בלאט 18 פון 29
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:19 am
דורך ווער
קאנגרעסמאן מייקל געסט,פארזיצער פון די קאנגרעס עטיקס קאמיטע, האט אויפגעברענגט א רעזאלוציע ארויס צו ווארפן קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:38 pm
דורך ווער
סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער האט ווי ערווארטעט געגעבן א לאנגע אויפטריט אינ'ם סענאט איבער די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזעם
אין זיין רעדע פון א דריי-פערטל שעה האט שומער ערווענט וויאזוי אידן שפירן זיך איזאלירט די לעצטע פאר וואכן און אויפגעברענגט פארשידענע ביישפילן פון אנטיסעמיטישע פעלער. שומער האט אפאלירט אז אפגעזען די שטעלונגן וואס מען האט איבער די מלחמה אין עזה און אנדערע איינגעלעגענהייטן, מוז יעדער פארדאמען אנטיסעמיטיזעם אויף יעדן ארט, איידער עס דערקייקלט זיך ח"ו ווייטער
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:39 pm
דורך ווער
ווער האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:19 am
קאנגרעסמאן מייקל געסט,פארזיצער פון די קאנגרעס עטיקס קאמיטע, האט אויפגעברענגט א רעזאלוציע ארויס צו ווארפן קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס
אצינד קוקט אויס ווי רעפובליקאנע פירער ווילן סקעדזשועלן אז מען זאל מארגן דעבאטירן די סאנטאס רעזאלוציע אבער ערשט שטימען דערויף פרייטאג
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:17 pm
דורך ווינטעלע
לויט א באריכט אין אקסיאס זאגט גווארפענע ספיקער מקארטי אז ער זוכט ווארשיינליך צו אפציען פון קאנגרעס.
ביי א בוק סאמיט עטליכע טעג צוריק האט ער געזאגט אז ער האט נאך א וואך צו אפמאכן צו ער וויל פיילן פארפירן צו לויפן פאר ווידערוויילונג אין קאליפארניע וואו די דעדליין איז אויף דעצעמבער 8.
אין א אנדערע באריכט האבן מקארטי און טראמפ געהאט א ערנסטע ווערטער אויסטויש אויפן טעלעפאן נאך די געווארפאכטס וואו טראמפ האט אים באשולדיגט אויף אים נישט שטיצן גענוג..
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 6:53 pm
דורך ווינטעלע
סענאטאר דשאני ענערס האט זיך געשטיקט היינט אויף עסן און סענאטאר ראנד פאול וועלכע איז א דאקטאר איז באלד צוגעשפרינגן ווי א געשווינדע הצלחה מאן צו מאכן דעם היימליך מענוווער.
ערנעסט האט אויסגענוצט די מאמאנט זיך צו וויצלען אויף זיינע קעגנער.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:29 pm
דורך תינוק הבורח
ווינטעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 6:53 pm
סענאטאר דשאני ענערס האט זיך געשטיקט היינט אויף עסן און סענאטאר ראנד פאול וועלכע איז א דאקטאר איז באלד צוגעשפרינגן ווי א געשווינדע הצלחה מאן צו מאכן דעם היימליך מענוווער.
ערנעסט האט אויסגענוצט די מאמאנט זיך צו וויצלען אויף זיינע קעגנער.
*אירע.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 11:12 am
דורך רואה חשבונות
אין וואוט פון פון 311 קעגן 114 איז קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס (ר) ארויס געווארפן געווארפן פון קאנגרעס!
105 רעפובליקאנער האבן געשטימט אים צו ווארפן.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 02, 2023 7:31 pm
דורך ווינטעלע
די שלעסער פון דער אפיס פון קאנגרעסמאן דזשארדזש סאנטאס זענען געווארן געטוישט דורך קאנגרעס ארבעטער נאך וואס ער איז געווארן ארויסגעווארפן פון אמט צוליב זיינע פערזענליכע ליגנט סקאנדאלן.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:30 pm
דורך ווער
האוז ספיקער דזשאנסאן זאגט אז ער גלייבט אז די רעפובליקאנער האבן גענוג שטימען אויפצוברענגען די אימפיטשמענט פארלאנג אויף פרעזידענט בּיידען
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 5:01 pm
דורך ווער
קאנגרעסמאן פעטריק מק'הענרי האט געמאלדן אז ער גייט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג קומענדיגע יאר
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:46 am
דורך ניקל
גאווערנער האוקול האט באשטימט צו פאררופן ספעציעלע וואלן אום פעברואר 13, אין די ניו יארקע 3'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט, צו ערפילן די זיץ פון געוועזענער קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:18 am
דורך ווער
