היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
זלמעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 356
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 1139

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך זלמעלע »

איך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 10:52 am די הייליגע תפילין וואס איז נארוואס צוריק געברענגט געווארן

IMG_20260507_095916_983.jpg
IMG_20260507_095914_696.jpg
WOW
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 364
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 798

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך עומד על תלת »

אפשר קלארט איר אויס איז דעיס רש"י ר"ת?
רביה"ק זצ"ל?
קדישת יו"ט?
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 481

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך אגד »

עומד על תלת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 11:06 am אפשר קלארט איר אויס איז דעיס רש"י ר"ת?
רביה"ק זצ"ל?
קדישת יו"ט?
פארשטייט זיך אז מען רעדט פון דעם קדושת יום טוב'ס רבינו תם תפילין וואס רבינו הקדוש האט באקומען פון אים ביי זיין חתונה, און דער רבי הברך משה האט עס גע'ירש'נט און געלייגט פון דעמאלסט ביז זיין פטירה ווען עס פארשווינדן, און דאס האט עד היום געשטערט פון קענען צוטיילן די ירושה, און דער בריוו האט בעיקר דאס געמיינט.

אט פון די הייליגע תפילין רעדט מען.

די מעשה גייט אז דער רבי האט געפרעגט דעם קדושת יום טוב וואס טוט זיך מיט רבינו תם תפילין, האט דער טאטע אים געזאגט, בערך, אז עס וועט זיין בסדר, און למעשה האט ער אים געגעבן זיינע תפילין זאגנדיג אז ער האט מער נישט קיין כח עס צו לייגן, געווען ווייניגער ווי צוויי וואכן פאר זיין פטירה.
מעלות
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:38 am
Location: New York
x 60

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך מעלות »

חאצקיל האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 11:58 pm צ/ק

דורכברוך איבער די היסטארישע ירושה

- 20 יעריגע מיסטעריע קומט צו א פרידליכע ענדונג

די לעצטע 2 טעג קומען פאר שטילע פארהאנדלונגען צווישן הרה״ג רבי …. שליט״א, פון די חשוב׳ע אייניקלעך פון מרן רבינו בעל ברך משה זצ״ל (נאמען געהיטן) און הרבני הנגיד המפורסם רודף צדקה וחסד (הרוצה בעילום שמו) שליט״א בנוגע די ירושה פון רבי׳ן זצ״ל און איבער די פארלוירנע הייליגע תפילין פון רביה״ק בעל ויואל משה זי״ע.

דער חשוב׳ער אייניקל פון רבי׳ן זצ״ל האט זיך פארבינדן מיט הרה״ח ר׳… שליט״א און אים געבעטן הילף אויף פארשידענע זאכן, ובתוכם אז אלע חפצים וכלי קודש וועלכע זענען נישט ארויסגעשריבן אין די צוואה דארף צעטיילט ווערן שווה בשווה כדת של תורה.

ס׳איז אנגעגאנגען דעליקאטע אבער אינטענסיווע פארהאנדלונגען און ב״ה אז מ׳איז זיך דורכגעקומען עצהיו״ט, צו די שמחה פון די גאנצע משפחה הרוממה אז די לאנג-געזוכטע הייליגע תפילין פון רבי׳ן זי״ע איז ענדליך אנקומען - דורך הרה״ח ר׳… שליט״א - דירעקט אין די הענט פון כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א - וואס וועט עס אי״ה איבערגעבן פאר דעם זוכה בגורל.
ווער עס קען הר”ר אהרן ווייס, ווייסט אז ער וועט פאר קיינעם נישט אויסזאגן פון וועם ער האט דאס באקומען.

במילא זענען די אלע שמועות זיכער נישט פון אים, און פאלש מעיקרא.
דאס ארויפשמירן אויף א געוויסער איד צוליב אנדערע פאליטישע אגענדעס, איז רשעות לשם רשעות.

יש דין ויש דיין ולא לעולם חוסן.
צבי וחמיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 337

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך צבי וחמיד »

אגד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 11:24 am
עומד על תלת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 11:06 am אפשר קלארט איר אויס איז דעיס רש"י ר"ת?
רביה"ק זצ"ל?
קדישת יו"ט?
פארשטייט זיך אז מען רעדט פון דעם קדושת יום טוב'ס רבינו תם תפילין וואס רבינו הקדוש האט באקומען פון אים ביי זיין חתונה, און דער רבי הברך משה האט עס גע'ירש'נט און געלייגט פון דעמאלסט ביז זיין פטירה ווען עס פארשווינדן, און דאס האט עד היום געשטערט פון קענען צוטיילן די ירושה, און דער בריוו האט בעיקר דאס געמיינט.

אט פון די הייליגע תפילין רעדט מען.

