בלאט 19 פון 40

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 3:47 pm
דורך אסמכתא בעלמא
פישל שווארץ האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 3:42 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:43 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:23 pm מיין תגובה איז נישט דורך אדער מען האט מיר געמעקט?
באקומט מען אן אישי ווען מען ווערט געמעקט דא?
@אסמכתא בעלמא

אפשר קענט איר ארויס העלפן.
@אסמכתא בעלמא

אויב מעג איך וויסן פארוואס סאיז געמעקט געווארן כדי איך זאל קענען בעסער אכט געבן סזאל נישט געשען נאכאמאל.

ס'איז געווען אן אחראי, און ער האט אודאי געמיינט די איינגערינגלטע. אסאך מאל עדיט מען נאר א חלק אבער דאס איז שוין א באנוס. די אחראים זענען אויך פארנומען.

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 3:50 pm
דורך דער תהלים איד
@מחדש איך האב נישט דיר געמיינט.

@בן תורה איך האב אויפגעברענגט די ווייטאג פון א יחיד אויף געוויסע בחורים און אינגעלייט בני בלי שם (ווייל געוויסע האבן דא געשריבן זאכן וואס קענען זיין א גורם).

היינט האט מען אויפגעברענגט א ווייטאג וואס א יחיד האט אויף א יחיד. פארשטייסט אודאי די חילוק. דאס וואונדער איך מיך. איך מיין אז דאס באלאנגט נישט אין פובליק.

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 4:19 pm
דורך ווירקליך
אקעי מורי ורבותי.

איך האב נישט קיין כח זיך צו פארענטפערן אויף נאנסענס, און איך וויל בעטן דעם בחור וואס שיקט מיר טעקסט מעסעדזשעס מיט שטרענגע ווארענונגען אז איך בין איינזייטיג, זאל סטאפן, ווייל איך גיי אים נישט ענטפערן. אויב האט ער עפעס זאכליך צו פרעגן זאל ער פרעגן דא, און איך מיין מיר האבן א גענוג גוטע רעפוטאציע אז מיר איגנארירן נישט קיין זאכליכע פראגעס.

צום ענין, מיר פרובירן זייער שטארק אז נושאים זאלן מעגן אויסגעשמועסט ווערן, אבער עס פארשטייט יעדער אז ווען עפעס גרעניצט זיך מיט הלבנת פנים, לשון הרע, שפיכת דמים, קענען מיר עס נישט צולאזן.

מיר, די הנהלה פון אידטיש, געהערן צו א געוויסע רעליגיע וואס אין אונזערע רייען איז שטרענג פארבאטן צו וויי טון א צווייטן איד. שווער צו ערקלערן אויף איין פוס דער גאנצער רעליגיע, אבער איינער פון אונזערע גרויסע פירער פון די פריערדיגע דורות האט טאקע טרעפליך קאנצעטרירט אונזער גאנצע רעליגיע אין איין זאץ "דעלך סני לחברך לא תעביד".

דער תגובה פון @מחדש האט זיך באצויגן צו א געוויסע אינערליכע רייבעריי, עפעס וואס איז נוגע א יחיד, עפעס וואס די צדדים שטעכן דירעקט א יחיד אין הארץ אריין, און זיין שפראך איז געווען היבש שטעכעדיג, און דערצו האט ער געברענגט ראיות און הוכחות פון אנדערע ענליכע טעמעס וואס אויב זאל דאס ווערן א שמועס דא, וועט זיין א פארשוועמונג פון שפיכת דמים.

@בן תורה , אנטשולדיגט פאר'ן דיר ענטפערן אזוי, אבער דיין שפראך איז היבש פרעך און געמיין.. מיר קומען זיך דורך מיט יעדן ניק אויף יעדע פראבלעם וואס מאכט זיך. מיר פרובירן צו האלטן די לופט פריינטליך און גוט, און מען קען נישט פארמיידן טעותים זאלן נישט פאסירן.

