קיינער האט מיך נישט געשיקט, איך האב נישט געעפנט קיין ניק ספעציעל פאר די נושא און איך שרייב לויט מיין פארשטאנד , אז איר ווילט קענט איר דזשאינען מיט אייער נישק וואס איז באשאפן געווארן ספעציכל פאר די נושא אן קיין נגיעות
יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:00 pm
איך קלער אז די תירוץ איז אז די ליסטינג איז כדי צו קענען פארהאנדלען אזוי ווי איך האב געזעהן ביי מיר ביי געוויסע ליסטינגס
א קשיא האט א תירוץ, מענטשן צאלן ניט אן איבריגע פופציג טויזנט דאלאר אן דאבל טשעקן
1. פון וויפיל פארהאנדלונגען איך ווייס איז עס קיינמאל אראפ צום דעוועלאפער פרייז (און איך ווייס פון פארהאנדלונגען)
איך ווייס נישט וויפיל דו האסט מיטגעהאלטן, אבער דאס איז א מציאות אז די ליסטינגס איז נישט די פיינעל פרייז מילא איז דאס קיין ראיה נישט די פיינעל פרייז, אבער פיינעל פרייז איז אויך טייערער ווי די דעוועלאפערס
און די מארקעט פרייז מאכטנדער וואס פארקויפט די מעדזשאריטי, דאס פארשטייט יעדער בר בי רב דחד יומא רייט, און דאס זענען די ריעלטיס.

יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 5:05 pm
איך ווייס נישט וויפיל דו האסט מיטגעהאלטן, אבער דאס איז א מציאות אז די ליסטינגס איז נישט די פיינעל פרייז מילא איז דאס קיין ראיה נישט די פיינעל פרייז, אבער פיינעל פרייז איז אויך טייערער ווי די דעוועלאפערס
און די מארקעט פרייז מאכטנדער וואס פארקויפט די מעדזשאריטי, דאס פארשטייט יעדער בר בי רב דחד יומא רייט, און דאס זענען די ריעלטיס.
די ריעלטי פארקויפט די מעדזשאריטי?
די ריעלטי האט יעדע וואך ליסטינגס און די ליסטינגס זענען וואו מענטשן זעען די פרייזן.
(יא, די ריעלטי פארקויפט די מעדזשאריטי פון רעדי דירות. אזוי מיין איך.)
פריער האט מיר איינער אפגעשטעלט (פון וואו ווייסט יעדער אז איך בין פופציגער?! האלא! ס'נישט איך!) און מעורר געווען אז איך פארשטיי נישט געהעריג וואס @יום טוב זאגט דא אגאנצן צייט, און איך מוז מודה זיין אז ער האט א פוינט - עכ"פ אז איך האב זיך נישט גוט ארויסגעברענגט און ס'האט פון מיינע ווערטער אויסגעקוקט ווי איך זאג אנדערש.
ווי ער ערקלערט מיר, איז יום טוב'ס טענה בכלל קעגן דאס בעטן טייער פאר דירות, און איך וועל עקספלעינען דעם צד, און יום טוב וועט זאגן צי איך האב עס גוט ארויס.
דאס הייסט אז מען דארף ווען מאכן א קאמפיין, אן קוקן צו די שרשים, פשוט גיין גראד פאקוסט, און מעורר זיין אז בעטן טייער פאר א דירה איז געטרונקען אידיש בלוט, און אויף דעם זאגט ער אז דעוועלאפער זענען שולדיג, פשוט ווייל זיי טוען עס אויף א מאסן פארנעם, און ווען זיי אלע נידערן ווען פרייזן וואלט עכ"פ געווען זייערע הונדערטער דירות פאר ביליג, אפגעזען צי די יחידים וועלן נאכטאנצן.
נאכמער, קען טאקע זיין אז די דעוועלאפער זיצן מיט גרויסע אינוועסטמענטס וואס לוינט זיך נישט ביזנעס'דיג גערעדט, אבער דאס איז דער טענה, זינט ווען איז קרית יואל א מארקעט צו פארדינען געלט? און אייגענטליך, דאס האט דער רבי גערעדט ביים מעמד קהלא קדישא, אט דאס. (פינג @לייבל פריש )
עד כאן תוכן דבריו, און איך מוז זאגן אז איך בין מודה הונדערט פראצענט צו דעם טענה. יענער האט מיר געמאכט טראכטן אין א נייעם דירעקציע, און איך בין פּראוד צו קענען פארנעמען אז איך האב נישט ריכטיג געטראכט.
-
יעצט צו דיר ידידי היקר @יום טוב .
ליין איבער מיינע ווערטער, און קוק וויאזוי איך האב עס געפראזט אן איבערטרייבן...
ס'הייסט דער פראבלעם איז טאקע דא, און ביסט גערעכט מיט'ן וויי געשריי, אבער דא זענען דא 2 נקודות וואס מ'דארף נעמען אין באטראכט כדי נישט צו מישן איבריגע פארע אין די טשולענט:
1. מייקר השער קומט נישט דא אריין. מייקר השער הייסט נישט בעטן טייער, און מייקר השער הייסט אויך נישט אז ער קען ווען נידערן די פרייזן ווען ער וויל. די דערמאנטע פראבלעמען זענען רעלעוואנט, אבער נישט דאס הייסט מייקר השער, מייקר השער איז א בוכשטעבליכער טערמין פאר דער וואס האט פאקטיש געהעכערט.
2. דאס אז קרית יואל איז געווארן א מארקעט ווי אלע מארקעטס וואס מפארדינט געלט אויף די קונים, איז טאקע דער הויפט פראבלעם דא, אבער אין דעם זענען נישט די היינטיגע דעוועלאפער שולדיג... יא, ס'איז א פראבלעם, הלואי וואלט געווען ווי אין סקווירא וואס די קהלה בויט פאר ביליג אן קיין ביזנעס חשבונות... למעשה היינט איז עס נישט אזוי, און דערפאר דארף מען דאנקען א דעוועלאפער וואס האט גענומען א שטח וואס א צווייטער וואלט געקענט בעטן טייערער און ער האט געבעטן רעלאטיוו ביליג.