בלאט 178 פון 601

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:19 am
דורך רואה חשבונות
פרייטאג צו נאכטס האט מדנ"י אריינגעדרינגען אין דעם בעדאר מיליטערישע אפטיילונג פון כאמאס. לויט אן אומאפיציעלע רעפארט האט מדנ"י סאלדאטן דארט גע'הרג'ט בערך 150 טעראריסטן דערונטער העכערע אינערהלב דעם טעראריסטישע ארגענעזאציע.
280.jpeg
280.jpeg (60.51 KiB) געזען געווארן 1232 מאל
_
כאמאס קלעימט אז זיי האבן געהיט איבער 160 מדנ"י טארגעטס אין בלויז די לעצטע 48 שעה!

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:26 am
דורך רואה חשבונות
מדנ"י מיליטער מעלדט אז זיי האבן גע'הרג'ט א סיניער כאמאסניק 'אחמד סיעם'. ער האט געהאלטן איבער טויזענט פאליסטינער פארשפארט פארן חטא פון אויספאלגן מדנ"י באפעלן צו אויסוואנדערן צו דרום עזה.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:28 am
דורך נקודות טובות
רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:26 am מדנ"י מיליטער מעלדט אז זיי האבן גע'הרג'ט א סיניער כאמאסניק 'אחמד סיעם'. ער האט געהאלטן איבער טויזענט פאליסטינער פארשפארט פארן חטא פון אויספאלגן מדנ"י באפעלן צו אויסוואנדערן צו דרום עזה.
א געהעריגע senior center די עזה...

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:35 am
דורך Spa 42
.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:37 am
דורך Spa 42
פרישע בילדער פארעפענטליכט דורך צה"ל, פון די אפעראציעס אין עזה.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:38 am
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:37 am פרישע בילדער פארעפענטליכט דורך צה"ל, פון די אפעראציעס אין עזה.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:45 am
דורך ניקל
מדינת ישראל זאגט אז זיי האבן שוין איבערגענומען 11 מיליטערישע חאמאס באזעס און טרענירונג סענטערס און עזה

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:46 am
דורך רואה חשבונות
Spa 42 האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:38 am
Spa 42 האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:37 am פרישע בילדער פארעפענטליכט דורך צה"ל, פון די אפעראציעס אין עזה.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:47 am
דורך Spa 42
רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:26 am מדנ"י מיליטער מעלדט אז זיי האבן גע'הרג'ט א סיניער כאמאסניק 'אחמד סיעם'. ער האט געהאלטן איבער טויזענט פאליסטינער פארשפארט פארן חטא פון אויספאלגן מדנ"י באפעלן צו אויסוואנדערן צו דרום עזה.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:57 am
דורך אלטערנעסייד פארקינג
Spa 42 האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 8:48 pm ניו יארק סיטי: אמעריקאנע פענער ווערן אראפגעריסן ביי פרא פאליסטינער פראטעסטן, פארלאפענע פרייטאג צונאכטס.

ווערט אפלאדירט דורך די באטייליגטע.
יא יא יעצט זעהט מען פונקטליך וואס זיי מיינען....

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 1:01 am
דורך אלטערנעסייד פארקינג
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:57 am
Spa 42 האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 8:48 pm ניו יארק סיטי: אמעריקאנע פענער ווערן אראפגעריסן ביי פרא פאליסטינער פראטעסטן, פארלאפענע פרייטאג צונאכטס.

ווערט אפלאדירט דורך די באטייליגטע.
יא יא יעצט זעהט מען פונקטליך וואס זיי מיינען....
ער רעדט צום זאך...

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 1:52 am
דורך ניקל
מדינת ישראל האלט אז רוב משכונות ווערן געהאלטן און דרום עזה

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 1:57 am
דורך ניקל
צה"ל ווארטזאגער:
עס דרייען זיך ארום אסאך פאלשע באריכטן

די שיפא שפיטאל איז נישט ארומגערינגלט
מען קען ארויסגיין פון דארט
אונז זעמיר בקשר מיט די פארוואלטונג פון שפיטאל, מארגן וועלן ווערן ארויסגעטראגן נייע געבוירענע בעביס צו פארזיכערטערטע שפיטעלער, אונז וועלן צושטעלן זיכערהייַט הילף

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 8:34 am
דורך קטןודל
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:00 am
פרייליך האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 11:46 pm
ניקל האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 11:40 pm נתניהו:
אונז גיי מיר זיכער מאכן אז די טאג נאך חאמאס (ווען מדינת ישראל וועט פארטיליגן חאמאס) וועט נישט קענען דארט ווערן אויפגעשטעלט א פרישע חאמאס
הוילע גערעדעכץ
העכער 70 יאר זאגט מען די זעלבע פזמון, עס ווערט נאר ערגער
.... let's wait and see
דעם פזמון זאגט מען נישט זיבעציג יאר, עזה איז אלט 19 יאר... מצרים און ירדן איז געלאנגען שטיל צו מאכן וואס פון זיי האט די מדינה געליטען דאס מערסטע. עיראק איז געלאנגען שטיל צו מאכן (אמעריקע ) בחריין, מרוקו, עמירעטס, סודן, האבן אויך נאמאלעזירט. און סוריה שלאגט זיך צווישען זיך. מען קען יעדעם שטיל מאכן! (אויב מ'מעג איז נישט די מדובר יעצט...)

