בלאט 18 פון 28

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 1:47 pm
דורך דער תהלים איד
מרנן הגאב"ד דירושלים עיה"ק ובית דינו הצדק זענען נארוואס ארויס מיט א הייסע רוף לקראת דעם מעמד הגדול "זעקת הגולה"

הרעישו שמים וארץ - זעקת הגולה - גיוס - אלול פ''ד - מעומד.jpg
הרעישו שמים וארץ - זעקת הגולה - גיוס - אלול פ''ד - מעומד.jpg (755.52 KiB) געזען געווארן 1575 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 8:10 pm
דורך דער תהלים איד
סאטמאר מאנטרעאל טוט יעצט צום זאך!

מען העלפט ראטעווען נשמות ישראל משמד הציוני.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 8:12 pm
דורך יורה דעות
וואס קען מען יעצט טון?
יעדער מוז דאך גיין.

#סתם נייגעריג

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 9:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מקען באקומען א פטור.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 9:42 pm
דורך אנדערער
מהודר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 3:11 pm קובי בורנשטיין חושף ב'משפחה': אחת מהחסידויות הגדולות והמרכזיות באגודת ישראל הגיעה לדיל עצמאי בנושא הגיוס. בפגישה עם נציגי משרד הביטחון סוכם שהחסידות תשלח 250 שוטרים שיתגייסו למשטרה דרך הצבא, ובתמורה - שאר צעירי החסידות לא יקבלו צווים
וועלכע חסידות?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 10:22 pm
דורך יורה דעות
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 9:06 pm מקען באקומען א פטור.
יעדער?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 10:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
יורה דעות האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 10:22 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 9:06 pm מקען באקומען א פטור.
יעדער?
מיט די ריכטיגע פעולות...

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:20 am
דורך דער תהלים איד
*יהודה שלזינגר:* פרסום ראשון.
כישלון גיוס החרדים: נציג צה"ל בדיון סגור - קרוב ל 3000 צווים נשלחו, פחות מעשרה אחוזים התייצבו.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:30 am
דורך דער תהלים איד
יורה דעות האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 8:12 pm וואס קען מען יעצט טון?
יעדער מוז דאך גיין.

#סתם נייגעריג

די וואס מען רופט יעצט זיך מגייס זיין, איז נישטא קיין אנדערע עצה דערווייל ווי פשוט "נישט גיין".

מרכז עזרה קומט אריין ווען ס'ווערט שוין נוגע למעשה. דאס הייסט מען וויל שוין איינעם ארעסטירן ח"ו, אדער איינער ווייסט אז ער האט א צו מעצר און ער וויל ארויספארן, אדער איינער וואס האט זיי יא אונטערגעשריבן עפעס און ער וויל זיך ארויסווישן, אא"וו.

די לעצטע פאר וואכן איז דער אפיס ממש איבערגעשטאפט, יעדער מיט זיינע פראבלעמען, און אויסער דעם איז יעדן טאג דא קאורטס (מען שיקט מיר אביסל אפדעיטס אבער ליידער האב איך נישט די צייט צו ליינען און איבערשרייבן אלעס)

דא זענען 2 טיפישע בילדער פון דעם זונטאג נאכט:

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:51 am
דורך יורה דעות
Wow!

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 7:23 pm
דורך דער תהלים איד

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 6:23 pm
דורך דער תהלים איד
א דראמאטישע רעטונג אקציע איז פארגעקומען מאנטאג, ווען דער מרכז עזרה ויעוץ האט באקומען א אלארמירנדע בקשה איבער א בחור וואס איז ארעסטירט געווארן דורך די מיליטערישע פאליציי און ער שמאכטעט איינזאם אין טורמע רח"ל.

בדרך לא דרך האט זיך רבי שמעון שישא אריינבאקומען אין טורמע, און אינצווישן האט אויסגעפעלט עמערדזשענסי אריינצופירן דעם בחור אין שפיטאל אריין פאר באהאנדלונגען.

די טורמע האט אים געשיקט אין שפיטאל פארבינדן די הענט און די פיס מיט קייטן, אונטער באגלייטונג פון א צה"ל סאלדאט.

ביים שפיטאל האט רבי שמעון שוין געקענט געהעריג אריינגיין, מיט באגלייטער, און שפעטער אויך דער לויער. מען האט געגעבן פאר'ן בחור וויכטיגע הדרכות וויאזוי זיך אומצוגיין און באקומען די ריכטיגע הילף וכו', רעדנדיג צו אים אויף אידיש וואס דער סאלדאט האט נישט פארשטאנען ב"ה כאטש ער האט נישט אוועקגעטרעטן פון אים...

ב"ה אויף דינסטאג איז דער בחור געווען אינדערהיים, מיט א פטור פון מיליטער.