דער געמעקטע תגובה האט געהאט גענוג א גוטע סיבה צו מעקן, אבער אעפ"כ נאכן זען אז דער שמועס איז עניוועי געפארן אהין, האט מען עס צוריקגעשטעלט.

אויב דו שפירסט אז דאס פלאץ איז צו ענג פאר דיר, שיק מיר אן אישי און איך וועל גערן דעאקטיוויזירן דיין ניק.

@בלומען איך וועל נישט אריינגיין אין אויסשמועסן דיינע אישוס ברבים, אבער אויב ווילסטו יא, קענען מיר עס ברייט אויסשמועסן. איך בין נייגעריג צו הערן דעת הקהל צי מיר טוען גוט מיט'ן זיין אזוי בויגזאם מיט דיר.

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 4:25 pm
דורך שלעפער טראק
וואס האב איך דא פארפאסט? וועלכע אשכול האט געהאט די אלע געמעקטע לשון הרע'ס?

בד"וו וואס גייט פאר מיט די ל"ג בעומר ק"י אשכול, איך האב דארט נאטיפיקעישנס אבער איך קען נישט אריינגיין, פארשפארט?

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 4:26 pm
דורך אחת למעלה
שלעפער טראק האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 4:25 pm וואס האב איך דא פארפאסט? וועלכע אשכול האט געהאט די אלע געמעקטע לשון הרע'ס?

בד"וו וואס גייט פאר מיט די ל"ג בעומר ק"י אשכול, איך האב דארט נאטיפיקעישנס אבער איך קען נישט אריינגיין, פארשפארט?
ווייזט אויס די שלעפער טראק איז דא געווען...

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 4:32 pm
דורך באקאנטע ידען
שלעפער טראק האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 4:25 pm וואס האב איך דא פארפאסט? וועלכע אשכול האט געהאט די אלע געמעקטע לשון הרע'ס?

בד"וו וואס גייט פאר מיט די ל"ג בעומר ק"י אשכול, איך האב דארט נאטיפיקעישנס אבער איך קען נישט אריינגיין, פארשפארט?
1+1=?

דורך שאינו יודע לשאול

חדא קושיא מתורץ בחברתא...
-האקט

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 4:59 pm
דורך שלעפער טראק
וויאזוי באקום איך נאך אלץ נאטיפיקעישנס? בערל דער פייפער האט זיך אריינגעכאפט אינעם פארשפארטן טעמע.. גיב שוין אהער די שליסלען בערל

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 5:31 pm
דורך בערל דער פייפער
איך ווייס נישט פשט פארוואס שלעפערטראק האט באקומען א נאטפיקאציע איבער א 3/4 שעה נאכדעם וואס איך האב עס געלייקט, חוץ דעם וואס איך באקום על פי רוב נישט אלע נאטפיקאציעס איבער לייקס

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 6:23 pm
דורך שמח
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 5:31 pm איך ווייס נישט פשט פארוואס שלעפערטראק האט באקומען א נאטפיקאציע איבער א 3/4 שעה נאכדעם וואס איך האב עס געלייקט, חוץ דעם וואס איך באקום על פי רוב נישט אלע נאטפיקאציעס איבער לייקס
איך האב אויך דער פראבלעם, נישט אלע נאטעפעקאציעס פון לייקס קומען אן.

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מאנטאג מאי 27, 2024 6:46 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שמח האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 6:23 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 5:31 pm איך ווייס נישט פשט פארוואס שלעפערטראק האט באקומען א נאטפיקאציע איבער א 3/4 שעה נאכדעם וואס איך האב עס געלייקט, חוץ דעם וואס איך באקום על פי רוב נישט אלע נאטפיקאציעס איבער לייקס
איך האב אויך דער פראבלעם, נישט אלע נאטעפעקאציעס פון לייקס קומען אן.
לעצטנס באקום איך כמעט נישט קיין נאטיפיקאציעס איבער לייקס. (ס'בעסער אזוי, אזוי קען איך מיר איינרעדן אז מ'לייקט מיר...)

