בלאט 175 פון 518
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 3:38 pm
				דורך שמואל פוקס
				מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב
הוא יברך את מו"ה רודף צדקה וחסד
ר' שלמה וויינגארטן הי"ו
בעבור שנדב
$20
למען הצלת נפשות משמד
לכבוד השמחה במעונו של הרה"ג אבד"ק כנישתא חדא שליט"א
שוכן מרומים יברכהו וישמרהו מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה
וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו
ונאמר אמן
...
טייערע אידן:
אין די יעצטיגע מינוטן שפילן זיך אפ היסטארישע געשעענישן אין גואטאמאלא. די עסקנים אינאיינעם מיט די בעאמטע ארבעטן אומאויפהערליך שווער, אז זאכן זאלן געטון ווערן על צד היותר טוב. מיר דארפן האבן זכותים און מיר דארפן די ישועה פונעם אויבערשטן.
לייגט אריין אייער ברייטהארציגע נתינה פאר צדקה, פארן רב שליט"א, אז עס זאל זיין לזכות די אקציעס וואס קומען אצינד פאר אין די מרחקים, אזוי אז זאכן זאלן געפירט ווערן דארט אויפן ריכטיגן און בעסטן אופן
די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382  
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 3:41 pm
				דורך רעד קלאר
				סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 2:25 pm
גאר א דרינגענדע מעסעדזש פאר אחינו בני ישראל, איבערגעגעבן פון די עסקנים אויפן פראנט:
נאך א געוויסע געשיכטע וואס האט זיך לעצטנס אפגעשפילט, שפירן מיר פאר א פליכט צו ברענגען אן אויפוואכונג און ווארענען דעם ציבור זיך אכטונג צו געבן נישט צו באגיין קיין טעותים און אריינפאלן אין ערנסטע פראבלעמען ח"ו.
די עפיזאד האט פאסירט מיט איינע פון די לב טהור פירער מיטן נאמען אברהם דינקל, דער באטרעפנדער פירער אליינס האט נישט די מעגליכקייט ארויסצופארן פון גאוואטעמאלא בכלל, צוליב דעם וואס ער איז יעצט אויף דער פריי נאר אויף בעיל צוליב זיינע קלאגעס. אבער היות זיין ווייב און קינדער זענען יא ערלויבט ארויספארן פון לאנד, האט דער ריכטער ווי געווענליך פארלאנגט אונטער די פראטאקאלן פאר די לב טהור קעיסעס, אז כדי צו קענען צוריקבאקומען די קינדער און ארויספארן פון גוואטעמאלא, איז ערלויבט צו פארן בלויז צו די דריי דעזיגנירטע לענדער; אמעריקע, קאנאדע, און א"י, וויבאלד מיט די דריי לענדער פארמאגט די רעגירונג א אפמאך און א צוזאמענארבעט זיכער צו מאכן אז די קולט אנטוויקלט זיך נישט נאכאמאל, און די סיסטעם ארבעט ארבעט אז די ריכטער געבט ארויס א דאקומענט וואס ס'שטייט דארט קלאר אלע תנאים פון די באפרייאונג, און מיט דעם באקומען די עלטערן די פארלאנגטע ערלויבעניש צו קענען ארויסנעמען די קינדער פון די שעלטער, און פון דארט טוהט די PGN באגלייטן די קינדער ביזן ארויפשטייכן אויפן פליגער, זיכער צו מאכן 
אז זיי פארן טאקע צום לאנד וואס די ריכטער האט פארלאנגט.
איז געגאנגען דער אברהם דינקל, און מיט די הילף פון א געוויסער איד פון בארא פארק, האבן זיי געפעלטשט די געריכטליכע דאקומענט און דאס געמאכט אויסקוקן ווי כאילו די ריכטער האט זיי געגעבן ערלויבעניש ארויסצופארן צו סיי וועלכע לאנד, און אברהם דינקל'ס ווייב מיט די הילף פון דעם איד, האט געוואלט מיט דעם געפעלשטן דאקומענט ארויספארן צוזאמען מיט אירע קינדער קיין ארגענטינע.
אבער ווי ערווארטעט האבן די באאמטע באצייטנס געכאפט דעם שווינדל, און די קינדער זענען פארשטייט זיך נישט ארויס געלאזט געווארן, און צוליב דעם פארברעכערישן אקט, טוהט 
דער איד פון בארא פארק אויסשטיין ערנסטע קלאגעס און ס'ווארט אים אפּ שווערע טשארדזשעס פארן פרובירן ארויסצושמוגלען די קינדער פון גוואטעמאלא.
אין ליכט פון די דאזיגע פאסירונג, שפירן פאר גאר וויכטיג ארויסצוקומען און אויפוואכן דעם ציבור אז מ'זאל זיך גאר שטארק אכטונג געבן, וויבאלד די פירער פונעם כת לב טהור ווערט היינט צוטאגס באטראכט ביי די אלע רעגירונגען ווי א קרימינאלע באנדע, 
און זיי האלטן א וואכזאם אויג צו זעהן פון וואו זיי באקומען געלט און שטיצע, און יעדע טראנזאקציע צו איינע פון זייערע אדער פארבינדעטע אקאונטס ווערט שטרענג נאכגעקוקט דורך די רעגירונג באאמטע. דעריבער דארף מען זיין עקסטרעם פארזיכטיג און זייער געווארנט
 נישט צו שיקן קיין שום געלט צו סיי וועלכע לב טהור פארבינדעטע, אויסער דעם וואס די געלט גייט פאר זייערע געמיינע צוועקן און העלפט זיי אנגיין מיט זייערע מעשי רשע, קען מען  דורך דעם אריינפאלן אין ערנסטע לעגאלע פראבלעמען, ממילא זאל מען זעהן צו שטיין ווייט פון אזעלכע זאכן, אויסער פאקטישע עסן קען מען יא - און מ'זאל אוודאי געבן, ווייל דאס ווייסט מען קלאר אז עס גייט פאר הונגעריגע אידן אז זיי זאלן האבן וואס צו עסן.
 
