איך וויל נישט זאגן קיין נאמען, ווייל איך האב נישט קיין באווייז אויף דעם, אבער עפעס האט מיר געמאכט שמעקן אז איינער דא איז א שליח אדער גאר דער אליינס וואס האט יעצט אנגענומען די מארקעטונג פון די פ"ד. בכל אופן איז שטארק יתכן אז דער וואס טוט די מארקעטונג קוקט אהער צו זען און שפירן די דעת הקהל, דערפאר וויל איך אים עצה'נען אז ער זאל נאכקוקן אין די טעמע פאר בערך צוויי יאר צוריק, ווען פענטיגאן האט פראבירט צו מאכן מארקעטונג פאר די פ"ד, וואס האט פאסירט. לכאורה איז די ניק @אינגערמאן געווען בקשר מיט די פענטיגאן טיעם, [אזוי האט אויסגעקוקט פון זיינע פאוסט], איז כדאי אז די מארקעטער זאל אדורך טוען וואס זענען געווען די פעלער פון די פאריגע פריוו, אזוי ארום נישט איבערצומאכן די זעלבע טעותים.
איך האב א שטיקל ביאור אויף די עיקר פראבלעם פון די מארקעטערס, אי"ה עוד חזון למועד, אבער על כל פנים על המארקעטערס להזהר שלא תמות כדרך שמת פלוני.