Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 12:52 am
יא יא עטליכע צייטונגען אינקלאדינג היימישע דארפן ערנסט תשובה טון אויף זייערע שגץ שטיק אין יענע צייטן, עס איז נישט שיין צו שרייבן אבער די אמת מוז געזאגט ווערן. זיי קענען נישט זאגן ידינו לא שפכו ליידער. אנשטאט צו ברענגען ריכטיגע עווערנעס וועגן אזא שוידערליכע פלאץ אדער עטליסט בלייבן שטיל, גייט מען אין מען שרייבט שיינע און פארגלעטערטע ארטיקלען צו די גרויס צער פון די משפחות. א שעים!לעבער אייער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 19, 2025 12:08 am מיטוואך אפריל 23, 2014 6:09 pm
מעשה שהיה, די אייבערשטער האט ציגעפירט אז די צווייטע טאג פסח האב איך געטראפען א לב טהור וואס איז אנטלאפען פון דארט אפאר חדשים צוריק מיט זיין ווייב, האביך געכאפט א שמיעס מיט עהם, סאיז בכלל נישט מיין טייפ דעיס צו טוהן אבער איך האב געדארפט הערן ערשט האנטיג וואס עס גייט דארט פאר.
איך האב עהם אנגעהויבען פרעגן שאלות, ער האט מיר געענטפערט זייער רואיג אויף יעדער שאלה.
דעיס איז געוועהן א חלק פון די שמיעס:
ווי לאנג ביסטו געוועהן ביי לב טהור?
איך בין געוועהן 2 יאר ביי לב טהור
וויאזוי ביסטו אנגעקומען דארט?
די מעשה וויאזוי איך בין אנגעקומען דארט איז א לאנגע מעשה איך וועל דיר זאגען בקוצר, איך קום פון א משפחה בעל תשובות סאיז מיר געוועהן זייער שווער מיין לעבן, ביז איך האב מיר אוועק געשטעלט האט גענומען צייט. איך האב געלערנט און מאנסי און א ישיבה דארט האב איך געהארעוועט, איינמאל בין איך געפארען מיט אפאר חברים צו לב טהור פאר אפאר טעג צו פארברענגען אביסל. נאך אפאר טעג ביים זיך גרייטען אהיים צו פארען רופט זיך אן איינער פון מיינע חברים אז אויב איך פאר אוועק גייען זיי (לב טהור) מיר טוהן שלעכטע זאכען, עס לוינט זיך נישט אהיים צו פארען. נאך אביסל טענהן האב איך נישט געהאט קיין אנדערע ברירה און איך האב מסכים געוועהן צו בלייבען דארט אביסעל.
ווען האסטו חתונה געהאט?
מען האט מיר אנגעטראגען צוויי וואכען שפעטער א שידוך א 15 יעריגע מיידל און מען האט מיר קוים געפרעגט צו איך בין מסכים און צוויי חדשים שפעטער האב איך חתונה געהאט איך בין געוועהן 24 יאר אלט און זי איז געוועהן 15 יאר אלט ביים חתונה.
ביסטו אמאל ארויס געפארען ערגעץ מיט דיין ווייב?
אפאר וואכען נאך מיין חתונה האב איך געוואלט אוועק פארען מיט מיין ווייב פאר אפאר טעג, זיי האבען אויסגעפונען פון דעים האבען זיי מיר אוועק גענומען מיין ווייב זאגענדיג אז די קידושין איז געוועהן א מקח טעות און די זאלסט זיך נישט דערוואגען אוועק צו פארען, איך האב געזעהן מיט וועם איך האב דא צוטוהן האב איך שנעל אויפגעגעבען אויף מיינע פלענער און אזוי האבען זיי מיר צוריק געגעבן מיין ווייב.
ווען האסטו מחליט געוועהן צו אנטלויפען?
כמעט צוויי יאר שפעטער האב איך געוואלט אנטלויפען מיט מיין ווייב אבער זיי האבען אויסגעפונען און זיי האבען נאכאמאהל אוועק גענומען מיין ווייב, נאך אפאר שעה קומען זיי צו מיר אז מיין ווייב וויל געבן א גט איך האב געמיינט אז איך פאל ציזאם, נאך א שטיק צייט רופן זיי זיך אן אז אויב די ווילסט בלייבען מיט דיין ווייב מיסטו שווערן פאר א בי"'ד פאר א ספר תורה מיט מנין אלע מיני שבועות [איך געדענק שוין נישט אלע זאכען וואס ער האט מיר אויסגערעכנט וואס ער האט אלץ געדארפט שווערן.] נישט האבענדיג קיין ברירה האב איך געשוואוירען און זיי זענען צוריק געגאנגען.
וואס הייסט מען נעמט אוועק א ווייב און קינדער סאיז דאך דיינס?
מיין ווייב איז בכלל נישט מיינע סאיז די רבי'ס ער טוט מיט זיי וואס זיי ווילן און די קינדער געהערן בכלל נישט פאר די עלטערן נאר פאר די רבי
וויאזוי ביסטו אנטלאפען?
