בלאט 170 פון 564

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 2:22 pm
דורך עריק
עריק האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 5:34 pm
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:51 pm א בריוו וואס די בחורים אין די שעלטער האבן אפגעשיקט צו די הנהלה
(עס איז דריי בלעטער, מ'דארף עס ליינען פון אינטן ארויף)
איינער קען שרייבען די תמצית פונעם בריוו
עניוואן???

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 2:24 pm
דורך על פי תורה
גארנישט האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 2:00 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 1:44 pm
פארוואס יא?
לב טהור איז אן אידילאגיע, דער פירער איז א היכי תימצי פאר די אידלאגיע, לייגן א מציבה וועט זיי גארנישט ברענגן. אהרן ארי' טעלער וועלעכע איז געווען דארט דיין האבן זיי אויך אויסגע'רודפ'ט, און זייט נחמן איז אריין אין תפיסה האבן זיי אנגעהויבן קליין צו מאכן נחמן און גרויס מאכן משה יוסף ראוזנער און חיים צבי מלכא.

בקיצור ס'ארבעט בכלל נישט ווי א היימישע חסידות וואו דער רבי ז''ל איז א מצב.
קודם כל גלייך ווען דער פריערדיגער איז געגאנגען האט מען שוין גערעדט אז אפשר זאל גאר משה יוסף ראזנער איבערנעמען
און דער וואס האט גרויס געמאכט נחמן איז יעקב נחום וויינגארטן
ממילא איז פשט לכאו' פארקערט אז זייט יעקב נחום איז אין תפיסה איז נחמן אטעמאטיש געפאלן אין שאטן פאר משה יוסף, יעקב נחום'ס שעצע איז נישט געפאלן, נאר נחמן'ס
און צווייטענס האט מען דען גרויס געמאכט חיים צבי שר''י ער איז דאך דער וואס מאכט גרויס ברצותו ממית וברצותו מחיה ריכטיג, אבער דער ציבור גייט מיט דערמיט

ווי אויכעט איז מיר א גרויסע חידוש וואס איר זאגט אז מען האט אויסגעפייניגט הרב טעללער, וואס למשל? ער מעג מער נישט פסק'נען, געטוישט זיין נאמען, וכדו',
(דרך אגב אין די בריוון פון די בחורים אין די שעלטערס וואס מען האט אויבן געברענגט שרייבט איינער אז הרב טעללער האט אים אייביג נאר געהאלפן, זיי שעלטן נאר אויף משה יוסף און פארשטייט זיך חיים צבי שר''י.)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 2:36 pm
דורך סאלי
אפשר קען מען לייגן א יד אויף הרב טעללער
זאל ארויסקומען פין דארט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 2:55 pm
דורך קטןודל
עריק האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 2:22 pm
עריק האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 5:34 pm
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:51 pm א בריוו וואס די בחורים אין די שעלטער האבן אפגעשיקט צו די הנהלה
(עס איז דריי בלעטער, מ'דארף עס ליינען פון אינטן ארויף)
איינער קען שרייבען די תמצית פונעם בריוו
עניוואן???
- געבטס צוריק אונזערע פרויען, מיר האבן געזאגט הרי את מקודשת לי, נישט מקודשת להנהלה

- גאט וועט אייך טייער באשטראפן פאר די אלע רשעות, פייניגונגען, מלקות, וואס ענק האבן אונז געטון טאג און נאכט

- מיר גייען מיט הוטן און רעקלעך אזוי ווי אידן זענען געגאנגען מקדמת דנא, דער הייליגער בעל ויואל משה, און דער רבי ר' שלמה אויך, נישט די נייע בגדים הצואים

- אלעס וואס געפעלט ענק נישט אין די תורה, ווען מ'זעט עפעס שטיין אנדערש ווי ענק ווילן, זאגן ענק 'מזוייף', "וואס עס פאסט ענק נישט איז געווארן א זיוף"

- משה יוסף האט צוגעזאגט אז ביז פסח שני וועלן אלע קינדער באפרייט ווערן פון די שעלטערס, ונראה מה יהיו חלומותיך

- "איך הייס נישט (יצחק) ישראל אלימלך, נאר ישראל אלימלך, אזוי ווי מיין עכטע נאמען פון מיין ברית, נישט אזוי ווי נחמן העלבראנץ מיין שווער וואס לייגט צו נעמען פאר מענטשן פון זיין פאררוקטע קאפ"

