בלאט 18 פון 28
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 10:47 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אן 88 יעריגער פון מאנטאנא איז געווארן פאראורטיילט צו 2 יאר טורמע נאכן זיך דערקלערן שולדיג אין אפווארטן און העלפן אנטלויפן פארשוין וועלכע האט דורכגעפירט צוויי באנק רויבערייען
סטיווען ווייסוואלקן וועט פארברענגן אין טורמע ביז די 90 ווען ער וועט ווערן ארויסגעלאזט אבער זיך דארפן געפונען אונטער אויפזיכט ביז די 93.

- JK,LIUL.jpg (13.77 KiB) געזען געווארן 794 מאל
@הכל הבל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 11:10 pm
דורך Spa 42
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 23, 2024 6:38 pm
א פאליציי אפיציר האט זיך נעכטן געאיילט צו א ביעטש אין קאנעטיקוט נאכן הערן היסטערישע געשרייען פון יענע ריכטונג
אנקומענדיג אהין האט ער באוויזן אפצוהאלטן אין די לעצטע מינוט די פלענער פון א פאטער וועלכע איז אהינגעקומען דערטרונקען זיינע צוויי קינדער וועלכע זענען נאך אונטער 3 יאר אלט.
5Y5EU6.jpg
@הכל הבל
די משפחה קומט פון ניו יארק סיטי.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מאנטאג יוני 24, 2024 10:17 am
דורך שאינו יודע לשאול
א בריק איז איינגעפאלן אין סאוט דעקאטע.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דינסטאג יוני 25, 2024 1:01 pm
דורך Spa 42
א הייקער וואס איז געווען פארלוירן אין א וואלד אין צפון קאליפארניע איז אפגעפונען געווארן נאך 10 טעג אין א געזונטע צושטאנד.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 10:00 am
דורך שאינו יודע לשאול
לינקע חמורים האבן אריינגעגעבן א לאוסוט אין געריכט אנטקעגן לוזיאנא'ס נייע געזעץ וואס פאדערט צו אויפהענגען די עשרת הדברות אין סטעיט שולעס.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 4:17 pm
דורך ווער
וויקיליעקס גרינדער דזשוליען אסאנדזש איז אנגעקומען אהיים קיין אוסטראליע, נאכ'ן זיך דערקלערן שולדיג אויף קלאגעס אינטער אן אפמאך
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך יוני 26, 2024 8:43 pm
דורך מיילעך פריילעך
אויפגעטוהן זיין תפקיד און געגאנגען.
קעווין א הינטל אין איידעהא האט פארלאזט די וועלט בלויז דריי טעג נאכן ערייכען זיין לעבנס חלום פון באקומען די גינעס רעקארד פאר די העכסטע הינט אויף די וועלט.
שטייענדיג אויף די אונטערשטע פירשטן האט ער זיך געמאסטן אויף 7 פיס.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:42 am
דורך שאינו יודע לשאול
נאסא האט אויסדערוועלט און געשריבן א 834 מיליאן דאלערדיגע קאנטראקט מיט ספעיסעקס, די פירמע פון עלאן מאסק, צו צושטערן די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע (ISS) אויף א פארזיכערטן אופן, ווען עס לויפט אויס פון סערוויס ארום אנפאנג יארע 2030.
ספעיסעקס וועט בויען א ספעציעלע וויהיקעל וואס וועט קאנטראלירן און אנצייגן פאר די ISS ווי צו גיין און עס וועט ווערן צושטערט אויף א קאנטראלירטן אופן אינעם פאציפישן אקעאן פארמיידענדיג עס פון אראפקראכן אויף דער ערד און אנמאכן חורבנות.
די ISS איז שוין אין דינסט זינט 2000.

- 20240627_101604.jpg (155.48 KiB) געזען געווארן 622 מאל
@ישראל_הלוי
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:15 am
דורך שאינו יודע לשאול
וועימא, די פילאטלאזע טעקסי פירמע , האט אנגעהויבן אננעמען טריפס אין סאן פראנציסקא, קאליפארניע פיר יאר נאכן אנהייבן אפערירן אין פיניקס, אריזאונע. די פירמע באלאנגט פאר גוגל.