די מעשה גייט אז דער רבי האט געפרעגט דעם קדושת יום טוב וואס טוט זיך מיט רבינו תם תפילין, האט דער טאטע אים געזאגט, בערך, אז עס וועט זיין בסדר, און למעשה האט ער אים געגעבן זיינע תפילין זאגנדיג אז ער האט מער נישט קיין כח עס צו לייגן, געווען ווייניגער ווי צוויי וואכן פאר זיין פטירה.
אגב ווער האט געשריבן דעי תפילין?
ווער נישט צובראכן פון א צובראכענע מענטש!
זוכער
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:32 pm
Location: China
x 160

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך זוכער »

מעלות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 11:30 am
חאצקיל האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 11:58 pm צ/ק

דורכברוך איבער די היסטארישע ירושה

- 20 יעריגע מיסטעריע קומט צו א פרידליכע ענדונג

די לעצטע 2 טעג קומען פאר שטילע פארהאנדלונגען צווישן הרה״ג רבי …. שליט״א, פון די חשוב׳ע אייניקלעך פון מרן רבינו בעל ברך משה זצ״ל (נאמען געהיטן) און הרבני הנגיד המפורסם רודף צדקה וחסד (הרוצה בעילום שמו) שליט״א בנוגע די ירושה פון רבי׳ן זצ״ל און איבער די פארלוירנע הייליגע תפילין פון רביה״ק בעל ויואל משה זי״ע.

דער חשוב׳ער אייניקל פון רבי׳ן זצ״ל האט זיך פארבינדן מיט הרה״ח ר׳… שליט״א און אים געבעטן הילף אויף פארשידענע זאכן, ובתוכם אז אלע חפצים וכלי קודש וועלכע זענען נישט ארויסגעשריבן אין די צוואה דארף צעטיילט ווערן שווה בשווה כדת של תורה.

ס׳איז אנגעגאנגען דעליקאטע אבער אינטענסיווע פארהאנדלונגען און ב״ה אז מ׳איז זיך דורכגעקומען עצהיו״ט, צו די שמחה פון די גאנצע משפחה הרוממה אז די לאנג-געזוכטע הייליגע תפילין פון רבי׳ן זי״ע איז ענדליך אנקומען - דורך הרה״ח ר׳… שליט״א - דירעקט אין די הענט פון כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א - וואס וועט עס אי״ה איבערגעבן פאר דעם זוכה בגורל.
ווער עס קען הר”ר אהרן ווייס, ווייסט אז ער וועט פאר קיינעם נישט אויסזאגן פון וועם ער האט דאס באקומען.

במילא זענען די אלע שמועות זיכער נישט פון אים, און פאלש מעיקרא.
דאס ארויפשמירן אויף א געוויסער איד צוליב אנדערע פאליטישע אגענדעס, איז רשעות לשם רשעות.

יש דין ויש דיין ולא לעולם חוסן.
דא שטייט נישט ווער ס׳האט עס געגעבן
דאס שטייט נישט פארוועמען מ׳האט עס געגעבן.
דא שטייט נישט פאר וועלכן אדמו״ר שליט״א ס׳איז איבערגעגעבן געווארן.

סאו וועלכע ליגנט שטייט דא?
וועלכע אגענדעס? וועלכע פאליטיק?
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 448

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך חאצקיל »

באקומען א באריכט אז ס׳איז אנגעקומען צוויי פרישע שיפמענטס

1) צוויי גרויסע באקסעס און גארמענט-בעגס מיט בעקיטשעס, קיטל, רעזשוואלקע, וכו׳ און ספרי קודש פאר הגה״צ אב״ד זענטא שליט״א.

2) עטליכע פעקלעך מלבושים און חפצים וכו׳ פאר הגה״צ אב״ד 15טע עוו שליט״א.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2940

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך שבת קודש »

ווי איך פארשטיי גייט יעדער דארפן די תפילין וואס גייט מען טועהן? מאכן א גורל?
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 481

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך אגד »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 12:24 pm ווי איך פארשטיי גייט יעדער דארפן די תפילין וואס גייט מען טועהן? מאכן א גורל?
פארשטייט זיך.

עס איז געווארן באריכטעט אנהייב אז מען גייט מאכן פיר בערך איקוועל פעקלעך, און אז די תפילין איז כמעט א גאנצע פעקל, און מען גייט מאכן א גורל.

פארגעס נישט אז עס איז אויך דא די בריוו פֿון צאנזער רב און פון ישמח משה. און די מנורה פון קדושת יום טוב וואס דער עצי חיים האט באקומען בירושה.