- מען טאר נישט געבן מלקות פאר קינדער, ענק גייען נישט קומען צו ביאת המשיח

ירחם המרחם, דער באשעפער זאל אויפלעזן דעם ביטערן כת בלי שום צער ונזק פאר קיין שום אידיש נפש. יתמו חטאים מן הארץ ורשעים עוד אינם.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 3:01 pm
דורך לעבער אייער
וואס איז די ארבעט פון טעלער דארטן?
אויף די בילדער זעט מען אים אייביג זיצן פאר ראזנער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 3:09 pm
דורך סאלי
לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:01 pm וואס איז די ארבעט פון טעלער דארטן?
אויף די בילדער זעט מען אים אייביג זיצן פאר ראזנער
מיר האבן געוואוסט אז ער איז דיין אבער על פי תורה זאגט אז ער פסקנט שוין נישט
אויף די קליפ זעהט מען ווי ״ביידע״ מאכן הבדלה
חרם איז ער געווען פאר 3 חדשים

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 3:12 pm
דורך ווער
סאלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:09 pm
לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:01 pm וואס איז די ארבעט פון טעלער דארטן?
אויף די בילדער זעט מען אים אייביג זיצן פאר ראזנער
מיר האבן געוואוסט אז ער איז דיין אבער על פי תורה זאגט אז ער פסקנט שוין נישט
אויף די קליפ זעהט מען ווי ״ביידע״ מאכן הבדלה
חרם איז ער געווען פאר 3 חדשים
ברענג אהער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 3:17 pm
דורך סאלי
ווער האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:12 pm
סאלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:09 pm
לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:01 pm וואס איז די ארבעט פון טעלער דארטן?
אויף די בילדער זעט מען אים אייביג זיצן פאר ראזנער
מיר האבן געוואוסט אז ער איז דיין אבער על פי תורה זאגט אז ער פסקנט שוין נישט
אויף די קליפ זעהט מען ווי ״ביידע״ מאכן הבדלה
חרם איז ער געווען פאר 3 חדשים
ברענג אהער
איך וועל עס באלד אפיר זיכן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 3:25 pm
דורך הנההנם
ווער איז דער טעללער
פון ווי איז ער מלפנים? קאשוי?
פון וועלעכע משפחה?
ער איז געווען א איידעם ביים ראש?
ווי איך פארשטיי איז זיין משפחה אינדרויסן, correct?
ווער קען מיר געבן א שטיקל פרינט-אויט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 3:47 pm
דורך גארנישט
סאלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 2:36 pm אפשר קען מען לייגן א יד אויף הרב טעללער
זאל ארויסקומען פין דארט
איר קלערט טאקע אז איינער וואס האט אפגעגט א ווייב און געווארפן 6 קינדער צו די הונט ווייל דער רבי האט אים אזוי געהייסן, קען מען אים אזוי שנעל איבעררעדן,
הכלל עס איז נישט דא איינער וואס גלייבט אזוי אינעם קולט ווי הרב טעללער,
רוב אנדערע (מענער) רעדן נאר זיך אליינס איין אז זיי גלייבן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 3:49 pm
דורך יאיא
גארנישט האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:47 pm
סאלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 2:36 pm אפשר קען מען לייגן א יד אויף הרב טעללער
זאל ארויסקומען פין דארט
איר קלערט טאקע אז איינער וואס האט אפגעגט א ווייב און געווארפן 6 קינדער צו די הונט ווייל דער רבי האט אים אזוי געהייסן, קען מען אים אזוי שנעל איבעררעדן,
X2

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 3:54 pm
דורך גארנישט
הנההנם האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:25 pm ווער איז דער טעללער
פון ווי איז ער מלפנים? קאשוי?
פון וועלעכע משפחה?
ער איז געווען א איידעם ביים ראש?
ווי איך פארשטיי איז זיין משפחה אינדרויסן, correct?
ווער קען מיר געבן א שטיקל פרינט-אויט
הרב אהרן אריה טעללער איז פון די טעללער משפחה פון וויליאמסבורג סאטמארע חסידים
געווען א איידים בזוו''ר ביי כ''ק אדמו''ר מקאשוי ר' אליעזר חיים ז''ל,
איין שיינעם טאג האט פאר שלמה העלבראנטץ פארשמעקט אים צו האבן פאר א איידים,
איז דאך דא א פראבלעם ער איז דאך שוין חתונה געהאט, נו, צדיקים קענען דאך ריקן וועלטן,
האט ער אריינגערופן דעם אינגערמאן א טאטע פון 6 קינדער און געזאגט אז זיין ווייב און קינדער זענען פון די סט''א און ער דארף זיי שוין גט'ן!
די פרוי אויף וועמען די וועלט איז פלוצלינג צופאלן האט נישט געהאלטן ביים נעמען א גט, זי האט פשוט געוואלט בלייבן מיט אים,
האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף א היתר מאה רבנים (פארשטייט זיך זיי האבן איינגערעדט די רבנים אז זי איז נישט מיט אלעמען וכו' וכו')
און באלד נאך די גט האט דער 30 יעריגער יונגערמאן חתונה געהאט מיט דעם רבינס 16 יעריגע טאכטער,