און יעצט צוריק צו די נייעס ...
זעט אויס האסט שוין פארגעסן פון אלע מעכטיגע אקציעס ווען מ'האט שוין טויזנט מאל אויסגעראטן טעראר און צושמעטערט כאמאס (נישט איך זאג עס, דאס זענען געווען די סטעיטעמטנס פון אלע איזראעלי פאליטישע און מיליטערישע פירער נאך אלע אקציעס מיט אלע סארטן נעמען ווי 'חומת מגן', 'עופרת יצוקה', 'צוק איתן', אא"וו).

אגב, אין עזה האט מען שוין איינמאל 'אויסגעראטן' די טעראר אין די ענדע זעכציגער און אנפאנג זיבעציגער יארן (נאכ'ן עס אייננעמען פון עגיפטן ביי די ששת הימים), מ'האט עלימינירט גרויסע שישקעס (און ווען מ'האט נישט געטראפן די העכסטע האט מען געמאכט א קאפ קורצער פאר די צווייטע העכסטע...), ס'איז טאקע שטיל אפאר יאר, ביז... ס'האט אויסגעבראכן די ערשטע אינטיפאדא אין 1987. און די אויספיר מאך דו אליינס.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 8:38 am
דורך קטןודל
נתניהו: אין עזה וועט נישט זיין א ציווילע רעגירונג וואס איז מחנך צו טעראר און באצאלט געהאלט פאר טעראריסטן, עס וועט נישט זיין דארט רעגירונג וואס דער וואס שטייט אין איר שפיץ האט נאכנישט פארדאמט די שחיטה 30 טעג נאכדעם. (קרעדיט: עלינו, איי-וועלט)

דאס איז אין אנדערע ווערטער, א דירעקטע סתירא צו אמעריקע'ס צילן און פלענער אז די פאלעסטינער אויטאריטעט זאל איבערנעמען עזה (אזוי ווי ס'איז געווען איידער כאמאס האט געווינען די וואלן און פארכאפט קאנטראל)

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 8:48 am
דורך קטןודל
פראנצויזישער פרעזידענט מאקרון דרייט שוין צוריק. נאכ'ן זאגן פאר די בי-בי-סי (מצא מין את מינו) אז מדנ"י דארף אויפהערן הרג'ענען קינדער און פרויען אין גאזא, אויף וואס נתניהו און אנדערע האבן שארף רעאגירט, האט ער זיך פארבינדן מיט'ן איזראעלי פרעזידענט הערצאג און קלארגעשטעלט אז ער שטיצט פולשטענדיג מדנ"י'ס רעכטן זיך צו פארטיידיגן, און אז האט נישט געמיינט צו זאגן אז מדנ"י טוט דירעקט אטאקירן אומשולדיגע ציווילע.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 8:50 am
דורך קטןודל
אנגייענדע פרואוון צו נאמינירן דעם געוועזענעם בריטישן פירער מיניסטער, טאני בלעיר, אלס קאארדינעיטער איבער די הומעניטארישע הילף פאר עזה. נתניהו איז אינטערעסירט אין בלעיר'ס נאמינאציע פאר דעם פאזיציע. בלעיר האט נישט קאמענטירט דערוועגן.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 8:51 am
דורך קטןודל
איין קריטיש פארוואונדערטער, און נאך 5 שווער פארוואונדערטע, פון א כיזבאללא אנטי-טאנק מיסיל אין צפון.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 9:16 am
דורך yako
,

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:37 am
דורך ניקל
געזונטהייט מיניסטעריום פון עזה
11,100 טויטע

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:42 am
דורך ניקל
ערדואן:
מען דארף מבטל זיין די וועטא מאכטן און די יו ען 🤣

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:45 am
דורך ניקל
רויטערס:
חאמאס האט סוספענדירט אלע טאלקס וועגן די האסטידזשעס, און רעזולטאטן פון די מדינת ישראל אטאקעס אויף די שיפא שפיטאל

(קוקט אויס דארט איז טאקע זייער הויפטקווארטיר)

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:54 am
דורך ניקל
און תל אביב איז געווארן אויפגעשטעלט א עמוד מיט בילדער פון אלע גע'הארגעטע און די שמיני עצרת שחיטה, ווי זיי פארלאנגן טויט שטראף צו די רוצחים
IMG_20231112_105320_310.jpg
IMG_20231112_105320_310.jpg (335.92 KiB) געזען געווארן 979 מאל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:20 am
דורך ניקל
מדינת ישראל פרעזידענט הערצאג, דעקט היינט אויף אין א אינטערוויאו פאר BBC, אז צה"ל האט געטראפען אין א קינדער צימער אין עזה די בוך "מיין קאמפף" פון היטלער ימ"ש. די בוך איז געווען איבערגעטייטש אין אראביש.
IMG_20231112_111852_184.jpg
IMG_20231112_111852_184.jpg (138.05 KiB) געזען געווארן 1138 מאל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:23 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:54 am און תל אביב איז געווארן אויפגעשטעלט א עמוד מיט בילדער פון אלע גע'הארגעטע און די שמיני עצרת שחיטה, ווי זיי פארלאנגן טויט שטראף צו די רוצחים
IMG_20231112_105320_310.jpg
שטאטראט פון תל אביב האט עס אראפגענומען