(חוץ אויב איינער וועט וועלן איין פעקל און די אנדערע דריי וועלן מסכים זיין.. און אזוי ווייטער, שווער צו גלייבן אז דאס זאל געשען אויב די פעקלעך זענען עכט איקוועל.)
אוועיטער
מאה שערים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:45 am
x 322

פאוסט דורך מאה שערים »

געהערט פון אן אייניקל:
אז ס'גייט נישט אריין אין די צוטיילטע פעקלעך, נאר ס'גייט זיין א גורל אויף די תפילין באזונדער, און דער וואס געוואונט גייט דארפן באצאלן א געוויסע סכום געלט פאר די אנדערע, און טאמער די געווינער האלט נישט ביים נעמען די תפילין און באצאלן די אפגעשמועסטע סכום פאר די אנדערע יורשים, וועט אן אנדערע יורש קענען אויסקויפן די זכות.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2940

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך שבת קודש »

אגד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 12:32 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 12:24 pm ווי איך פארשטיי גייט יעדער דארפן די תפילין וואס גייט מען טועהן? מאכן א גורל?
פארשטייט זיך.

עס איז געווארן באריכטעט אנהייב אז מען גייט מאכן פיר בערך איקוועל פעקלעך, און אז די תפילין איז כמעט א גאנצע פעקל, און מען גייט מאכן א גורל.

פארגעס נישט אז עס איז אויך דא די בריוו פֿון צאנזער רב און פון ישמח משה. און די מנורה פון קדושת יום טוב וואס דער עצי חיים האט באקומען בירושה.

(חוץ אויב איינער וועט וועלן איין פעקל און די אנדערע דריי וועלן מסכים זיין.. און אזוי ווייטער, שווער צו גלייבן אז דאס זאל געשען אויב די פעקלעך זענען עכט איקוועל.)
דאס האט איינער געשריבן ביי די ירושה טעמע אין וויזניץ, היפש ענדליך צו דא איבער די תפילין

''די קיטל פונעם אהבת שלום מפי השמועה האבן דאס ביידע ברידער געוואלט האבן און ביידע זענען געווען גרייט אויפצוגעבן אויף די גאנצע ירושה, אבי צו האבן דעם קיטל. למעשה האט מען געשטעלט דעם קיטל קעגן די כתבים פון תורת-חיים, וואס איז אויך א ווערטפולע זאך און מען האט געווארפן א גורל ווער עס וועט באקומען דעם קיטל, און דער אנדערער האט געזאלט באקומען די כתבים פון תורת חיים.

איידער דעם גורל איז געווען אביסל אנגעצויגן, עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געלייגט זייער געוויכט אויף דעם גורל, אז ווער עס וועט באקומען דעם קיטל, איז דאס א סימן אז ער איז דער ממשיך וכו' און מען וועט צו אים גיין... דער תורת-מרדכי האט געשיקט א מנין אויפן ציון פון אהבת-ישראל והאמרי חיים, דאקעגן דער ישועות משה איז געגאנגען אין מקוה איידער דעם גורל.

למעשה האט דער ישועות משה געוואונען דעם קיטל, בשעת דער תורת-מרדכי האט באקומען אנשטאט דעם די כתבים פון תורת חיים.''
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 481

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך אגד »

@שבת קודש, אין סאטמאר איז נישט דא אזא מסורה.

די תפילין קומט נישט פון די מייסדי השושלת, און דער ברך משה האט נאר באקומען האלב..

און עס איז דא נאך צוויי ברודער וואס קאנדידירן נישט פאר ממלא מקום.
יושע זאב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 1:14 am
x 196

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך יושע זאב »

מאה שערים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 12:33 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 12:24 pm ווי איך פארשטיי גייט יעדער דארפן די תפילין וואס גייט מען טועהן? מאכן א גורל?
, און טאמער די געווינער האלט נישט ביים נעמען די תפילין און באצאלן די אפגעשמועסטע סכום פאר די אנדערע יורשים, וועט אן אנדערע יורש קענען אויסקויפן די זכות.
אויב אזוי פארוואס איז יענער אין די גורל טו בעגין וויט?
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 244
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 481

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך אגד »

יושע זאב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 1:21 pm
מאה שערים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 12:33 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 12:24 pm ווי איך פארשטיי גייט יעדער דארפן די תפילין וואס גייט מען טועהן? מאכן א גורל?
, און טאמער די געווינער האלט נישט ביים נעמען די תפילין און באצאלן די אפגעשמועסטע סכום פאר די אנדערע יורשים, וועט אן אנדערע יורש קענען אויסקויפן די זכות.
אויב אזוי פארוואס איז יענער אין די גורל טו בעגין וויט?
און בכלל, וואס הייסט אז ער האלט נישט ביים באצאלן דעם סכום, ער קען דאך עס פארקויפן, צו פאר די גאס צו פאר חסידים וואס זאלן עס קויפן פאר איינעם פון די אדמורים, פאר לכאורה מער ווי ער דארף צאלן..
אוועיטער
מאה שערים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:45 am
x 322

