בלאט 19 פון 32

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 9:30 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:32 pm ניגעריע - כאטש 18 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך 30 זענען פארוואונדעט געווארן אין רעזולטאט פון א סעריע באמבע טעראר אטאקעס אינעם צפון-מזרח בארנא ראיאן. אויפדערווייל האט קיינער נישט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויפן אטאקעס.

​​​​​​​די מוסלומענער בארנא ראיאן איז שוין באקאנט אינעם לעצטיגע יארן אלס א פלאץ ווי פילע טעראריסטן זייען אן טעראר, ווי אויך פלאגט זיך די ניגעריע מיליטער אינעם געגענט צו צושטערן די כאאס פון מיליטאנטן.
שווער צו כאפן וועלכע לאנד. צוגעשריבן.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 9:41 pm
דורך שאינו יודע לשאול
כינע האט ארויסגעשאסן א ראקעט צום ספעיס וועלכע האט שפעטער אויפגעריסן און אראפגעקראכט.
HRHJDT.jpg
HRHJDT.jpg (15.13 KiB) געזען געווארן 543 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 11:35 am
דורך שאינו יודע לשאול
א קאר איז אריינגעפארן אין א גרופע מענטשן אינעם שטאט סאול. אומברענגענדיג 9 מענטשן און פארוואונדעט נאך 4.
unnamed (98).jpg
unnamed (98).jpg (185.22 KiB) געזען געווארן 526 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 11:42 am
דורך שאינו יודע לשאול
א באואינג פליגער האט געמאכט א עמערזשענסי לאנדונג אין בראזיל נאך ליידן פון שווערע טורבעלאנסן וואס האבן געווארפן די פאסאנזשירן פון זייט צו זייט און איינער איז ארויפגעפלויגן אינעם באגאזשן אפטיילונג פון די שטארקע אויפשאקלונג.

צווישן די רייזענדע איז אויך געווען הג' ר' שבח צבי ראזנבלום רב פון בני ברק, וואס איז געווען אויפן וועג צו געבן א הכשר אין אורוגוויי. דער רב האט געכאפט א קלאפ אין קאפ פון וואס ער איז לייכט פארוואונדעט געווארן.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 12:10 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נאנט צו ניינציג באשטעטיגט טויט נאכן צודריקט ווערן ביי א רעליגיעזע פארזאמלונג אין אינדיע.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 8:01 pm
דורך מיילעך פריילעך
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 12:10 pm נאנט צו ניינציג באשטעטיגט טויט נאכן צודריקט ווערן ביי א רעליגיעזע פארזאמלונג אין אינדיע.
ווייניגסטנס הונדערט און זעכצן מענטשן זענען אומגעקומען דורכאויס די רעליגיעזע אווענט אין אינדיע, ווען עס האט זיך געשאפן א סטעמפיד און מאסן זענען צושטופט געווארן צום טויט.

