ער האט געפרעגט וואס יא, נישט וואס נישט.מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 13, 2024 8:18 pmאיר זעהט דא העלמת אור הצדיק? איז דאס די באדייט פון מלכות בית דוד און קרן ישראל?צווייטער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 13, 2024 7:08 pmטראכטענדיג אזוי תשעה באב נאכמיטאג איז מיר זייער שווער געווען אזוי, מיר וויינען און קלאגן אויף די שכינה הקדושה וואס איז אין גלות, אויף דאס אידיש פאלק וואס איז אין גלות.מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:26 am
כווייס נישט עכט וואס מיינט העלמת אור הצדיק וכ”ש איר שייכות צו די 9 טעג. אבער דא ברענגט עמיצער פון שיח שרפי קודש בשם הצדיק רל”י בענדער זצ”ל אז דאס איז גאר די גאנצע טעם פון וויינען אין תשעה באב...
כווייס נישט, מיך האט מען אויסגעלערנט אז תשעה באב וויינט מען אויפן חורבן הבית, גלות ישראל ברוחניות ובגשמיות און די צער וואס קוב”ה האט כביכול דערפון.
דא ברענגט ער אבער אז די ”עיקר” קלאגן איז אויף די העלמת אור הצדיק
Screenshot_20240812-112400_WhatsApp.jpg
זאת נחמתי אז רב שיק ז”ל אליינס זאגט אז דעם ספר קען מען אויכעט נישט מקבל זיין דאס וואס שטימט נישט אזוי געהעריג.
https://breslevcity.co.il/%D7%A9%D7%95% ... 7%91_2278/
כ'האב זיך אביסל מתבונן געווען אויף די ליכטיגע תפלות וואס מיר זענען מתפלל איבערן יאר, אז ס'זאל שוין זיין די 'מלוך על כל העולם כולו בכבודך', עס זאל שוין זיין דעם וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יציר כי אתה יצרתו', ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה.
די פלא איז נאר פארוואס איבעראל ווי מ'איז מתפלל אויף מלכותו של הקב''ה מוז עס גיין מיט מלכות בית דוד, ולירושלים עירך-וכסא דוד עבדך לתוכה תכין, את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח, רחם נא ה''א על ישראל עמך ועל ירושלים עירך ועל ציון משכן כבודך-ועל מלכות בית דוד משיחך, ובכן יתקדש שמך על ישראל עמך ועל ירושלים עירך ועל ציון משכן כבודך-ועל מלכות בית דוד משיחך. און נאך פיל תפלות איבער יאר.
איך פארשטיי נישט וואס ווילן מיר, והיה ה' למלך על כל הארץ אדער והיה דוד למלך על כל הארץ?
צו זיין נאך קלארער, מלכות האט נישט מיט צדקות. נישט יעדער צדיק הדור איז עתיד צו זיין דער מלך המשיח אדער פון מלכות בית דוד. א חלק עיקר פונעם גלות איז דאס אז מהאט אונז פארבאטן סיי וועלכע מלכות בזמן הגלות.
בכלל, ווען אידן האבען געבעטן פאר א מלך איז דער רבש"ע נישט געווען צופרידען כבי’ - פון מלכות בית דוד אבער יא.
@צווייטער
סאיז היינו הך. כ’האב נישט די צייט יעצט מרחיב זיין. אי"ה ועוד חזון למועד.
@מסתמא
א גרויסע שכח פאר ניצען אן איידעלע שפראך פאר די שמועסן. אויב שייך צו פאראעכטען די נוצרות אין דיין ערשטע תגובה. וואלט עס געווען דערפרישענד.