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך מאה שערים »

אגד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 1:23 pm
יושע זאב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 1:21 pm
מאה שערים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 12:33 pm , און טאמער די געווינער האלט נישט ביים נעמען די תפילין און באצאלן די אפגעשמועסטע סכום פאר די אנדערע יורשים, וועט אן אנדערע יורש קענען אויסקויפן די זכות.
אויב אזוי פארוואס איז יענער אין די גורל טו בעגין וויט?
און בכלל, וואס הייסט אז ער האלט נישט ביים באצאלן דעם סכום, ער קען דאך עס פארקויפן, צו פאר די גאס צו פאר חסידים וואס זאלן עס קויפן פאר איינעם פון די אדמורים, פאר לכאורה מער ווי ער דארף צאלן..
כ'ווייס נישט צו די סכום וואס יענער דארף באצאלן איז געלט. אדער א סכום ווערד פון זיין פעקל ירושה
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3068
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12095

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך בודקע »

איינער מיט דעטאלן וואס דא קומט פאר?
פון ווי קומט די שטעקן?
photostudio_1778184365057.jpg
photostudio_1778184365057.jpg (118.35 KiB) געזען געווארן 867 מאל
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 235
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 418

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך קרישקע »

בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:07 pm איינער מיט דעטאלן וואס דא קומט פאר?
פון ווי קומט די שטעקן?
photostudio_1778184365057.jpg
לאפישע רב
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3068
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12095

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך בודקע »

קרישקע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:15 pm

ס'איז זיינס?
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1532
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2487

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך יאנטשי »

בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:17 pm
קרישקע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:15 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:07 pm איינער מיט דעטאלן וואס דא קומט פאר?
פון ווי קומט די שטעקן?
photostudio_1778184365057.jpg
לאפישע רב
ס'איז זיינס?
לכאורה, עס זענען דא אסאך אייניקלעך פונעם ישמח משה.
ברלנד
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2768
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6727

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך הדסים »

בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:17 pm
קרישקע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:15 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:07 pm איינער מיט דעטאלן וואס דא קומט פאר?
פון ווי קומט די שטעקן?
photostudio_1778184365057.jpg
לאפישע רב
ס'איז זיינס?
לכאורה, דער לאפאשער רב האט געהאט ברשותו גאר אסאך חפיצי ירושה וואס ער האט געראטעוועט ביים קריג.

בנוגע די תפילין, איך וואלט געזאגט אז מ'זאל מאכן כעין א ליציטאציע אויף די תפילין און זען ווער ס'איז גרייט אויפצוגעבן דאס מערסטע ירושה דערפאר.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
זוכער
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:32 pm
Location: China
x 160

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך זוכער »

בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:07 pm איינער מיט דעטאלן וואס דא קומט פאר?
פון ווי קומט די שטעקן?
photostudio_1778184365057.jpg
ס׳איז מקובל אז ס׳איז פונעם ישמח משה.

גראדע וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א קארבאן-14 פראבע אויב ס׳איז 200 יאר אלט.

כ׳גלייב אבער נישט אז מ׳וויל געוואויר ווערן אז נישט…
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1771
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2959

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך נפתלי »

זוכער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:31 pm
בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 4:07 pm איינער מיט דעטאלן וואס דא קומט פאר?
פון ווי קומט די שטעקן?
photostudio_1778184365057.jpg
ס׳איז מקובל אז ס׳איז פונעם ישמח משה.

גראדע וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א קארבאן-14 פראבע אויב ס׳איז 200 יאר אלט.

כ׳גלייב אבער נישט אז מ׳וויל געוואויר ווערן אז נישט…
סתם נאריש, מען האט עס ארויסגעברענגט מיט מסירת נפש די שטעקן, און עס גייט שוין דארט יארן און די משפחה בירושה פון הייליגן ישמח משה און עס איז דא נאך חפצים וואס זיי האבן.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 927
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1943

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך בן תורה »

ווער איז לאפאשע רב? ר' משה אהרן טייטלבוים?
משה זיך מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 5:51 pm
x 70

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך משה זיך מיך »

ווען גייט מען למעשה צוטיילן די ירושה? ס'איז דאך שוין נאך ל"ג בעומר
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3068
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12095

Re: היסטארישע ירושה צעטיילונג צווישן בני הרה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

פאוסט דורך בודקע »

משה זיך מיך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 07, 2026 5:32 pm ווען גייט מען למעשה צוטיילן די ירושה? ס'איז דאך שוין נאך ל"ג בעומר
ל"ג בעומר איז געווען די דעדליין צוריק צו ברענגען.

שרייב פאוסט