1) העסקן ר' יונה טורצין איז די לעצטע פאר חדושים געווען אין בי"ד כמה פעמים איבער צו שמועסן די פלענער איבער ל"ג בעומר תשפ"ד ער האט באקומען הדרכה אין יעוץ פון די חברי הבד"ץ שליט"א וויאזוי ווייטער צו טוען
צווישן אנדערע האבן עם עטליכע חברי הבד"ץ שליט"א פארלאנגט פון עם אז ער זאל ווייטער אבייטן מיט אלע סארטן פעלות אזוי ווי מהאט געארבייט פאריאר אז ל"ג בעמר די יאר זאל אויך זיין בקדושה ובטהרה אזוי ווי די פארגאנגענע יאר
2) עטליכע וואכן פאר ל"ג בעומר ווען עס האט אנגעהויבן צו קומען פארשידינע שמעות אז די שלוחים פון די מדינה גרייטן זיך צו דינגען בחורים מיט יונגערלייט זאל דינען אלטס פארדארבענע מוסרים
האבן די געטרייע עסקנים פון אש דת איבער געדרייעט א וועלט אין געטוען אלעס אז דאס זאל ח"ו נישט פאסירן
ווען אין א געוויסע מצב האט אויסגעזעהן אז די קליפה האט זיך געבראכן איז זיי וועלן נישט נעמען קיין היימישע מוסרים
די עסקנים האבן אבער נישט געהויבן הענט נאר געווארנט דעם ציבור אז אפילו עס זעהט לע"ע אויס אז די פלאן איז אראפ פון טיש אדארף מען אבער זיין גרייט טאמער ח"ו זיי וועלן יאר דורך פירן זייער פלאן
3) עטליכע וואכן פאר ל"ג בעומר ווען ר' יונה איז געווען אין בי"ד האבן עם די חברי הב"ד שליט"א געפרעגט צו ער ווייסט וואס די פלאן מיט די מוסרים זענען
האט ער געענטפערט אז די ציונים זאגן אז זיי זענען אראפ פון די פלאן אבער די עסקנים נעמען נישט קיין אחריות אז זאוי וועט טאקע זיין
אין יעצט לאמיר צוקומען צו די פינקטליכע מעשה וואס האט זיך אפגעשפיעלט אין בי"ד יענעם טאג
די לעצטע מאל וואס ר' יונה איז געווען אין בי"ד פאר ל"ג בעומר איז פאר ער איז אריין צו די חברי הבי"ד האט איינער פון די איינגעשטעלטע עסקנים אין בי"ד געזאגט פאר ר' יונה אז עס רידערט זיך פריש איבער די מוסרים אין בי"ד וויל ארויס קומען מיט א צעטל אין ער האט געבעטן ר' יונה זאל זיך פארבינדען מיט די עלטערע לאנגיעריגע עסקנים פון אש דת זיי צו פרעגן וואס זיי זאגן דערצו אין די תשובה איז צוריק געקומען קלאר אין דייטלעך אז די עסקנים האבן נישט קיין שום פראבלעם אין פון זייער זייט קען מען ארויס געבן די צעטל
ר' יונה האט דאס איבער געגעבן פאר יענעם איינגעשטעלטע עסקן אין מאיז אריין צו די חברי הב"ד
בשעת די מושב בי"ד איז נישט אויסגעקומען צו רעדן פון די נושא אין מהאט גערעדט פון אנדערע זאכן ארום מירון
ביים סוף מושב ווען עטליכע חברי הבי"ד האבן שוין געהאט ארויסגעגאנגען האט הגאון רבי יעקב מענדל יוראוויטש שליט"א זיך גענומען פארפירן אז ממוז ארויסקומען מיט א בריוו וועגן די מוסרים
דא האט זיך די איינגעשטעלטע עסקן אנגערופן פאר רבי יעקב מענדל שליט"א אז ער האט קראנטע אינפראמאציע פון יוסי דייטש אין פרוש אין זיי זאגן קלאר אז עס גייט נישט זיין קיין מוסרים
אזוי אינמיטן זיך טעהנען עפענט זיך די טיר אין שמעון שישא האט אריינגעוואקט אין זיך אנגערופן אז ער האט קראנטע אינפראמאציע פון מאיר פרוש'ס אפיס אז זיי זענען אראפ מיט די פלאן אין מדארף נישט ארוס געבן די צעטל
אין אזוי איז טאקע געבליבן אז מגייט אנגעגרייט א בריוו אבער מגייט עס נאכנישט ארויס געבן
עד כאן המעשה
סא יעצט לאמיר צוריק קומען צו דיין תגובה
שקר !!!
ער איז נישט געקומען פאדערן אין בי"ד גארנישט וועגן די בריוו
פארקערט גאר ער האט געזאגט אז סאיז נישטא קיין שום פראבלעם מיט די בריוו
נאר אנדערע האבן געהאט אפראבלעם דאס ארויס צו געבן
דאס קען זיין אז סאיז אמת
אבער די סיבה פון נישט ארויסגעבן תיקף די בריוו איז געווען ווייל ער האט געזאגט אז מזאל עס נישט ארויס געבן
אז דו ווילסט מער דיטעילס מיט אלע נעמען אפן, אדרבה. גופא דעובדא הכי הוה.
די לעצטע פאר וואכן בעפאר ל"ג בעומר איז הרה''ח ר' יודא לייב פראנק ארויף געקומען צו בית דין עטליכע מאל, ארויף ברענגען די סכנה אויף הר הקודש מירון, בנוגע די הפקעה בכללות און די סדר ההילולא בפרטות.
