בלאט 185 פון 199

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 5:49 pm
דורך קונטסל
אינעם "תורותינו" פ' במדבר שטייט איבער א שרעקליכע גזירה, פאלגנד ציטירן מיר:

"בימי חג השבועות וועלן מיר זיצן מיט צאפלדיגע הערצער, און
טראכטן, "וואס איז מען גוזר אויף אונז?" וואס טראכטן די שופטי
ארץ איבער אונזער חינוך? וועט קומען א גונטסיגער פסק וואס
וועט ערמעגליכן אז מיר זאלן ווייטער קענען געבן א הייליגער
תורה'דיגער חינוך פאר אונזערע קינדער אן קיין שוועריגקייטן,
אדער איז חלילה דא בייזע מחשבות פון די עמי הארץ וואס זאגן:
ְְי ָָקָר ָ א ְְוָָיָא ָ ה ַַאְּתּ ִא ִ ין ַּת ַ ַּעְְרִב ִ י ְְל ַַמְְרָָוָת ָ א, און רופן אונז צו אויסמישן מיט
זייער פארדארבענעם חינוך וואס איז מגדל חיות טורפות."

איך בין זייער צעמישט צו ס'איז יא אדער נישט דא קיין גזירה.
אבער חוץ פון דעם וואס איז אזוי שרעקליך די אויסגאנג פונעם ריכטער "מ'איז דאך שוין עקוויוועלענט?"

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:02 pm
דורך חצי תשובה
קען איינער אהערברענגן די נקודות וואס מסורה האט באשלאסן אינעם ווערסיע צוויי, צו קליידן מיט'ן גזירה שלייער?

און ווער קען אהערברענגן א "סתירה ליסטע"?
(זיכער מאכן צו האלטן ליידיג א קאלום פאר ווערסיע נומבער דריי)

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:22 pm
דורך קונטסל
חצי תשובה האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:02 pm קען איינער אהערברענגן די נקודות וואס מסורה האט באשלאסן אינעם ווערסיע צוויי, צו קליידן מיט די בעבי גזירה סטרעטשי?

האסט א PDF?
איך מיין אז ס'קומט אן אויף פאסט נאר צו חסידי מהרי"י.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:22 pm
דורך צווייזייטיג
חצי תשובה האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:02 pm קען איינער אהערברענגן די נקודות וואס מסורה האט באשלאסן אינעם ווערסיע צוויי, צו קליידן מיט די בעבי גזירה סטרעטשי?

און ווער קען אהערברענגן א "סתירה ליסטע"?
(זיכער מאכן צו האלטן ליידיג א קאלום פאר ווערסיע נומבער דריי)
צאתכם לשלום!

ביטע רעספעקטירן דאס מין האנושי וואס דרייט זיך דא. ייש"כ.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:25 pm
דורך שפיצער
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:30 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:19 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 1:38 pm

און אין וואשינגטאן..
פראבירסט שוין אפאר מאל צו רעדן איבער וואשינגטאן....

עפעס דריקט דיר איבער דעם שטאט?...
(יעצט מעג מען שוין זאגן...)

די לאולער קאמפיין האט שווער געארבעט צו קענען ברענגען שענערע בילדער פון וואשינגטאן...
למעשה האבן די גרויסע רבנים ארויסגעטשעקט צו נישט מאכן פראבלעמען פאר די בוזשעט דיעל.

פארדעם האט מען אויך געווארט ארויסצוגעבן די בילדער ביז שבועות.
עפעס קומסטו נישט אריין קלאר..
לאמיך טרייען צו מאכן א סה"כ:
די לאולער קאמפיין האט געארבעט אויף שיינע בילדער מיט רבנים און די רבנים האבן מיטגעארבעט מיט זיי נאר אין די לעצטע מינוט האבן די "גרויסע רבנים" ארויסגעבעקט.. צוליב וואס??

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:27 pm
דורך א טראכטער
עטליכע נקודות נאכן דורך ליינען די מסורה,

1) די געזעצט פון 'סאבסטענשעל עקוויווילענט' מיט די 'גיידליינס' אויף דעם, מעג מען לערנען און דאס אלעס נאכקומען.