 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 3:47 pm
				דורך ווער
				אברהם דינקל
			
		
				
			
 
						- d45f2490-c10f-11ef-aff0-072ce821b6ab.jpg.jpeg (105.87 KiB) געזען געווארן 2226 מאל
 
		
		
		
			  
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 3:51 pm
				דורך הנההנם
				פאר נייגעריגקייט - וואס איז זיין עבר?
א היגער? אמעריקאנער? וואס ווען ווי?
ווי קומט דער קאץ איבער דער וואסער?
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 4:06 pm
				דורך דעת קדשי
				
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 4:07 pm
				דורך שמואל פוקס
				דאס איז דאך הגר ר' אברהם קושאני, המכונה אברהם חנא דוד קמחי.
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 4:08 pm
				דורך הנההנם
				מה זה?
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 4:29 pm
				דורך לעבער אייער
				Fwd:אויך קומט אריין באריכטן אז ווי די עסקנים ארבעטן שוין לאנג צו פאדערן פון די רוגירונג זאלן ארופ גיין אין מאכן א גרינטליכע איבערזיכט אויפן בית החיים דארט אין עס ווערט יעצט באריכטעט אז זיי ניצען אויס די צייט בשעת'ן איבערפאל און עס קומט איצט פאר מאסיווע ארבעט ביי די קברים דארט עס אויפגרובן...
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 4:33 pm
				דורך דעת קדשי
				לעבער אייער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 4:29 pm
Fwd:אויך קומט אריין באריכטן אז ווי די עסקנים ארבעטן שוין לאנג צו פאדערן פון די רוגירונג זאלן ארופ גיין אין מאכן א גרינטליכע איבערזיכט אויפן בית החיים דארט אין עס ווערט יעצט באריכטעט אז זיי ניצען אויס די צייט בשעת'ן איבערפאל און עס קומט איצט פאר מאסיווע ארבעט ביי די קברים דארט עס אויפגרובן...
 