איך האב אייביג געוואלט אנטלויפען אבער סאיז נישט געוועהן מעגליך זיי הערן אינטער איעדע פאון קאלל און אויב די רעדסט עפעס וואס טויגט נישט ווייסען זיי גלייך. ס'איז מיך איינגעפאלען א פלאן איך האב אנגערופען מיין טאטע און דענמארק און איך האב גערעדט און דענישע שפראך אזוי האבען זיי נישט פארשטאנען און איך האב אפגעמאכט מיט מיין טאטע אז ער גייט אנרופען די חב"ד שליח און דענמארק אז ער זאל רופן די חב"ד שליח און אנטעראו און אזוי גייט עס געשעהן בקוצר נאך א שטיק צייט האט מיין טאטע אפגעמאכט מיט די חב"ד שליח און אנטעראו אז יענע און יענע טאג אונמיטען די נאכט גייט ער עהם אפווארטען אונדרויסען און אזוי גייט מען אנטלויפען, וכך הוה אונמיטען נאכט בין איך מיט מיין ווייב ארויסגעלאפען פון די הויז גארנישט מיטגענומען אלע זאכען געלאזט און אונז האבען געטראפען דארט די קאר ווארטען אונדרויסען.
און די אידן זענען ארויס פון מצרים...
איז אמת אז זיי שלאגען די קינדער?
אוודאי איז עס אמת די מלמדים און חדר געבן "מכות רצח" פאר די קינדער, און איעדער דארט שלאגט געפערליך די קינדער.
איך האב אויך געכאפט פעטש אלץ קינד וואס זענען זיי אנדערש?
סאיז דא א חיליק פון מכות און פון געבן פעטש...
איז אמת וואס מען זאגט אז די קינדער ווייסען נישט פון קיין רויט לייט צו זאגען?
עס מאכט סענס, די קינדער גייען נישט ארויס ווי די יאר איז גרויס זיי האבען נישט קיין אנאנג וואס עס גייט פאר אויפן וועלט. אוודאי ווען מען גייט זיי פרעגן שפעטער אויב זיי זענען צופרידען גייען זיי ענטפערן יא, זיי ווייסען נעבעך נישט פון בעסערס.
וויאזוי זעהט אויס די סדר ביי זיי?
אלע זיצען ציזאמען און ביהמ"ד די ווייבער זיצען און ווייבער שיל צוזאמען, סאיז נישט דא אזא זאך פון והגדת לבנך נאר די רבי דערציילט. [סאיז ממילא זיינע קינדער...]
איז דא אפאר מענטשן וואס זענען שוין אנטלאפען פון דארט?
יא סאיז שוין דא אפאר מענטשן אריינגערעכנט די ווייב פון די רבי און איין זוהן, אבער סאיז נאכנישט געוועהן אזא זאך און לב טהור היסטריע אז איינער איז אנטלאפען מיט די ווייב צוזאמען, איך בין ב"ה די ערשטע א דאנק דעיס אז איך רעדט א אנדערע שפראך וואס זיי פארשטייען נישט, אויך איז דא לעצטנס איינער וואס דרייט זיך און מאנטריאל וואס מען האט אוועק גענומען זיין ווייב ווייל זיי האבען חושד געוועהן אז ער טוט עפעס וואס זיי לאזען נישט.
איז אמת אז יעדער דארף געבן די געלט וואס ער פארדינט, פאר די רבי?
יא יעדער פארשטייט אליינס אז דעיס דארף מען טוהן און מען טוט טאקע אזוי.
ער זאגט מיר אז ער זעהט ערשט יעצט ווי זיין מעשה איז פונקט אזוי ווי די מעשה פון מצרים, ביים סדר האט ער זיך אנגערופען פאר זיין זוהן דעיע יאר דארף טאטי און מאמי דאנקען די הייליגע באשעפער אז זיי זענען מער נישט מיט די שלעכטע מענטשן וואס ווילן מאכען בא בא'ס .
יעצט קענען ענק באשליסען וועם צו גלייבען זיי זענען דאך געלערענטע מענטשן זיי ווייסען וויאזוי איבער צו רעדן מענטשן וועגן דעים איז זיי טאקע געלונגען אריינצושלעפן און אוועק הארגענען פילע משפחות וועגן דעים הייסן זיי א קולט, און וועגן דעים איז די גרויסע פראנקפורטער געווארען אריין געשלעפט, וועגן דעים האט לב טהור געצאלט געלט פאר די עמי צו שרייבען נאר גוטס אין סאיז זיי טאקע געלונגען, און ענק נערנים גלייבטס וואס די עמי שרייבט... סאיז דאך א סוקסעס פון א אינטערוויו!!! מען האט געפרעגט בין לאדין אליינס און ער האט קלאר געזאגט אז אמעריקא רודפט עהם סתם פאר רשעות...
ער האט א אינטערוויו מיט גאלדמאן, דער זאגט אזעלעכע אפענע ליגנט און זיי שרייבן נאך נאך ווי גרויסע נערנים.
אויך ברענגען זיי אראפ א בריעף פון דריי רבנים און מאנטריאל וואס האלטען אז דעיס וואס לב טהור טוהט איז אויסגעהאלטען און מען דארף מוחה זיין אויף דער וואס רודפ'ן זיי אדער מסר'ן זיי. א בושה און א חרפה וואס עס גייט דא פאר...
צען יאר צוריק א תגובה אויף איי וועלט