מיט עטליכע יאר צוריק נאך וואס נחמן איז געקומען אויפן טראן האט מרת טעללער בזוו''ש געהויבן פיס און אנטלאפן פון ל''ט מיטנעמענדיג אירע קינדער
ועשית לו כאשר זמם...
און דאן איז פארגעקומען די גאנצע קידנעפינג פרשה וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א חסד ד' נאך וואס דורכדעם זענען ארעסטירט געווארן די ראשי הכת וואס האט זיכער צוגעגעבן צום יעצטיגען מצב.
עכ''פ למעשה זענען די קינדער אין היימישע מוסדות אין וומ''ס.

כהיום איז הרב טעללער שוין חתונה געהאט א דריטע מאל (כ'ווייס נישט קיין פרטים אבער לכאו' מיט נאך א 12 יעריגע)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 3:55 pm
דורך הרב ותלמידו
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 1:26 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 12:56 pm
קטןודל האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 12:20 pm דער קבר פון שלמה ארז-העלבראנץ אין גואטעמאלא מיט א קוויטל וואס איז דארט געלעגן
הקמת המצבות גייען פארקומען אין וויפיל יאר ארום בערך?
איינער ווייסט?
אנדערש ווי איר וועט זיך פארשטעלן, איז עס ביי די עסקנים בכלל נישט קיין ליצנות, די גאנצע משפחה פון שלמה איז שוין אינדרויסן פון לב טהור, עטליכע פון זיינע קינדער זענען שטארק אקטיוו אויסצוהעלפן אלע יוצאים, זייער הארץ איז ציבראכן אויף שברי שברים אויף די מציאות אז מען רעדט פון זייער אייגענעם טאטן, און יא, מיר ארבעטן אינאיינעם מיט זיי אוועקצושטעלן א געהעריגע מציבה על קברו.

בי''ד של מעלה וועט קעיר נעמען פון זיינע מעשים, און מיר וועלן קעיר נעמען אז זיינע קינדער זאלן קענען שטעלן א מציבה פאר זייער טאטן.
איך האב געהערט אז דער ארז שלמה האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט לייגן קיין מציבה על קברו און מבער זיין זיינע ספרים,
איז דאס אמת?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 3:59 pm
דורך הרב ותלמידו
דאס בילד איז פון די תקופה וואס מען האט גע'אסר'ט צו עסן מילכיגס, אייער, פיש און פלייש, און אויך פארשידענע בונדלעך און וועדשטעבל'ס און דער עולם האט ממש געהונגערט.

דעמאלסט איז העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין אראפגעפארן קיין בבל צו שתדלן ביים בבלי'שן קייזער (נחמן) און זיינע יועצים (הנהלה) אז מען זאל בטל מאכן די גזירה פון אייער און באנדלעך פאר די הונגעריגע אידישע קינדער ביי אים אין געטא (לב טהור)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 4:30 pm
דורך כבוד מלכים
גארנישט האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:54 pm
הנההנם האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:25 pm ווער איז דער טעללער
פון ווי איז ער מלפנים? קאשוי?
פון וועלעכע משפחה?
ער איז געווען א איידעם ביים ראש?
ווי איך פארשטיי איז זיין משפחה אינדרויסן, correct?
ווער קען מיר געבן א שטיקל פרינט-אויט
הרב אהרן אריה טעללער איז פון די טעללער משפחה פון וויליאמסבורג סאטמארע חסידים
געווען א איידים בזוו''ר ביי כ''ק אדמו''ר מקאשוי ר' אליעזר חיים ז''ל,
איין שיינעם טאג האט פאר שלמה העלבראנטץ פארשמעקט אים צו האבן פאר א איידים,
איז דאך דא א פראבלעם ער איז דאך שוין חתונה געהאט, נו, צדיקים קענען דאך ריקן וועלטן,
האט ער אריינגערופן דעם אינגערמאן א טאטע פון 6 קינדער און געזאגט אז זיין ווייב און קינדער זענען פון די סט''א און ער דארף זיי שוין גט'ן!
די פרוי אויף וועמען די וועלט איז פלוצלינג צופאלן האט נישט געהאלטן ביים נעמען א גט, זי האט פשוט געוואלט בלייבן מיט אים,
האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף א היתר מאה רבנים (פארשטייט זיך זיי האבן איינגערעדט די רבנים אז זי איז נישט מיט אלעמען וכו' וכו')
און באלד נאך די גט האט דער 30 יעריגער יונגערמאן חתונה געהאט מיט דעם רבינס 16 יעריגע טאכטער,