ברוך מתיר אסירים.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 6:47 pm
דורך פליט
IMG_20240912_014546_250.jpg
IMG_20240912_014546_250.jpg (133.82 KiB) געזען געווארן 1147 מאל
די קאווער פון די המודיע פאר מארגן אין מדינת ישראל.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 2:20 pm
דורך Headquarters
פראטעסט ה שופטים אין מאנהעטן קעגן גיוס


Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 6:25 pm
דורך דער תהלים איד
דער המודיע באריכטעט אז בקרוב גייט מען דורכפירן א חוק הגיוס וואס וועט לעזן דעם יעצטיגן מצב

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 6:27 pm
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 6:25 pm דער המודיע באריכטעט אז בקרוב גייט מען דורכפירן א חוק הגיוס וואס וועט לעזן דעם יעצטיגן מצב

דער פלאן זעט אויס גאנץ פיין, די רעגירונג גייט אפיציעל אנערקענען אין לימוד התורה אלס א שירות וערך.


עס האר 2 'פיצי' פראבלעמען:

1. ס'איז נישטא קיין רוב פון 61 חברי כנסת המינים פאר אזא חוק

2. אפילו עס זאל יא אדורכגיין, וועט עס דער בג"ץ פסל'ען אן קיין פראגעס

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 8:13 pm
דורך דעת קדשי
יעצט ווען טויזענעטער בחורים שטעלן זיך נישט צום לשכת הגיוס גייען אלע חתנים באקומען געלט פין קופת מלביש ישע?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 10:39 am
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 6:27 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 6:25 pm דער המודיע באריכטעט אז בקרוב גייט מען דורכפירן א חוק הגיוס וואס וועט לעזן דעם יעצטיגן מצב

דער פלאן זעט אויס גאנץ פיין, די רעגירונג גייט אפיציעל אנערקענען אין לימוד התורה אלס א שירות וערך.


עס האר 2 'פיצי' פראבלעמען:

1. ס'איז נישטא קיין רוב פון 61 חברי כנסת המינים פאר אזא חוק

2. אפילו עס זאל יא אדורכגיין, וועט עס דער בג"ץ פסל'ען אן קיין פראגעס

וכך הוה... עס ווערט שוין זייער קלאר אז דער חרדי'שער חוק הגיוס פלאן גייט ארויף אין פלאמען נאך פאר'ן געבוירן ווערן, טראץ א סטראשע פון די חרדים אז ס'דארף געשען בעפאר ר"ה:

Off Topic
קרני ב׳ידיעות׳: למרות הבטחת נתניהו לחרדים ולמרות האיומים של גולדקנופף, יולי אדלשטיין וגלנט מתכוונים ללכת על הראש של החרדים ולקדם חוק גיוס מקביל שאינו מקובל עליהם.

עוד מקרני ב׳ידיעות׳: יולי אדלשטיין אומר למקורביו כי הוא לא ייכנע ללחצים של יהדוה״ת ושל רה״מ. יולי אמר לחברי הוועדה: ״הדיונים על החוק יימשכו כרגיל, אל תתרגשו מכל רעשי הרקע״.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 6:19 pm
דורך דער תהלים איד
די לעצטע פאר טעג זענען געווען גאר גאר איבערגעשטרענגט פאר די עסקנים, און מערערע ארעסטן זענען ליידער דורכגעפירט געווארן אין לופטפעלד.

דער מרכז עזרה ויעוץ בעט מען זאל מתפלל זיין פאר די נעמען וועלכע שמאכטן אצינד אין מיליטערישע טורמע, מען זאל מצליח זיין זיי צו העלפן און באפרייען:

יוסף בן נאוה - ארעסטירט געווארן נעכטן אין לופטפעלד
יוסף חיים בן ברוריה (מזרחי)
יוסף בן אסנת (קארו) - פאר'משפט געווארן אויף 20 טעג אין טורמע ל"ע
ישעי' בן מזל (שעניאק)
שמואל אליעזר בן גרא
פנחס מנחם בן אהובה ליבא (פעלער - מקהילת גור)
נתן בן עידית (אלטר)

המקום ירחם עליהם ויוציאם!

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:42 pm
דורך דער תהלים איד
ביטע מתפלל זיין פאר:

ישראל צמח דוד בן שולמית (משפחת מלכה)

ער איז ארעסטירט געווארן אין לופטפעלד, און געווארן פאר'משפט אויף 14 טעג אין פינסטערע מיליטערישע טורמע. דער מרכז ארבעט שווער אים ארויסצוזען וואס פריער.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 10:01 am
דורך דער תהלים איד
אוי וויי. לאמיר האפן אז דאס איז נישט אמת:


*יואלי ברים:* פרסום ראשון: במשרד הביטחון מקיימים מגעים מול חסידות בעלזא לגיוס כמאתיים בחורים מהחסידות למשטרה ולצה"ל, כשעל פי גורמים בכירים בחסידות התמורה היא הסכמה לפטור משירות צבאי לשאר אלפי החסידים. הפרטים:

הרב אלייקים שטארק, מקורבו של האדמו"ר מבעלז, השתתף בשיחות שהתקיימו בחודש האחרון עם דמויות במשרד הביטחון, עם אנשי גלנט ועם גורמים מהחטיבה החרדית החדשה בצה"ל. גורמים בכירים בחסידות המעורים בפרטי השיחות חושפים בפנינו כי הייתה הבנה לא כתובה בין הצדדים לקיומו של דיל, לפיו - תמורת גיוס קבוצת צעירים מהחסידות – שאר בני החסידות בגיל גיוס, אלפים במספר, יקבלו פטור מגיוס לצה"ל.

