נייעס פון קאנגרעס און סענאט
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
די אינדיפּענדענט אַריזאָנע סענאַטאָר פרוי סינעמא זאָגט, אַז מען רוקט זיך פאָראויס צו א דיעל וועגן נייע גרעניץ זיכערהייט מאָסנאַמען, אינאיינעם מיט מיליטערישע הילף פאַר מדינת ישראל און אוקראַינע
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3658
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
מיזורי רעפובליקען קאנגרעסמאן 'בלעין לאוטקעמייער' האט געמאלדן ריטייערמענט ביי די ענדע פון זיין יעצטיגע טערמין. ס’איז געווען א שטיקל חידוש ווייל ער האט געהאלטן אינמיטן ארויף קריכן אויפן לייטער צו לידערשיפ פאזיציעס.
רעפובליקאנער האבן זיך נישט וואס צו זארגן אויף דעם זיץ צוליב דעם וואס איז רויטער ווי בלוט!
דערווייל האבן שוין 7 סענאטארן און 34 קאנגרעסלייט געמאלדן ריטייערמענט.
רעפובליקאנער האבן זיך נישט וואס צו זארגן אויף דעם זיץ צוליב דעם וואס איז רויטער ווי בלוט!
דערווייל האבן שוין 7 סענאטארן און 34 קאנגרעסלייט געמאלדן ריטייערמענט.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3658
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ספיקער מייק דזשאנסאן האט איינגעלאדענט דעם פרעזידענט צו געבן דעם סטעיט אוף די יוניאן רעדע אום מערץ דעם זיבעטן. די שפעטסטע אינעם למספרם יאר וואס א פרעזידענט האט נאר געגעבן זינט 1934!
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ספיקער דשאנסאן אין פרעזידענט ביידן זענען זיך דורכגעקומען אויף א בודזשעט אפמאך פין 1.59טריליאן דאלאר אזוי צי פארמיידן א גאוורמענט שאט דאון אין 12 טעג דאס נעמט אריין 106 ביליאן דאלאר פארן גרעניץ יעצט דארף מ'נאר ווארטן ס'זאל אריבערגיין קאנגרעס ווי אסאך רעפובליקאנער זענען קעגן דעם
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
רעפּובליקאנער קאנגרעס מיטגלידער האבן נעכטן געזאגט אז זיי וועלן עפענען אן אפיציעלע אויספארשונג איבער דער מיסטעריעזער שפּיטאליזירונג פון פארטיידיקונגס סעקרעטאר אוסטין.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן האט איינגעלאדנט פרעזידענט ביידען צו געבן די יערליכע "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע אום מערץ 7
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס גרייכט דיעל אויסצומיידן שאטדאון
וואשינגטאן – קאנגרעסיאנאלע פירער האבן דערגרייכט אן אפמאך אויף א נייע שפענדונג ביל, וואס וועט פארלענגערן רעגירונג שפענדונג ביז אנהייב מערץ, אויסמיידנדיג א שאטדאון פון פאסירן די קומענדיגע טעג. די רעגירונג אפערירט שוין אויף די סארט עמורדזשענסי שפענדונג בילס זינט פארלאפענעם אקטאבער, ווען מען האט דאן נאכאמאל אפגעשטופט א שאטדאון דעדליין צו געבן מער צייט פאר געשפרעכן אויף א גרעסערע פאנדינג ביל צו דעקן די רעגירונג ביז ענדע יאר 24'

קאנגרעס רעפּובליקאנער האבן געזאגט אז זיי וועלן לייגן אויף "האלד" זייערע שריט צו דערקלערן האנטער ביידען "אין קאנטעמפּט אוו קאנגרעס", צוליב וואס עס האבן זיך באנייט די געשפּרעכן מיט האנטער'ס לויערס. אריגינעל האט האנטער איגנארירט א סובפּינע צו קומען ווערן פארהערט אין א פארמאכטע הירינג, און דעריבער האבן אים די רעפּובליקאנער געוואלט האלטן אין קאנטעמפּט. יעצט האבן האנטער'ס לויערס געלאזט הערן אז ער וועט מעגליך יא מסכים זיין זיך צו לאזן פארהערן
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3658
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעסמאן דזשעף דאוקען (ר) פון סאוט קארעליינא האט היינט געמאלדן אז ער גייט ריטייערן ביי די ענדע פון זיין יעצטיגע טערמין.
ער איז דערווייל די 40'סטע געזעץ געבער וואס האט געמאלדן ריטייערמענט אין דעם סייקל. ס'קומט נאך מן הסתם נאך.
רעפובליקאנער האבן זיך נישט וואס צו זארגן פאר זיין זיץ. דער זיץ איז א פארלעסליכע רויטע זיץ.
ער איז דערווייל די 40'סטע געזעץ געבער וואס האט געמאלדן ריטייערמענט אין דעם סייקל. ס'קומט נאך מן הסתם נאך.