מיט עטליכע יאר צוריק נאך וואס נחמן איז געקומען אויפן טראן האט מרת טעללער בזוו''ש געהויבן פיס און אנטלאפן פון ל''ט מיטנעמענדיג אירע קינדער
ועשית לו כאשר זמם...
און דאן איז פארגעקומען די גאנצע קידנעפינג פרשה וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א חסד ד' נאך וואס דורכדעם זענען ארעסטירט געווארן די ראשי הכת וואס האט זיכער צוגעגעבן צום יעצטיגען מצב.
עכ''פ למעשה זענען די קינדער אין היימישע מוסדות אין וומ''ס.

כהיום איז הרב טעללער שוין חתונה געהאט א דריטע מאל (כ'ווייס נישט קיין פרטים אבער לכאו' מיט נאך א 12 יעריגע)

ליתר דיוק, ער אז געווען 37 און זי איז געווען 17.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 4:37 pm
דורך פשוט און גראד
הרב ותלמידו האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:59 pm דאס בילד איז פון די תקופה וואס מען האט גע'אסר'ט צו עסן מילכיגס, אייער, פיש און פלייש, און אויך פארשידענע בונדלעך און וועדשטעבל'ס און דער עולם האט ממש געהונגערט.

דעמאלסט איז העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין אראפגעפארן קיין בבל צו שתדלן ביים בבלי'שן קייזער (נחמן) און זיינע יועצים (הנהלה) אז מען זאל בטל מאכן די גזירה פון אייער און באנדלעך פאר די הונגעריגע אידישע קינדער ביי אים אין געטא (לב טהור)
אזא שיינע הויז אין מיט מעבעל? מיט נארמאלע בגדים.

אמת‘ע בילד?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 4:38 pm
דורך ווער
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 4:37 pm

סאיז נישט אין בבל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 4:38 pm
דורך מנהיג
הרב ותלמידו האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:55 pm
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 1:26 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 12:56 pm

הקמת המצבות גייען פארקומען אין וויפיל יאר ארום בערך?
איינער ווייסט?
אנדערש ווי איר וועט זיך פארשטעלן, איז עס ביי די עסקנים בכלל נישט קיין ליצנות, די גאנצע משפחה פון שלמה איז שוין אינדרויסן פון לב טהור, עטליכע פון זיינע קינדער זענען שטארק אקטיוו אויסצוהעלפן אלע יוצאים, זייער הארץ איז ציבראכן אויף שברי שברים אויף די מציאות אז מען רעדט פון זייער אייגענעם טאטן, און יא, מיר ארבעטן אינאיינעם מיט זיי אוועקצושטעלן א געהעריגע מציבה על קברו.

בי''ד של מעלה וועט קעיר נעמען פון זיינע מעשים, און מיר וועלן קעיר נעמען אז זיינע קינדער זאלן קענען שטעלן א מציבה פאר זייער טאטן.
איך האב געהערט אז דער ארז שלמה האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט לייגן קיין מציבה על קברו און מבער זיין זיינע ספרים,
איז דאס אמת?
אויך אזוי געהערט פון א יוצא