בתוך הדברים האט ער ארויף געברענגט פאר בית דין אז אין די דאקומענטן פון די ועדה וואס האט דן געווען איבער מירון שרייבן זיי אז מ'זאל נעמען "היימישע" סדרנים וסדרניות וואס זאלן ארבעטן מיט די פאליציי. אזוי אויך האט ער געברענגט דאקומענטן וואס שטייט אז די סדרנים וועלן זיין דארט פון פאר שבת (לעצטע יאר איז אויך געווען א גאנצע נידון וועגן היימישע סדרניות, וואס בית דין האט גע'אסר'ט ווייל ס'איז בגדר שירות לאומי, און טאקע בשעתו האבן אויך געוויסע געוואלט אפהאלטן דעם מודעה).
עכ''פ לעניננו, די אנדערע עסקנים (אש דת, וואטעווער) האבן א גאנצן צייט גע'טענה'ט פאר בית דין אז ס'גייט נישט זיין קיין שום היימישע סדרנים וואס וועלן ארבעטן מיט די פאליציי. למעשה, קומענדיג נענטער צו ל"ג בעומר איז געקומען מער און מער קלאנגען אז ס'איז דא בחורים וואס געבן איבער פאר די פאליציי ווער ס'ברענגט אריין אין מירון עסן און טרינקען פאר הכנסת אורחים.
דעמאלס, אין די וואך בעפאר ל"ג בעומר, איז הרה''ח ר' יודא לייב פראנק נאכאמאל ארויפגעקומען צו בית דין בראשות פון א משלחת ובתוכם הרב ר' שמעון שישא, און פארגעלייגט פאר בית דין אז ס'איז דא קלאנגען אויף געדינגענע ישיבה בחורים וואס ארבעטן מיט פאליציי, וואס דאס איז בגדר שירות לאומי, און בית דין האט געשריבן א מכתב מחאה. פלוצלינג אינדערמיט, אזוי יענער עסקן וועמען דו דערמאנסט אנגעקומען צו בית דין (ווער האט אים געמאלדן אז עפעס טוט זיך דא איז נאכנישט קלאר), און אנגעהויבן א טענהריי אז ס'איז נישט אמת, דער גאנצער פלאן פון בחורים איז שוין לאנג אראפ פון טיש. אז ס'איז געווארן א וויכוח מיט יענעם, האט איינער פון די אנוועזנדע מציע געווען מ'זאל אנרופן יוסי דייטש אליינס, האט מען אזוי געטון, אבער ווי ס'שיינט האט אש דת אים שוין געהאט אנגעזאגט אז ער דארף לייקענען, און ער האט געענטפערט אז ס'נישטא אזא זאך בכלל...
אבער די עסקנים פון בי"ד האבן גע'טענה'ט אז ס'איז דא קלארע עדויות אז די זאך גייט אן (א זאך וואס איז שוין היינט נישט בגדר ספק בכלל), האט הגאון הרב אולמאן שליט"א געבעטן אז מ'זאל ברענגען בילדער ווי די בחורים רעדן מיט פאליציי. אבער ליידער האט מען נישט געהאט בנמצא אזעלכע בילדער, (די עסקנים האבן נישט די קעמרעס אין מירון וואס אש דת האט...) האט הרב אולמאן געזאגט אז הרב שמעון שישא זאל נעמען דעם בריוו און ער זאל עס דערווייל נישט מפרסם זיין, ביז עס ווערט מבורר אז אש און יוסי דייטש זאגן נישט אמת.
ליידער וואס ס'האט זיך אפגעשפילט דאנערשטאג און פרייטאג עש"ק אין מירון ווען די פאליציי האבן געהאט קלארע אינפארמאציע אויף יעדן הויז פון בחור'לעך, און איבערגעהיפט אלע אש דת הייזער, וכו' וגו', האט שוין מער נישט אויסגעפעלט קיין בילדער, די וואס זענען געווען אין מירון האבן דערציילט זאכן וואס זיי זעען מיט די אויגן קליפ און קלאר (אגב, מיין ברודער איז געווען אין מירון, און ער האט מיר אויך דערציילט אז א ספרדישער בחור האט זיך פרובירט צו היימיש מאכן מיט אים, פרעגנדיג גלייך וואו זיין אכסניא איז.... און ער האט ב"ה אוועקגעוואקט! און אזוי האבן זיי טאקע נישט געוויסט צו קלאפן אויף זיין אכסניא) - און בית דין האט זונטאג ל"ג בעומר ארויס געגעבן א נייע שארפע מחאה.
עד כאן המעשה שהי', אן קיין איין פרט אויסגעלאזט, לכאורה.
א פרייליכן יו"ט פאר אלע אידן.
דאס וואס די שרייבסט איז נישט אמת
די עסקנים פון אש דת האבן קלאר געזאגט אז זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט די בריוו
נאר אנדערע עסקנים האבן אפגעהאלטן דאס ארויסקומען פונעם בריוו
אזוי ווי איך האב דא געשריבן די פינקליכע פרטים
איך פלאן בעז"ה זיך מער נישט צו באציען צו די נושא פונעם בריוו נאך וואס איך האב שוין געשריבן די מציאות אין די האסט שוין געשריבן דיין גירסא אין סהאט נישט קיין פשט זיך ווייטער צו טעהנען איבער א מציאות וואס ווער עס וויל קען עס מברר זיין