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: מיטוואך מאי 29, 2024 11:49 pm
דורך בלומען
שכוח פאר די מנהל וואס האט געמעקט מיין תגובה וואס האט איינעם נישט געשמעקט, און נאכאמאל געפראווט אז "אידטיש איז בכלל נישט גענויגט צו קיין איין זייט"

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:09 am
דורך געמיטליך
בלומען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:49 pm שכוח פאר די מנהל וואס האט געמעקט מיין תגובה וואס האט איינעם נישט געשמעקט, און נאכאמאל געפראווט אז "אידטיש איז בכלל נישט גענויגט צו קיין איין זייט"
וואס איז געוען די נושא

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:38 am
דורך ווירקליך
בלומען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:49 pm שכוח פאר די מנהל וואס האט געמעקט מיין תגובה וואס האט איינעם נישט געשמעקט, און נאכאמאל געפראווט אז "אידטיש איז בכלל נישט גענויגט צו קיין איין זייט"
איך וועל איבערגעבן דיינע דאנק ווערטער פאר די רעדאקציע מיטגלידער און כהאף סוועט אנקומען צום ריכטיגן מענטש.

אצינד צום ענין, וואו איז דער תגובה געווען?

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:49 am
דורך ווירקליך
@בלומען רעדסט פון בלומינגראוו?

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:16 am
דורך חצקל משמש
ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:38 am
בלומען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:49 pm שכוח פאר די מנהל וואס האט געמעקט מיין תגובה וואס האט איינעם נישט געשמעקט, און נאכאמאל געפראווט אז "אידטיש איז בכלל נישט גענויגט צו קיין איין זייט"
איך וועל איבערגעבן דיינע דאנק ווערטער פאר די רעדאקציע מיטגלידער און כהאף סוועט אנקומען צום ריכטיגן מענטש.

אצינד צום ענין, וואו איז דער תגובה געווען?
די תגובה איז עס געווען
בלומען האט געשריבן:
מחדש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:23 pm WOOFF גייט דארט זיין טראפיק, גרייט אייך אן בלעכע הויזן ביים זיצן אין די קאר דארט, #רשעות פון-די-סטעיט!
נעע
די טרעפיק איז פון די 'רויט לייט' וואס די 'ווילעזש' האט געמאכט, לאמיר ווארטן די סטעיט זאל די רויטלייט אויך אוועקנעמען, והניקים על מקומו יבוא לשלום
אפשר דאן וועלן זיי בלייבן אין ק"י און נישט קומען צו קינדערלאנד פארק, זיך דערמאנענדיג וואספארא טרעפיק ס'איז געווען געווען אויף מאונטעין בעפאר די רויט לייט

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:54 am
דורך להגדיל הטראסק
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 6:46 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 6:23 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 5:31 pm איך ווייס נישט פשט פארוואס שלעפערטראק האט באקומען א נאטפיקאציע איבער א 3/4 שעה נאכדעם וואס איך האב עס געלייקט, חוץ דעם וואס איך באקום על פי רוב נישט אלע נאטפיקאציעס איבער לייקס
איך האב אויך דער פראבלעם, נישט אלע נאטעפעקאציעס פון לייקס קומען אן.
לעצטנס באקום איך כמעט נישט קיין נאטיפיקאציעס איבער לייקס. (ס'בעסער אזוי, אזוי קען איך מיר איינרעדן אז מ'לייקט מיר...)
אין א געוויסע זין איז געשמאק נישט צו באקומען א נאטיפיקאציע פון יעדע לייק וואס מען באקומט, אבער פאר דיין חיזוק קענסטו כסדר קוקן ביי די סכום פון לייקס וואס שטייט אונטער דיין ניק נאמען און שעפן נחת ביין זעהן ווי עס רוקט זיך צוביסלעך ארויף...

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:59 am
דורך באקאנטע ידען
חצקל משמש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:16 am
ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:38 am
בלומען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:49 pm שכוח פאר די מנהל וואס האט געמעקט מיין תגובה וואס האט איינעם נישט געשמעקט, און נאכאמאל געפראווט אז "אידטיש איז בכלל נישט גענויגט צו קיין איין זייט"
איך וועל איבערגעבן דיינע דאנק ווערטער פאר די רעדאקציע מיטגלידער און כהאף סוועט אנקומען צום ריכטיגן מענטש.