רעפובליקאנער האבן זיך נישט וואס צו זארגן פאר זיין זיץ. דער זיץ איז א פארלעסליכע רויטע זיץ.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
דער סענאט האט אנידערגעשטימט א רעזאלוציע וואס האט געצילט צו צווינגען אויספארשונג איבער אמעריקאנער הילפס געלטער פאר מדינת ישראל.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן האט געלאזט וויסן פאר'ן סענאט אז א דיעל איבער אימיגראציע צוימונגען און הילפס געלטער פאר אוקראינע וועט נישט האבן שאנס דורכצוגיין אין קאנגרעס.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
רעפּובליקאנער קאנגרעס מיטגלידער האבן נעכטן ארויסגעשטעלט די דעטאליזירטע אימפּיטשמענט קלאגעס וואס זיי וועלן אויפברענגען קעגן דעם פעדעראלן היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר אלעהאנדרא מאיארקעס, איבער דעם אנגייענדיגן קריזיס ביי דער אמעריקע-מעקסיקא גרעניץ. אין די קלאגעס ווערט מאיארקעס באשולדיגט אין ערלויבן דעם פלייץ פון אומלעגאלע אימיגראציע אנצוגיין און פאר'ן ליגנט זאגן אין פּובליק דערוועגן
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
היימלאנד זיכערהייט קאמיטע שטימט מיט 14-18 צו אימפיטשן היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר מעיארקעס
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3658
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
פרוי פון סענאטאר מענשען (ד) פון וועסט וויערדזיניע איז אריינגעפירט געווארן אין האספיטעל נאכן האבן א גאנץ ערענסטע קאר עקסידענט. לויט דעם סענאטאר'ס אפיס ווארטזאגער איז זי אין סטעיבל קאנדישאן.
(כ'האב נישט די נאמען צו מתפלל זיין..)
(כ'האב נישט די נאמען צו מתפלל זיין..)
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
פעדעראלע פּראקורארן האבן געעפנט אן אויספארשונג אויף קאנגרעספרוי קאורי בוש
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3658
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
אן אומפארטייאישער שטייער ביל איז אדורך אין קאנגרעס 357-70.
דער ביל קען זיין גינסטיג פארן היימישן ציבור, לויט באריכטן ענהאלט דאס טעקס קרעדיטס פאר (משפחות געבענטשטע) קינדער.
דער ביל קען זיין גינסטיג פארן היימישן ציבור, לויט באריכטן ענהאלט דאס טעקס קרעדיטס פאר (משפחות געבענטשטע) קינדער.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3658
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
אומפארטייאישע סענאטארן שטעלן ארויס 118 ביליאן דאלערדיגע ביל איבער אימיגראציע, מדינת ישראל און אוקראינע
דער ביל איז אויסגעארבעט געווארן נאך לאנגע וואכן פון געשפרעכן, אויפצוקומען מיט א לעזונג פאר די דריי וויכטיגע אישוס וואס די פעדעראלע רעגירונג וויל ערלעדיגן, און דער ביל שטעלט שטרענגע צוימונגען אויף אימיגראציע און פליטים. אלעס אינאיינעם באטרעפט דער ביל 118 ביליאן דאלער, און עס נעמט אריין ביליאנען דאלארן פאר מדינת ישראל און צענדליגער ביליאנען דאלארן פאר אוקראינע.

קאנגרעסמאן טאם מק'קלינטוק האט געמאלדן אז ער גייט שטימען אקעגן די רעזאלוציע צו אימפיטשען היימלאנד זיכערהייט סעקרעטערי מעיארקיס
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
Mr. Green of Tennessee, Mr. McCaul, Mr. Biggs, Mr. Higgins of Lousiana, Mr. Cline, Mr. Guest, Mr. Garbarino, Ms. Greene of Georgia, Mr. Pfluger, Ms. Hageman, and Ms. Lee of Florida, are appointed managers to conduct the impeachment trial against Alejandro Nicholas Mayorkas, Secretary of Homeland Security, that a message be sent to the Senate
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
Senator Cruz Says It's Time for GOP Leader McConnell to Go
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3658
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
די אימפּיטשמענט וואוט איז טאקע דורכגעפאלן מיט 214 וואס האבן געשטימט דערפאר און 216 וואס האבן געשטימט קעגן.
קאנגרעס מאדשאריטי לידער סקאליס, איז פונקט געווען אוועק פון קעפיטעל, צוליב דעם וואס ער איז געגאנגען נעמען א טריעטמענט פאר זיין מחלה ר"ל.
אנדערע קאנגרעס פירער האבן פארשפראכן צו האבן א פרישע וואוט ווען סקאליס קומט צוריק און דאן וועלן זיי יא האבן דעם רוב.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3658
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
די ביל פאר וואס האט געדארפט זיין פאר $ מדנ"י, סטענדעלאון ביל (אן גארנישט צוגעלייגט אזויווי דער גרעניץ וכיוצא בזה) איז דורכגעפאלן אין קאנגרעס. 14 רעפאבליקאנער אין 166 דעמאקראטן האבן געשטימט קעגן דעם ביל.
צווייטע הילכיגע דורכפאל פארן ספיקער אין איין טאג!
צווייטע הילכיגע דורכפאל פארן ספיקער אין איין טאג!