפילו סותר מיני' ובי', דעמאלס האבן זיי גארנישט געזאגט.
איך פארשטיי אז זיי האבן עפעס דא געוואלט ארויסברענגען א תירוץ, אבער די פלאפ איז אז למעשה האבן זיי דאס נישט גענוג גוט ארויסגעברענגט, און פאר סתם המון עם איז נאך אלס שווער די קשיא און זיי האבן גארנישט אויפגעטוהן מיט זייער אריכות.
דער כלל איז, אז ס'פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה
כ"ש ווען מ'לייגט אריין ריזיגע געלטער און כוחות אין די הסברה
פון וואוו ווייסטו אז מלייגט אריין ריזיגע געלט און כוחות אין די הסברה אפשר נישט?
די תירוץ איז ווייל מען זעהט ווי גוט עס איז, שטעלט מען זיך פאר אז מען האט אריינגעלייגט ריזיגע געלטער און כוחות אין די הסברה. און 'מסורה' מאכט טאקע א סופער סופער דזשאב מיט'ן מסביר זיין דאס וואס זיי שטעלן זיך בעיקר, איינס אראפברענגען די היסטאריע פון לעצטע עטליכע הונדערט יאר וויאזוי די צדיקים הקודמים האבן זיך געפירט בשעת הגזירות אויף חינוך און די מיטלען און פעולות וואס מען האט געטוהן דערצו, ווי אויך די היסטאריע פון די סאטמאר'ע מוסדות הקדושים די לעצטע 70 יאר בנוגע לימודי חול די סדרי הלימודים, הדרכות און הוראות פון רביה"ק זי"ע, וואס אין די ביידע נושאים קומט זיך זיי א מעדאל פאר אראפשטעלן אזא מעכטיגע קריסטאל קלארע ארבייט, נאך וואס אין די לעצטע עטליכע יאר פרובירט דאס ליידער מסלף צו זיין.
ווי אויך רירן זיי אהן אביסל וואס די גזירה איז יעצט אבער זיי שרייבן אפאר מאל אז דער עיקר וועט קומען אין קומענדיגן קונטרס, וואס וועט זיך לכאורה באציעהן אויפן הווה וואס די גזירה איז יעצט, און וואס זענען די פעולות וואס ווערט געטוהן בהוה להעביר את רוע הגזירה.
כ'האלט זיי האבן גענומען א ריסק מיטן עס צוטיילן און לאזן דער עולם אזוי לאנג ווארטן, ווען דער עיקר וואס דער עולם וויל וויסן איז דער הווה, אבער קען זיין זיי האבן א חשבון דערמיט, עכ"פ א פלאפ מיטן נישט גענוג גוט ארויסגעברענגט זעה איך נאכנישט, ווען זיי האלטן נאכנישט דארט בעצם.
אבער לאמת הענין דארף איך אפילו נישט ווארטן אויף 'מסורה' זאל מיר מסביר זיין וואס דער פראבלעם איז אויב דער גאווערנמענט זיצט מיט אן עמטליכקייט און מיט אינספקטארס און אונזערע מוסדות, ווען מען איז אנגעוויזן כסדר אויף זייער באשטעטיגונג אויף די לימודים, און עס דארף זיין צופרינשטעלנד אין די אויגן פון די באהערדע. ווי אויך הערט מען כסדר ווי די גאווערמנענט אווערסטעפט זייער אויטאריטעט און קענען הייסן און זיך שטעלן אויף זאכן וואס זיי האבן נישט קיין רעכט, זייער אסאך מאל געווינט מען טאקע קעיסעס קעגן די גאווערמענט וועגן דעם, אבער זייער אסאך מאל ברעכט מען אונטער אינדערצווישן, ווען דאס טיפול מיט און אמפערייען מיט די ביוראקראטיע און רעגירונג שיקאנירונגען ציט ארויס דאס לעצט ביסל געלט, בלוט, ענערגיע, און חיות.
אלענפאלס וואס האב איך מאריך צו זיין אין דעם וואס באמת איז דאס היבש פארשטענדליך פאר יעדן וואס זוכט נישט צו שפילן טאמעוואטע, און בעיקר אז 'מסורה' זאגט אז זיי גייען רעדן דערפון אין קומענדיגן קונטרס בין איך אין א בחינה פון כל המוסיף גורע, די חברה וועלן מאכן א בעסערע דזשאב פון מיר, זיי זענען בעסערע שרייבער און זיי קענען מער די נושא, און כ'וועל זיי שטעלן אויף די חזקה פון די לעצטע 2 קונטריסים אז עס דער עולם וועט קלאר ארויסהאבן די מציאות פון די גזירה און די פעלות ארום.