עס האט פאסירט ביי א צוזאמקום פון די הינדו באוועגונג, וואו עס האבן זיך באטייליגט טויזענטער מענטשן. ווען די מאסן האבן געוואלט פארלאזן דאס פלאץ זענען מאנכע אריין אין פאניק, אין רעזולטאט האבן די אנוועזנדע זיך גענומען שטופן און צודרוקט הונדערטער צום טויט אדער צום קראנקן בעטל.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 8:10 pm
דורך מיילעך פריילעך
פערו - דער געוועזנער פרעזידענט קאנדידאט פון לאנד פרוי קעיקאו פודזשימארי האט אנגעהויבן געריכט סעסיעס אויף קאראפציע קלאגעס.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 8:12 pm
דורך מיילעך פריילעך
ירדן - די וועלטליכע באנק האט באשטעטיגט צו פארבארגן $700 מיליאן פאר ירדן געצילט פאר אירע עדיוקאציע פראגראם.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 8:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 9:41 pm כינע האט ארויסגעשאסן א ראקעט צום ספעיס וועלכע האט שפעטער אויפגעריסן און אראפגעקראכט.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 10:17 am
דורך שאינו יודע לשאול
צוויי כינעזער מיליטערישע דראונס זענען געכאפט געווארן אין איטאליע אינמיטן געשמוגלט ווערן קיין ליביע. די דראונס זענען געליגן באהאלטן אין פילע חלקים צווישן 6 שיף קאנטעינארס וועלכע האבן אנטהאלטן ווינט טורביינס.
unnamed - 2024-07-03T093932.919.jpg
unnamed - 2024-07-03T093932.919.jpg (82.01 KiB) געזען געווארן 451 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 9:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
עגיפטישער סטעיט טעלעוויזיע האט געמאלדן אז די לאנד גרייט זיך צו ערזעצן אירע אויסערן, פינאנציעלע און עלעקטעריציטעט מיניסטארן, און א פרואוו צו פארבעסערן איר עקאנאמיע.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 9:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
מעקסיקאו - 19 טויטע קערפער זענען געפונען געווארן אין א טראק נאכפאלגענדיג א געפעכט צווישן א גוואטאמאלע קרימינאלע גרופע און מעקסיקאו'ס מאכטפולע סינעלאוע קארטעל.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 9:18 pm
דורך מיילעך פריילעך
אמעריקא - די ביידען אדמיניסטראציע איז גרייט פאר געשפרעכן מיט ווענעזועלע, נאכפאלגענדיג א רוף פון פרעזידענט ניקאלעס מאדורע צו באנייען געשפרעכן מיט אמעריקא.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 9:18 pm
דורך מיילעך פריילעך
קובא - אמעריקאנער אויסשפיר פליגער האבן אויפגעכאפט א ריזן ראדאר פלענט וועלכע בויעט זיך אין קובא נישט ווייט פונעם אמעריקאנער גוואנטאנאמע בעי נעיווי באזע.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 9:18 pm
דורך מיילעך פריילעך
איטאליע - אויטאריטעטן פון איטאליע האבן פארכאפט צוויי כינעזער מיליטערישע דראונס אינמיטן די וועג קיין ליביע. די דראונס זענען געליגן באהאלטן אין פילע חלקים צווישן 6 שיף קאנטעינארס וועלכע האבן אנטהאלטן ווינט טורביינס.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:56 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א אמעריקאנע בירגער איז פאראורטיילט געווארן צו צוועלף אהאלב יאר טורמע אין רוסלאנד אויפן באשולדיגונג אז ער האט געהאנדלט מיט דראגס.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
פאקיסטאן - א געוועזנער סענעטאר פון פאקיסטאן צוזאמען מיט נאך 4 מענטשן זענען אומגעקומען נעכטן מיטוואך אין צפון פאקיסטאן ווען א קאר אין וואס זיי האבן זיך געפונען איז געכאפט געווארן דורך א קאנטראלירטע באמבע.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:49 pm
דורך לך לך
ענגלאנד - היינט איז פארגעקומען וואלן אין לאנד נאך וואס די פריים מיניסטער סונעק האט פארופען פרישע וואלן א שטיק צייט צוריק, לויט ווי די עקזיט פאלס צייגן איז די אפאזיציע לעבאר פארטיי ארויסגעקומען מיט א לאנדסלייט געווינס באקומענדיק אזויפיל ווי 410 זיצן אין די ארטיגע פארלאמענט וואס האט 650 זיצן, אסאך מער ווי האלב אין אויך אראפגעברענגט די קאנסערוואטיוון צו 110 זיצן אראפ פון בערך 340 וואס זיי האבן געהאט פאר די לעצטע כמעט פינף יאר זייט באריס טראמפ האט איבערגענומען די פארטיי.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 3:27 am
דורך ניקל
לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:49 pm ענגלאנד - היינט איז פארגעקומען וואלן אין לאנד נאך וואס די פריים מיניסטער סונעק האט פארופען פרישע וואלן א שטיק צייט צוריק, לויט ווי די עקזיט פאלס צייגן איז די אפאזיציע לעבאר פארטיי ארויסגעקומען מיט א לאנדסלייט געווינס באקומענדיק אזויפיל ווי 410 זיצן אין די ארטיגע פארלאמענט וואס האט 650 זיצן, אסאך מער ווי האלב אין אויך אראפגעברענגט די קאנסערוואטיוון צו 110 זיצן אראפ פון בערך 340 וואס זיי האבן געהאט פאר די לעצטע כמעט פינף יאר זייט באריס טראמפ האט איבערגענומען די פארטיי.
די ניי ערוועלטע פרעמיער מיניסטער אין ענגלאנד קעיר סטארמער ביי זיין רעדע:
אויב געפעלט דיר נישט די טוישונגען וואס אונז מאך מיר,
זיך איך דיר, די טיר איז אפן און קענסט פארלאזן דעם מקום!

מ'דארף צוריק אויפבויען צוטרוי צו די אידן און אויסראטן אנטיסעמיטיזם.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 3:28 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 3:27 am

ביי זיין רעדע
Screenshot_20240707_032704_Plus.jpg
Screenshot_20240707_032704_Plus.jpg (371.52 KiB) געזען געווארן 360 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 3:28 am
דורך ניקל
ביים אפנעמען מזל טוב פון פרעזידענט ביידען
Screenshot_20240707_032810_Plus.jpg
Screenshot_20240707_032810_Plus.jpg (426.42 KiB) געזען געווארן 359 מאל

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 7:14 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אין פראנקרייך איז היינט פארגעקומען די צווייטע רונדע פון וואלן וואו די לינקע פארטייען זענען אריינגעקומען די שטערקסטע, ווען מאקרונ'ס צענטעריסטישע פארטיי איז איינס דערנאך.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 7:17 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 7:14 pm אין פראנקרייך איז היינט פארגעקומען די צווייטע רונדע פון וואלן וואו די לינקע פארטייען זענען אריינגעקומען די שטערקסטע, ווען מאקרונ'ס צענטעריסטישע פארטיי איז איינס דערנאך.
עס קומען פאר צואווילדעוועטע אויסטוישן צווישן די לינקע וואס פייערן זיג און די רעכטע וואס זענען אויפגעברויזט. אין לויף פון די כאאס איז צווישן אנדערע געשאסן געווארן פייערווארקס אויף פאליציי. די פאליציי באנוצט זיך מיט טרערן גאז אין א פרואוו צו באקומען קאנטראל אויף די מאסן.

Re: אינטערנאציאנאלע נייעס און קרישקעלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 12:40 am
דורך Spa 42
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 7:17 pm

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 10:09 am

די לינקע בונטעווען.
unnamed - 2024-07-08T100519.816.jpg
unnamed - 2024-07-08T100519.816.jpg (228.31 KiB) געזען געווארן 304 מאל