- unnamed (82).jpg (326.58 KiB) געזען געווארן 608 מאל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 27, 2024 3:29 pm
דורך ווער
מער ווי 400 אימיגראנטן זענען אריין געקומען קיין אמעריקא די לעצטע דריי יאר מיט הילף פון אן אייסיס-אפיליאירטע שמאגלן נעטווארק
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: פרייטאג יוני 28, 2024 10:23 am
דורך שאינו יודע לשאול
א גאר קלאסיפיצירטע סארט סובמארין פונעם אמעריקאנע מיליטער וועלכע זעהט אויס ווי א שארק פיש איז אויפגעכאפט געווארן אויף גוגל מעפס שווימען נעבן קאליפארניע.

- unnamed (5).png (327.68 KiB) געזען געווארן 570 מאל
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: פרייטאג יוני 28, 2024 11:21 am
דורך שאינו יודע לשאול

די סופרים קאורט האט געאורטיילט אין א 6 קעגן 3 רולינג אקעגן די יוסטיץ דעפארטמענט'ס באנוץ פון אבסטראקשען אקעגן יאנואר 6 קעפיטאל געביידע פארלעצער. הונדערטער ארעסטירטע פון דעמאלטס וועלן פרייגעלאזט ווערן. עס קען אויף האבן אן אימפאקט אויף די טראמפ קעיס.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: פרייטאג יוני 28, 2024 2:29 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 28, 2024 11:21 am

די סופרים קאורט האט געאורטיילט אין א 6 קעגן 3 רולינג אקעגן די יוסטיץ דעפארטמענט'ס באנוץ פון אבסטראקשען אקעגן יאנואר 6 קעפיטאל געביידע פארלעצער. הונדערטער ארעסטירטע פון דעמאלטס וועלן פרייגעלאזט ווערן. עס קען אויף האבן אן אימפאקט אויף די טראמפ קעיס.
שוין די צווייטע דעבאטע וואס טראמפ געווינט....
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 10:49 am
דורך טיפע טאשן
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 28, 2024 11:21 am

די סופרים קאורט האט געאורטיילט אין א 6 קעגן 3 רולינג אקעגן די יוסטיץ דעפארטמענט'ס באנוץ פון אבסטראקשען אקעגן יאנואר 6 קעפיטאל געביידע פארלעצער. הונדערטער ארעסטירטע פון דעמאלטס וועלן פרייגעלאזט ווערן. עס קען אויף האבן אן אימפאקט אויף די טראמפ קעיס.
ווי מאכט עס יעצט אויס נאכדעם וואס די משפחות זענען חרוב און טראמפ סעפארטערס זענען געווארן אראפגעמאלן ווי פארברעכער פאר אפאר יאר
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 10:51 am
דורך שאינו יודע לשאול
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 10:49 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 28, 2024 11:21 am