אצינד צום ענין, וואו איז דער תגובה געווען?
די תגובה איז עס געווען
בלומען האט געשריבן:
מחדש האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 4:23 pm WOOFF גייט דארט זיין טראפיק, גרייט אייך אן בלעכע הויזן ביים זיצן אין די קאר דארט, #רשעות פון-די-סטעיט!
נעע
די טרעפיק איז פון די 'רויט לייט' וואס די 'ווילעזש' האט געמאכט, לאמיר ווארטן די סטעיט זאל די רויטלייט אויך אוועקנעמען, והניקים על מקומו יבוא לשלום
אפשר דאן וועלן זיי בלייבן אין ק"י און נישט קומען צו קינדערלאנד פארק, זיך דערמאנענדיג וואספארא טרעפיק ס'איז געווען געווען אויף מאונטעין בעפאר די רויט לייט
@בלומען האסט נישט קיין איינונג פארוואס מהאט דיר געמעקט?

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:13 pm
דורך צווייטער
מ'האט אוועקגעפירט די טעמע פון הערות אין ספר ויואל משה?

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:59 pm
דורך היימישער יונגערמאן
משומר לאזט דורך אידטיש?

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:02 pm
דורך אנדערער
היימישער יונגערמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:59 pm משומר לאזט דורך אידטיש?
נאך סטראשענען אז מען גייט אוועק

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:06 pm
דורך היימישער יונגערמאן
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:02 pm
היימישער יונגערמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:59 pm משומר לאזט דורך אידטיש?
נאך סטראשענען אז מען גייט אוועק
סאו זיי האבן עס געעפענט?
ווי איך פארשטיי דא איז אידטיש מער פאר קהילת מהר”א לויט ווי איך זע דא אין די אשכולות

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:10 pm
דורך אנדערער
היימישער יונגערמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:06 pm סאו זיי האבן עס געעפענט?
ניין. יעדער דארף עקסטער פארלאנגען
היימישער יונגערמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:06 pm ווי איך פארשטיי דא איז אידטיש מער פאר קהילת מהר”א לויט ווי איך זע דא אין די אשכולות
מן הסתם ווייל אויף משומר איז עס פארמאכט ביי דיפאולט

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:24 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:13 pm מ'האט אוועקגעפירט די טעמע פון הערות אין ספר ויואל משה?
נקודות טובות דער פותח האט געבעטן מזאל עס פארמעקן

viewtopic.php?p=92333#p92333

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:41 pm
דורך בלומען
באקאנטע ידען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:59 am
חצקל משמש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 9:16 am
ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:38 am

איך וועל איבערגעבן דיינע דאנק ווערטער פאר די רעדאקציע מיטגלידער און כהאף סוועט אנקומען צום ריכטיגן מענטש.

אצינד צום ענין, וואו איז דער תגובה געווען?
די תגובה איז עס געווען
בלומען האט געשריבן:
נעע
די טרעפיק איז פון די 'רויט לייט' וואס די 'ווילעזש' האט געמאכט, לאמיר ווארטן די סטעיט זאל די רויטלייט אויך אוועקנעמען, והניקים על מקומו יבוא לשלום
אפשר דאן וועלן זיי בלייבן אין ק"י און נישט קומען צו קינדערלאנד פארק, זיך דערמאנענדיג וואספארא טרעפיק ס'איז געווען געווען אויף מאונטעין בעפאר די רויט לייט
@בלומען האסט נישט קיין איינונג פארוואס מהאט דיר געמעקט?
אוודאי האב איך אן אהנונג, ווייל ס'האט נישט געשמעקט פאר איינעם, דאס האב איך דאך געשריבן
ס'קען דאך נישט זיין בלויז ווייל כ'האב גערעדט שטותים איבער די קינדערלאנד פארק, ווייל פון דעם איז נאך דא פילע תגובות וואס איז קאי וקיים