2) די גזירה איז אז די רעגירונג וויל באקומען בעלות וואס דאס מעג מען נישט נאכקומען,

3) נעמען א פעטוועי, און אריינגעבן א דעלירעטע 'טיים ליין' באדייט נישט איבערגעבן בעלות פאר די רעגירונג,

4) בלייבט נאר איבער די באדייט פון בעלות וואס ממעג נישט איבערגעבן פאר די רעגירונג, אז זיי ווילן זיך ארייזעצען און די אפיסעס פון uta איבערצונעמען די לייצעס פון די אדמינסטרעטער און די מנהלים,

ווערט געזיכט און די גיידליינס ווי עס שטייט אז זיי ווילן זיך אריינזעצן און די אפיסעס און איבערנעמען די לייצעס,

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:22 pm
חצי תשובה האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:02 pm קען איינער אהערברענגן די נקודות וואס מסורה האט באשלאסן אינעם ווערסיע צוויי, צו קליידן מיט די בעבי גזירה סטרעטשי?

און ווער קען אהערברענגן א "סתירה ליסטע"?
(זיכער מאכן צו האלטן ליידיג א קאלום פאר ווערסיע נומבער דריי)
צאתכם לשלום!

ביטע רעספעקטירן דאס מין האנושי וואס דרייט זיך דא. ייש"כ.
דאסמאל בין איך פולי מיט דיר.

אזעלכע סארט גערעדעכצער פאררייכערן דאס מקום!

פליייז!

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:29 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א טראכטער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:27 pm עטליכע נקודות נאכן דורך ליינען די מסורה,

1) די געזעצט פון 'סאבסטענשעל עקוויווילענט' מיט די 'גיידליינס' אויף דעם, מעג מען לערנען און נאכקומען.

2) די גזירה איז אז די רעגירונג וויל באקומען בעלות וואס דאס מעג מען נישט נאכקומען,
די זעלבע זאכן איז שוין געשטאנען אין מסורה #1.

כ'ווייס נישט וואס דער עולם יובל'ט דא איבער סתירות.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:34 pm
דורך צווייזייטיג
א טראכטער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:27 pm ווערט געזיכט און די גיידליינס ווי עס שטייט אז זיי ווילן זיך אריינזעצן און די אפיסעס און איבערנעמען די לייצעס,
אין די ערשטע גיידליינס איז עס געשטאנען.
אין די פעלדער אמענדמענט שטייט עס.

אין די מוסדות וואס שטייען אויס אינספעקשאנס, טוען זיי עס.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:35 pm
דורך א טראכטער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:29 pm
א טראכטער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:27 pm עטליכע נקודות נאכן דורך ליינען די מסורה,

1) די געזעצט פון 'סאבסטענשעל עקוויווילענט' מיט די 'גיידליינס' אויף דעם, מעג מען לערנען און נאכקומען.

2) די גזירה איז אז די רעגירונג וויל באקומען בעלות וואס דאס מעג מען נישט נאכקומען,
די זעלבע זאכן איז שוין געשטאנען אין מסורה #1.

כ'ווייס נישט וואס דער עולם יובל'ט דא איבער סתירות.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:36 pm
דורך וואלף
בקיצור די גאנצע מערכה איז איבער בעלות..... כ'האב געוויסט אז ס'איז א מי בראש מערכה......

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:37 pm
דורך א טראכטער
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:34 pm
א טראכטער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:27 pm ווערט געזיכט און די גיידליינס ווי עס שטייט אז זיי ווילן זיך אריינזעצן און די אפיסעס און איבערנעמען די לייצעס,
אין די ערשטע גיידליינס איז עס געשטאנען.
אין די פעלדער אמענדמענט שטייט עס.

אין די מוסדות וואס שטייען אויס אינספעקשאנס, טוען זיי עס.
דאס מעג מען דאך נאכקומען מען האט דיך גענומען א טיים ליין ,

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:39 pm
דורך צווייזייטיג
א טראכטער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:37 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:34 pm
א טראכטער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:27 pm ווערט געזיכט און די גיידליינס ווי עס שטייט אז זיי ווילן זיך אריינזעצן און די אפיסעס און איבערנעמען די לייצעס,
אין די ערשטע גיידליינס איז עס געשטאנען.
אין די פעלדער אמענדמענט שטייט עס.

אין די מוסדות וואס שטייען אויס אינספעקשאנס, טוען זיי עס.
דאס מעג מען דאך נאכקומען מען האט דיך גענומען א טיים ליין ,
פארדעם זיצן זיי טאקע אין אפיס, און שמייסן מיט די לייצעס.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:41 pm
דורך קונטסל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:29 pm
א טראכטער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:27 pm עטליכע נקודות נאכן דורך ליינען די מסורה,

1) די געזעצט פון 'סאבסטענשעל עקוויווילענט' מיט די 'גיידליינס' אויף דעם, מעג מען לערנען און נאכקומען.