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 4:44 pm
דורך מנהיג
גארנישט האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:47 pm
סאלי האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 2:36 pm אפשר קען מען לייגן א יד אויף הרב טעללער
זאל ארויסקומען פין דארט
איר קלערט טאקע אז איינער וואס האט אפגעגט א ווייב און געווארפן 6 קינדער צו די הונט ווייל דער רבי האט אים אזוי געהייסן, קען מען אים אזוי שנעל איבעררעדן,
הכלל עס איז נישט דא איינער וואס גלייבט אזוי אינעם קולט ווי הרב טעללער,
רוב אנדערע (מענער) רעדן נאר זיך אליינס איין אז זיי גלייבן.
איך האב געהאט א לאנגע שמועס (לייען- טראל) מיט טעללער, ער איז פולקאם פארגלייבט אין דעם מקום, ווי אויך איז ער אונטערגעווארפן אינטער די הנהלה ווי א חדר אינגעלע, אלעס דארף ער רשות און ער קען גארנישט טוהן אליין.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 5:03 pm
דורך פשוט און גראד
ווער האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 4:38 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 4:37 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:59 pm דאס בילד איז פון די תקופה וואס מען האט גע'אסר'ט צו עסן מילכיגס, אייער, פיש און פלייש, און אויך פארשידענע בונדלעך און וועדשטעבל'ס און דער עולם האט ממש געהונגערט.

דעמאלסט איז העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין אראפגעפארן קיין בבל צו שתדלן ביים בבלי'שן קייזער (נחמן) און זיינע יועצים (הנהלה) אז מען זאל בטל מאכן די גזירה פון אייער און באנדלעך פאר די הונגעריגע אידישע קינדער ביי אים אין געטא (לב טהור)
אזא שיינע הויז אין מיט מעבעל? מיט נארמאלע בגדים.

אמת‘ע בילד?
סאיז נישט אין בבל
ער איז געווארען חכם אין בבל, נישט אזוי?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 5:14 pm
דורך הרב ותלמידו
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 4:37 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:59 pm דאס בילד איז פון די תקופה וואס מען האט גע'אסר'ט צו עסן מילכיגס, אייער, פיש און פלייש, און אויך פארשידענע בונדלעך און וועדשטעבל'ס און דער עולם האט ממש געהונגערט.

דעמאלסט איז העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין אראפגעפארן קיין בבל צו שתדלן ביים בבלי'שן קייזער (נחמן) און זיינע יועצים (הנהלה) אז מען זאל בטל מאכן די גזירה פון אייער און באנדלעך פאר די הונגעריגע אידישע קינדער ביי אים אין געטא (לב טהור)
אזא שיינע הויז אין מיט מעבעל? מיט נארמאלע בגדים.

אמת‘ע בילד?
ערגעץ וואו און א האטעל און גוואטעמאלע

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 5:29 pm
דורך לעבער אייער
וואס טוט זיך טאקע מיט די פאלטשיק ער טוט נאך פאר די ילדי גוואטעמאלע לעצטנס זעט מען אים שוין נישט אויף די בילדער?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 6:11 pm
דורך פשוט און גראד
הרב ותלמידו האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 5:14 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 4:37 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:59 pm דאס בילד איז פון די תקופה וואס מען האט גע'אסר'ט צו עסן מילכיגס, אייער, פיש און פלייש, און אויך פארשידענע בונדלעך און וועדשטעבל'ס און דער עולם האט ממש געהונגערט.

דעמאלסט איז העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין אראפגעפארן קיין בבל צו שתדלן ביים בבלי'שן קייזער (נחמן) און זיינע יועצים (הנהלה) אז מען זאל בטל מאכן די גזירה פון אייער און באנדלעך פאר די הונגעריגע אידישע קינדער ביי אים אין געטא (לב טהור)
אזא שיינע הויז אין מיט מעבעל? מיט נארמאלע בגדים.

אמת‘ע בילד?
ערגעץ וואו און א האטעל און גוואטעמאלע
סאו אין די צייט וואס זיינע געטרייסטע זענען נישט געווען אין קיין שייער זיצט ער מיר אין א האטעל אזוי נישט מיר אין דיר, ממש לויטער רוחניות, אויס געארבעט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 6:27 pm
דורך בית הכנסת
הרב ותלמידו האט געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2025 3:59 pm דאס בילד איז פון די תקופה וואס מען האט גע'אסר'ט צו עסן מילכיגס, אייער, פיש און פלייש, און אויך פארשידענע בונדלעך און וועדשטעבל'ס און דער עולם האט ממש געהונגערט.

דעמאלסט איז העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין אראפגעפארן קיין בבל צו שתדלן ביים בבלי'שן קייזער (נחמן) און זיינע יועצים (הנהלה) אז מען זאל בטל מאכן די גזירה פון אייער און באנדלעך פאר די הונגעריגע אידישע קינדער ביי אים אין געטא (לב טהור)
א דיפלאמאטישע באגעגעניש מיטן פירער פון מלכות בבל.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג מאי 12, 2025 6:36 pm

.