כזכור, חשפנו לפני שבועיים בגל"צ כי דיל דומה גובש מול חסידות גור - הפרסום טרפד את התקדמותו.

במשרד הביטחון מאשרים לנו שאכן התקיימו מגעים מול מספר חסידויות אך קובעים - לא הוצע לבעלזא דיל שכולל הסכמה לפטור מגיוס. שוב, לטענת נציגים מהחסידויות המעורים בשיחות - לא תהיה הסכמה לגיוס צעירים, ללא תמורה ממשית וברורה

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 3:01 pm
דורך דער תהלים איד
פאזיטיווע נייעס: דער בחור יוסף בן חי' שרה אדרי, וואס האט זיך נעבעך אפגעליטן א לאנגע תקופה פון גאר שווערע אומשטענדן פיזיש און גייסטיש, זיצענדיג אין תפיסה פאר איבער 20 טעג וואו ער איז דורכגעגאנגען שווערע דרוק ווען מ'האט אים פרובירט צו משכנע זיין אויף אלע וועגן אז ער זאל זיך רעקרוטירן ח"ו, איז שוין ב"ה אויף דער פריי און האט נעכטן געפראוועט א פרייליגער לחיים אין די אפיס פון מרכז עזרה ויעוץ! הודו לה' כי טוב
20240922_210604.jpg
20240922_210604.jpg (170.23 KiB) געזען געווארן 512 מאל

און אין א חודש ארום ווילן זיי ארויפלייגן אויף אים א קנס, דאס קומט נאך וואס זיי האבן קלאר געזאגט אז זיי וועלן נישט בעטן קנס, מ'האפט אז בעז"ה מיט די פעולות פונעם לויער וועט ער דאס אויך נישט דארפן צאלן.

בילדער פונעם לחיי-ם


ער האט דערביי געברענגט א שיינעם משלוח מנות... זיך צו אויסדרוקן זיין הכרת הטוב פאר רבי שמעון און די גאנצע מרכז אפיס!

עס האט אנטהאלטן א הערליכע מתנה, א "זייגער", זינט מען ארבעט דא "רונדע דעם זייגער"...
20240922_204922.jpg
20240922_204922.jpg (163 KiB) געזען געווארן 512 מאל

אבער די ארבעט אויף זיין קעיס איז נאכנישט אינגאנצן פארטיג.

די רשעים רופן אים צוריק צו א משפט צו לייגן א "קנס", ווייל ער האט געהאט צוגעזאגט ביים ארויסגיין פון טורמע אז ער גייט נישט בעטן פאר א פטור פון מיליטער... און ער האט עובר געווען דערויף ב"ה... ממילא ווילן זיי לייגן א שווערן קנס, און דער לויער וועט עס אי"ה ארבעטן צו אויספייטן.

*

אין די זעלבע צייט איז דער אפיס איבערגעשטאפט יעדע נאכט, עס איז פארנומען מיט קעיסעס ווי קיינמאל בעפאר.

דאס איז פון נעכטן נאכט, נאר אין איינע פון די ווינקלען אינערהאלב די אפיסעס:
20240922_211352.jpg
20240922_211352.jpg (117 KiB) געזען געווארן 512 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:32 pm
דורך דער תהלים איד
אויסנאם שארפע בריוו ערשינען פון די ליטווישע מנהיגים, הגאון רבי דוב לאנדא און הגאון רבי משה הלל הירש, אז קיין שום בחור זאל זיך נישט אונטערגעבן צו גיין אין מיליטער ח"ו, נאר זיך בכלל נישט שטעלן.

זיי זאגן אז אויב וועט א בחור ארעסטירט ווערן, וועט דער גאנצער עולם הישיבות זיך גיין שלאגן!

רבי דוב לנדאו.jpg
רבי דוב לנדאו.jpg (552.87 KiB) געזען געווארן 454 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 1:34 pm
דורך דער תהלים איד
אברהם פריינד: בחורי ישיבות שקיבלו צווי גיוס בתקופה האחרונה מדווחים על עליית מדרגה בלחץ הצבא בכדי לגרום להם להתגייס לצה"ל. אותם בחורים מספרים בין היתר על עשרות שיחות שמתקבלות בתדירות יום יומית ממנהלת החרדים בקריאה להצטרפות למגוון מסגרות 'חרדיות'.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 1:35 pm
דורך דער תהלים איד
א דוגמא פון איינע פון די מעסעדזשעס וואס בחורים באקומען טעגליך