נא חיטוטי שכבה!!!
די עסקנים לאזן דאס צו?
 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 4:36 pm
				דורך alef
				דעת קדשי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 4:33 pm
לעבער אייער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 4:29 pm
Fwd:אויך קומט אריין באריכטן אז ווי די עסקנים ארבעטן שוין לאנג צו פאדערן פון די רוגירונג זאלן ארופ גיין אין מאכן א גרינטליכע איבערזיכט אויפן בית החיים דארט אין עס ווערט יעצט באריכטעט אז זיי ניצען אויס די צייט בשעת'ן איבערפאל און עס קומט איצט פאר מאסיווע ארבעט ביי די קברים דארט עס אויפגרובן...
 
נא חיטוטי שכבה!!!
די עסקנים לאזן דאס צו?
 
גא"מ
 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 4:43 pm
				דורך לעבער אייער
				העסקן ר' אברהם גריהויט איז אנגעקומען קיין בבל
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 4:52 pm
				דורך שמואל פוקס
				מי שברך אבותינו אברהם יצחק ויעקב
הוא יברך את מו"ה רודף צדקה וחסד
ברוך השם
בעבור שנדב
$24
למען הצלת נפשות משמד
לכבוד השמחה במעונו של הרה"ג אבד"ק כנישתא חדא שליט"א
שוכן מרומים יברכהו וישמרהו מכל צרה וצוקה ומכל נגע ומחלה
וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו
ונאמר אמן
...
טייערע אידן:
אין די יעצטיגע מינוטן שפילן זיך אפ היסטארישע געשעענישן אין גואטאמאלא. די עסקנים אינאיינעם מיט די בעאמטע ארבעטן אומאויפהערליך שווער, אז זאכן זאלן געטון ווערן על צד היותר טוב. מיר דארפן האבן זכותים און מיר דארפן די ישועה פונעם אויבערשטן.
לייגט אריין אייער ברייטהארציגע נתינה פאר צדקה, פארן רב שליט"א, אז עס זאל זיין לזכות די אקציעס וואס קומען אצינד פאר אין די מרחקים, אזוי אז זאכן זאלן געפירט ווערן דארט אויפן ריכטיגן און בעסטן אופן
די לינק וואו אריינצוווארפן געלט:
https://www.dryveup.com/mission/78382  
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:04 pm
				דורך מסתמא
				alef האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 4:36 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 4:33 pm
לעבער אייער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 4:29 pm
Fwd:אויך קומט אריין באריכטן אז ווי די עסקנים ארבעטן שוין לאנג צו פאדערן פון די רוגירונג זאלן ארופ גיין אין מאכן א גרינטליכע איבערזיכט אויפן בית החיים דארט אין עס ווערט יעצט באריכטעט אז זיי ניצען אויס די צייט בשעת'ן איבערפאל און עס קומט איצט פאר מאסיווע ארבעט ביי די קברים דארט עס אויפגרובן...
 
נא חיטוטי שכבה!!!
די עסקנים לאזן דאס צו?
 
גא"מ
 
המממ.... בעפאר דו ווערסט אזוי צושוידערט להוי ידוע אז סאיז דא א אידישע אופן פון טון די ענינים ווען עס איז דא א שטארקע צורך. ויותר מזה, בכדי צו פארשפארן דעם רציחה מקום פעלט זיך אויס גענוג און קראנטע באווייז אויף רציחה וכו’ קענסט זיין רואיג אז גארנישט ווערט נישט געטון אן קיין רבנישע הוראה.
 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:12 pm
				דורך משה שפילמאן
				מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 5:04 pm
alef האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 4:36 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 4:33 pm
נא חיטוטי שכבה!!!
די עסקנים לאזן דאס צו?
 