2) די גזירה איז אז די רעגירונג וויל באקומען בעלות וואס דאס מעג מען נישט נאכקומען,
די זעלבע זאכן איז שוין געשטאנען אין מסורה #1.

כ'ווייס נישט וואס דער עולם יובל'ט דא איבער סתירות.
אין מסורה 1# איז געשטאנען אז מ'מעג זיין עקוויוועלענט, אז ס'איז נישט דא יעצט קיין שום גזירה. חסדי ה' כי לא תמנו
אין 2# שטייט יא אז ס'איז דא א גזירה (א בעבי גזירה) .מיר זיצן מיט צאפלדיגע הערצער, און טראכטן, "וואס איז מען גוזר אויף אונז?"
אזוי פארשטיי איך .

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:43 pm
דורך א טראכטער
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:34 pm
א טראכטער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:27 pm ווערט געזיכט און די גיידליינס ווי עס שטייט אז זיי ווילן זיך אריינזעצן און די אפיסעס און איבערנעמען די לייצעס,
אין די ערשטע גיידליינס איז עס געשטאנען.
אין די פעלדער אמענדמענט שטייט עס.

אין די מוסדות וואס שטייען אויס אינספעקשאנס, טוען זיי עס.

די דאזיגע בעלות איז דיך נישט קיין פראבלעם,
3) נעמען א פעטוועי, און אריינגעבן א דעלירעטע 'טיים ליין' באדייט נישט איבערגעבן בעלות פאר די רעגירונג,

נאר די בעלות איז א פראבלעם,
4) בלייבט נאר איבער די באדייט פון בעלות וואס ממעג נישט איבערגעבן פאר די רעגירונג, אז זיי ווילן זיך ארייזעצען און די אפיסעס פון uta איבערצונעמען די לייצעס פון די אדמינסטרעטער און די מנהלים,

און אויף דעם שרייב איך,
ווערט געזיכט און די גיידליינס ווי עס שטייט אז זיי ווילן זיך אריינזעצן און די אפיסעס און איבערנעמען די לייצעס,

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:45 pm
דורך אשרי מי
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:34 pm
א טראכטער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:27 pm ווערט געזיכט און די גיידליינס ווי עס שטייט אז זיי ווילן זיך אריינזעצן און די אפיסעס און איבערנעמען די לייצעס,
אין די ערשטע גיידליינס איז עס געשטאנען.
אין די פעלדער אמענדמענט שטייט עס.

אין די מוסדות וואס שטייען אויס אינספעקשאנס, טוען זיי עס.
אין פעלדער שטייט אז זיי ווערן בעלים אויפן מוסד?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:45 pm
דורך צווייזייטיג
חצי תשובה האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 4:10 pm איינע פון די גרעסטע חידושים איז אז אינעם מסורה חלק א' איז נישט געווען צום געפונעם קיין גזירת החינוך בכלל,
זענט איז זיכער אין דעם?!

חידושים רעדט איר מסתם פון אייערע אייגענע חידושים...
מסורה א.png
מסורה א.png (440.66 KiB) געזען געווארן 514 מאל

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:49 pm
דורך צווייזייטיג
שפיצער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:25 pm עפעס קומסטו נישט אריין קלאר..
לאמיך טרייען צו מאכן א סה"כ:
די לאולער קאמפיין האט געארבעט אויף שיינע בילדער מיט רבנים און די רבנים האבן מיטגעארבעט מיט זיי נאר אין די לעצטע מינוט האבן די "גרויסע רבנים" ארויסגעבעקט.. צוליב וואס??
אדרבא, לאמיר הערן פון דיר. פארוואס האט מהר"א, באבוב סקווירא, נישט געוואלט פארן צו זשאנסאן?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 6:51 pm
דורך צווייזייטיג
א טראכטער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:43 pm
און אויף דעם שרייב איך
ווערט געזיכט און די גיידליינס ווי עס שטייט אז זיי ווילן זיך אריינזעצן און די אפיסעס און איבערנעמען די לייצעס,
און אויף דעם האב איך געענטפערט.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 7:53 pm
דורך דער תהלים איד
וואלף האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:36 pm בקיצור די גאנצע מערכה איז איבער בעלות..... כ'האב געוויסט אז ס'איז א מי בראש מערכה......
:lol:

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 7:54 pm
דורך דער תהלים איד
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:28 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:22 pm
חצי תשובה האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:02 pm קען איינער אהערברענגן די נקודות וואס מסורה האט באשלאסן אינעם ווערסיע צוויי, צו קליידן מיט די בעבי גזירה סטרעטשי?