ואשינגטאן – דער דעמאקראטישער ניו יארק קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער האט דערמאנט די הייליגע שיטה קעגן ציונות, ביים דעבאטירן א רעזאלוציע אין קאנגרעס. נאדלער האט געגעבן א רעדע קעגן א רעפּובליקאנער רעזאלוציע וואס דערקלערט אז יעדע סארט אנטי-מדינת ישראל סענטימענט איז אנטיסעמיטיזם, האט ער ערווענט אז די סאטמארער קהילה און אנדערע אנטי-ציונים זענען קעגן מדינת ישראל און ס'איז לעכערליך צו זאגן אז זיי זענען אנטיסעמיטיש (די רעזאלוציע איז באשטעטיגט געווארן סייווי)

- unnamed (10).jpg (51.25 KiB) געזען געווארן 792 מאל
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:19 am
דורך ווער
דער רעפּובליקאנער סענאטאר טאמי טובערוויל האט נעכטן געברענגט צו אן ענדע דאס וואס ער האט מאנאטן לאנג געהאלטן א בלאקאדע אויף הונדערטער נאמינאציעס פאר פארשידענע מיליטערישע אמטן
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:31 am
דורך ווער
Kevin McCarthy leave Congress at the end of this year
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 4:31 pm
דורך גליק
קאָנגרעס רעפּובליקאַנער פאָדערן אַלע קאָמוניקאַציע צווישן ספּעשל קאַונסיל דזשעק סמיט און די יוסטיץ דעפּאַרטמענט איבער זייער באַשלוס אָנצוקלאָגן פּרעזידענט טראָמפּ
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 9:17 am
דורך ווער
קאנגרעס רעפּובליקאנער פירער האבן נעכטן פארעפנטליכט א רעזאלוציע וואס וועט פארמאל און אפיציעל אויטאריזירן די אימפּיטשמענט אויספארשונג וואס זיי פירן שוין עטליכע לאנגע מאנאטן קעגן פּרעזידענט ביידען
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 9:18 am
דורך ווער
קאנגרעס רעפּובליקאנער האבן נעכטן דורכגעפירט א סימבאלישע "סענשור" אפּשטימונג צו פארדאמען דעם דעמאקראטישן קאנגרעסמאן דזשאמאל באומאן, איבער אן אינצידענט וואו ער האט אקטיוויזירט א פייער אלארם אין אן אפיס געביידע פונעם קעפּיטאל קאמפּלעקס אין סעפּטעמבער
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:40 pm
דורך רואה חשבונות
ווער האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 9:17 am
קאנגרעס רעפּובליקאנער פירער האבן נעכטן פארעפנטליכט א רעזאלוציע וואס וועט פארמאל און אפיציעל אויטאריזירן די אימפּיטשמענט אויספארשונג וואס זיי פירן שוין עטליכע לאנגע מאנאטן קעגן פּרעזידענט ביידען
באקאנטער ווייסע הויז רעפארער 'פיטער דאסי' וואס ארבעט פאר קאנסערוועטיווע נייעס טשענעל פאקס ניוס, זאגט אז רעפובליקאנער האבן נאכנישט פראדוסט זאכליכע עווידענס וואס זאל פארמאל און אפיציעל אויטאריזירן די אימפּיטשמענט!
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:19 am
דורך גליק
קאנגרעס האט געשטימט אויף פּארטיי ליניעס צו פארמאל אטאראזירען די אימפיטשמענט אויספארשונג אויף פרעזידענט ביידען.
שטימען: 221-212.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:54 pm
דורך רואה חשבונות
א גרויסע אמעריקאנער סטיעל (אייזן) קאמפאני האט היינט געמאלדן אז זיי גייען זיך פארקויפן צו א יאפאנעזער קאמפאני ריז מיטן נאמען 'ניפפאן'.
סענאטארן פון די מידוועסט סטעיטס בראש פון סענאטאר פעטערמאן פון פענסילוועניע, האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי און האט געזאגט אז ער וועט טוען וואס מעגליך צו סטאפן דעם דיעל.
די מידוועסט סטעיטס ליידן שוין יארן פון אוטסארוסינג, זיי האבן מורא אז די נייע קאמפאני וועט אפזאגן ארבייטער פון זייערע סטעיטס און וועלן בלייבן אן קיין דזשבס.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:54 am
דורך ווער
סענאט ריפובליקאנער זאגן אז עס איז נישט פארהאן קיין שום שאנס פאר אן אפמאך אין די קומענדיגע טעג פאר א ביל צו פינאנצירן די מלחמה אין אוקראינא
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 4:14 pm
דורך ווינטעלע
קעווין מעקארטי האט אפיציעל רעזיגנירט פון קאנגרעס.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:01 am
דורך בערל דער פייפער
ווינטעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 4:14 pm
קעווין מעקארטי האט אפיציעל רעזיגנירט פון קאנגרעס.
זיין ציל איז בלויז געווען ספיקער?
#באליידיגט
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:56 am
דורך רואה חשבונות
קאנגרעסמאן ביל דזשאנסאן (ר) פון אהייאו האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע פון קאנגרעס פאר דעם למספרם חודש - דעם איין און צוואנציגסטן.
דאס וועט נאך מער פארשמעלערן די רעפובליקאנער מעדזשארעטי, 219 -213.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:26 pm
דורך ווער
סענאַטאָר באב מענענדעז שטייט אויס נאָך קלאַגעס אין זיין פעדעראַלע שוחד קעיס