גא"מ
 
המממ.... בעפאר דו ווערסט אזוי צושוידערט להוי ידוע אז סאיז דא א אידישע אופן פון טון די ענינים ווען עס איז דא א שטארקע צורך. ויותר מזה, בכדי צו פארשפארן דעם רציחה מקום פעלט זיך אויס גענוג און קראנטע באווייז אויף רציחה וכו’ קענסט זיין רואיג אז גארנישט ווערט נישט געטון אן קיין רבנישע הוראה.
 
אט אזוי
הוי את כל 
אדם לכף זכות!
איי לב טהור? זיי זענען נישט בכלל אדם!! 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:19 pm
				דורך הרב ותלמידו
				סאלי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 11:38 am
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 11:27 am
טראפקעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 11:22 am
מ'האט געכאפט אלע באהאלטענע פרויען?
 
ניין
 
וויפיל פין די 8 האט מען יא געטראפן?
 
2 פון די 8 פרויען
 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:22 pm
				דורך לעבער אייער
				הרב ותלמידו האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 5:19 pm
סאלי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 11:38 am
וויפיל פין די 8 האט מען יא געטראפן?
 
2 פון די 8 פרויען
 
דאכט זיך אז פיר אבער די קלארע נאמבערס וועט מען מוזן ווארטן פאר הרב בלום
 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:27 pm
				דורך מעלבער
				דאס קומט פון גואטטמאלע באריכטן אויף טוויטער.
איינער דארף אריינקומען קלאר וואס די מצב איז...
ווארענונג, בילדער פון אן אויפגעגראבענע קבר פון א קינד!! קשה לצפיה
► Show Spoiler
			
		
				
			
 
						- Gq7zT5GXQAAzu-G.jpg (740.99 KiB) געזען געווארן 1362 מאל
 
		
		
		
			 
			
		
				
			
 
						- Gq7wfMPXsAArJvg.jpg (580.09 KiB) געזען געווארן 1362 מאל
 
		
		
		
			  
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:29 pm
				דורך שמואל פוקס
				
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:30 pm
				דורך Azoi Tzi Zugen
				שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 5:29 pm
אוי אוי אוי אוי אוי...
 
 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:31 pm
				דורך גארנישט
				שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 5:29 pm
אוי אוי אוי אוי אוי...
 
וואס זעסטו?
איך פארשטיי דאך נישט וואס איך זע בכלל..
 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:32 pm
				דורך יאנטשי
				ביטע אראפנעמען די בילדער, (אדער כאטש אין א ספוילער)...
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:36 pm
				דורך פרייליכער איד
				גארנישט האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 5:31 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 5:29 pm
אוי אוי אוי אוי אוי...
 
וואס זעסטו?
איך פארשטיי דאך נישט וואס איך זע בכלל..
 
איך זע אז סאיז קליין טראכט אליין ווואס מיינט
 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:37 pm
				דורך גארנישט
				@מעלבער ש'כח פארן זיך רעכענען מיט אידישע געפילן
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:38 pm
				דורך קרישקע
				פרייליכער איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 5:36 pm
גארנישט האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 5:31 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 5:29 pm
אוי אוי אוי אוי אוי...
 
וואס זעסטו?
איך פארשטיי דאך נישט וואס איך זע בכלל..
 
איך זע אז סאיז קליין טראכט אליין ווואס מיינט
 
קענסט דאס טרעפן אין נוא דזשערסי ביה"ח אויכט.
 
			 
			
					
				Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
				געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 5:38 pm
				דורך לאגיק
				נישט קיין אהנונג פארוואס די עסקנים אפילירטע ניקס מיינען אז אזא איבערפאל איז אן עקסייטינג זאך, קינדער ווערן טראומאטיזירט פאר'ן לעבן פון אזא איבערלעבעניש. ביטע ענטפערט מיר נישט מיט קיין שום זאך וואס לב טהור טוט, ס'איז נישט נוגע.