און ווער קען אהערברענגן א "סתירה ליסטע"?
(זיכער מאכן צו האלטן ליידיג א קאלום פאר ווערסיע נומבער דריי)
צאתכם לשלום!

ביטע רעספעקטירן דאס מין האנושי וואס דרייט זיך דא. ייש"כ.
דאסמאל בין איך פולי מיט דיר.

אזעלכע סארט גערעדעכצער פאררייכערן דאס מקום!

פליייז!
גא"מ.

מ'קען אויסשמועסן אזא נקודה געהעריג רעספעקטפול.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 8:00 pm
דורך חצי תשובה
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 7:54 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:28 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:22 pm

צאתכם לשלום!

ביטע רעספעקטירן דאס מין האנושי וואס דרייט זיך דא. ייש"כ.
דאסמאל בין איך פולי מיט דיר.

אזעלכע סארט גערעדעכצער פאררייכערן דאס מקום!

פליייז!
גא"מ.

מ'קען אויסשמועסן אזא נקודה געהעריג רעספעקטפול.
גא"מ.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 8:03 pm
דורך דער תהלים איד
בנוגע מסורה.

איך האב עס נאגכנישט געזען, די ערשטע אויכנישט. (בדרך צחות: מיר ליגט נאך אין די ביינער די מודעה אינעם דבר יום בשם הגרמ"מ טירנויער ז"ל, ווען ס'איז אנגעקומען אויף פאסט א קונטרס "דברי אמת וצדק" וועגן דעם בית החיים העתיק הכנעני אין גולבנציץ... איז געשטאנען אז מ'טאר נישט אריינקוקן אין די פאקטן ווייל ס'שמעקט פון השכלה, ודינו בשריפה. דאס איז געווען דער איינציגער ענטפער... ממילא מיין נאז שמעקט דא עטוואס מער השכלה ווי דארט. מילד גערעדט)

אבער, וואס איך פארשטיי דא פון הרב @צווייזייטיג איז דער עיקר חידוש כזה:

1) די רעגירונג וויל זיך אריינזעצן און איבערנעמען קאנטראל. דאס און נאר דאס איז די גזירה.

2) צולייגן עניטינג צו די לימודים און טעסטס, כדי זיי צו געפעלן, כאטש זיי זאגן "נישט" אז דאס אנולירט די גזירה, נאר ס'איז אזא מיסיע פון 'געפעלן', הייסט נישט זיך אונטערגעגעבן.

3) זיך אונטערגעגעבן איז נאר אינעם מינוט וואס זיי זיצן שוין אין אפיס פון 82 ליע ביים דעסק. אלעס ביז אהין איז בגדר אופני הצלה.

איך האב עס ארויס?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 9:16 pm
דורך אסמכתא בעלמא
עמיצער האט געשריבן: "מָסוֹרָה בְּיַד הַמְּצֹרָע בִּרְצוֹתוֹ מַרְחִיב וּבִרְצוֹתוֹ מְקַצֵּר"

טייערע אידן. ביטע איבערליינען וואס מיר האבן שוין לאנג קלאר געמאכט.

א תגובה מיט אן אטאקע אויף א פאליטישע נושא האט נישט קיין פלאץ אויף אזא ריינע סייט ווי אידטיש. אויב האט איר א סתירה, שרייבט עס אראפ און פרעגט צו איינער קען אייך העלפן פארשטיין וואס יענער האט געמיינט אדער געוואלט און זיך טועה געווען וואטעווער. אבער קאפירן אן אטאקע אז עמיצער איז מלא סתירות, פלעין לשם אטאקע, באלאנגט נישט דא בשו"א, און נאר ווער ס'פארשטייט די פשוט'ע חילוקים בלייבט א חבר החבורה.

ייש"כ.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 10:23 pm
דורך אשרי מי
א חידוש האט די יעצטיגע מסורה אראפגעברענגט גאר קראנטע דאקומענטאציע וואס די ענגליש לערנען האט געמיינט בתחלת התייסדות מוסדות סאטמאר ב'אמעריקא
עס איז היסטאריש און אינטערסאנט וואס עס האט זיך אלץ אפגעשפילט ארום די ענגליש לערנען.