די סופרים קאורט האט געאורטיילט אין א 6 קעגן 3 רולינג אקעגן די יוסטיץ דעפארטמענט'ס באנוץ פון אבסטראקשען אקעגן יאנואר 6 קעפיטאל געביידע פארלעצער. הונדערטער ארעסטירטע פון דעמאלטס וועלן פרייגעלאזט ווערן. עס קען אויף האבן אן אימפאקט אויף די טראמפ קעיס.
ווי מאכט עס יעצט אויס נאכדעם וואס די משפחות זענען חרוב און טראמפ סעפארטערס זענען געווארן אראפגעמאלן ווי פארברעכער פאר אפאר יאר
אסאך זיצן נאך יעצט.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 8:15 pm
דורך מיילעך פריילעך
אריזאנע קאלטע-טיי פירמע אייגענטימער זאגט אז זיי האלטן זיך צו ¢99.
מיר זענען סעקסעספול, מיר האבן נישט קיין חובות, פארוואס דארפן מיר הייבן די פרייז פאר אונזער קאנסומער ווען זיי מיטשענען זיך.
די צוגאנג וואלט ווען געמעגט זיין מער פאפולער.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 8:25 pm
דורך מיילעך פריילעך
א געריכט האט אפגעווארפן א פארלאנג פון א גרופע מענטשן וועלכע ווילן בלאקירן דזשאנסאן ענד דזשאנסאן איבער פיילן באנקראפטירונג אין ניו דזשערסי נישט ווילענדיג אויסשטיין א לאוסוט איבער איר אדורכגעפאלנע קינדער פוידער וועלכע האט געקאסט עטליכע לעבנס.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 10:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
היינט מאנטאג איז אריין אין קראפט א פופצן פראצענטיגע העכערונג אויף רייזעס אין די ניו דזשערזי טראנזיט סיסטעם, וואס נעמט אריין צענדליגע באן ליניעס און באס רייזעס לענגאויס ניו יארק און ניו דזשערזי.אין די לעצטערע טעג איז פארגעקומען מערערע פראטעסטן און גרויסע ראליס דורך רייזנדע, וואס האבן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט אויף די העכערונג פלאן, אבער די סטעיט טראנזיט באאמטע זאגן אז זיי האבן נישט קיין צווייטע אויסוואל, אויסער העכערן די פרייז און אריינברענגען מער געלט צו פינאנצירן די טראנזיט סיסטעם.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מאנטאג יולי 01, 2024 10:59 pm
דורך מיילעך פריילעך
א קליינע פליגער וואס האט געפירט א פאמיליע פון אפסטעיט ניו יארק קיין אטלאנטא דזשארדזשיע, האט אראפגעקראכט העכער די מאסאנוויל געגנט אין ניו יארק, פון וואס אלע פינף פאסאדזשירן זענען אומגעקומען אויפן פלאץ.
די פאמיליע וואס האט געוואוינט אין דזשארדזשיע זענען געפארן אויף א אויספלוג מיט א פריוואטע פליגער, ארום צוויי אזייגער זונטאג נאכמיטאג האבן זיי זיך געהויבן פון די לופטפעלד אין וואנוואטע ניו יארק אויפן וועג אהיים קיין אטלאנטא דזשארדזשיע, און געציילטע מינוט דערויף האט די פליגער געקראכט אומברענגענדיג אלע פאסאדזשירן.
די ניו יארק סטעיט פאליציי מיט נאך א רייכע עמערדזשענסי אגענטורן האבן געזוכט די פליגער א שטיק צייט, ביז זיי האבן עס געפונען אין טאון אוו מאסאנוויל אין אפסטעיט ניו יארק, וואס איז ארום דריי שעה צו פארן פון ניו יארק סיטי.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 11:42 am
דורך שאינו יודע לשאול
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 11:43 am
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 03, 2024 11:42 am
א ווילדע פאליס טשעיס האט זיך נעכטן אפגעשפילט אין לאס אנזשעלעס נאך א פארשוין אין א גע'גנב'עטע באס. דער גנב האט געדרייווט ווילד און אינעם פארקערטן ריכטונג. די פאליציי האט אפגערופן דעם טשעיס צוליב זיכערהייט זארגן און אים נאכגעפאלגט פון די לופט. נאך א האלבע שעה איז דער פארשוין אריינגעלאפן אין א האום דיפאט געשעפט וואו די פאליציי האט אים ארעסטירט.
די פולע ווידיאו.
viewtopic.php?p=103753#p103753
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 12:36 pm
דורך פשוט און גראד
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 8:25 pm
א געריכט האט אפגעווארפן א פארלאנג פון א גרופע מענטשן וועלכע ווילן בלאקירן דזשאנסאן ענד דזשאנסאן איבער פיילן באנקראפטירונג אין ניו דזשערסי נישט ווילענדיג אויסשטיין א לאוסוט איבער איר אדורכגעפאלנע קינדער פוידער וועלכע האט געקאסט עטליכע לעבנס.
קרעזי
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:54 pm
דורך Spa 42
א שיסעריי אין אילינויס האט איבער געלאזט צוויי פרויען טויט און 3 קינדערלעך פארוואונדעט.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:20 pm
דורך מיילעך פריילעך
פייער-לעשער פלאגן זיך צו באקומען קאנטראל אויף א ריזן וואלדפייער וועלכע פלאקערט אין צפון קאליפארניע און האט שוין ביז אהער געצווינגען איבער 13,000 מענטשן צו עוואקואירן. די פייער ברענט ארום 70 מייל אוועק פונעם שטארק באוואוינטער שטאט סעקראמענטאו.
Re: נייעס אין אמעריקע
געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 10:01 am
דורך שאינו יודע לשאול
באואיננג האט געגרייכט א אפמאך מיט פעדעראלע פראסעקיוטער זיך צו דערקלערן שולדיג אויפן זאגן ליגנט פאר די רעגירונג נאך די צוויי טויטליכע עראפלאן קראכן, ביידע 737'ס. די אפמאך נעמט אריין א שטראף פון 487.2 מיליאן, און א פארפליכטונג צו אינוועסטירן א מינומום פון 455 מיליאן דורכאויס די קומענדיגע דריי יאר אינעם געביט פון סעפטי.