בלאט 162 פון 213
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 6:50 pm
דורך פשוט און גראד
ס’סיינד ווי די בילדער איז געווארען עדיט ביי מר. AI
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 7:21 pm
דורך Joel
כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון א אור אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א היינט פארנאכטס אין שיכון סקווירא.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 8:02 pm
דורך מיילעך פריילעך
אלטוועלטליכע יום תפילה אין ליכט פונעם גזירת גיוס בארה"ק:
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האָט היינט ביים טעגליכע תהילים שיעור בהיכל המתיבתא ארום גערעדט איבער די שווערע גזירת גיוס בארה"ק, און פאררופן א יום תפילה אלטוועלטליך די זעלבע טאג די זעלבע שעה אנשים נשים וטף, פון אלע שיכטן און קרייזן, מתפלל צו זיין להעביר את רוע הגזירה.
דער רבי האט פארגעלערנט די תהלים שיעור אויף קאפיטל כ"ב אז די ראשי תיבות איז די זעלבע ווי די ד' מינים, אתרוג לולב הדס ערבה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ביי די מעשה פון פורים האט אסתר געזאגט לך כנוס את כל היהודים, מ'האט צאם גענומען אלע סארטן אידן, אזוי ווי די ד' מינים וואס איז מרומז אויף אלע אידן, און יעצט אויך וועט מען צאם נעמען אלע אידן פון די גאנצע וועלט, דער רבי האט אויסגערעכנט וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לינדען, לעיקוואד, מאנטריאל, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא, קליוולאנד, באסטאן, לאנדאן, מאנטשעסטער, און סייווי עס וואוינען אידן. וועט מען מאכן צוזאמען א יום תפילה, יעצט אין די זומער וואכן איז אביסל שווער, אבער מ'וועט קובע זיין אויף נאך די זומער.
בצל הקודש
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 8:09 pm
דורך מיילעך פריילעך
בצל הקודש
=מאנטאג קרח=
► Show Spoiler
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל הכהן רובין הי"ו.
ב"ר ישראל הכהן הארטשטיין הי"ו.
ב"ר יעקב שמחה שעהר הי"ו.
ב"ר יחיאל אלטר האפמאן הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 8:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא צו באשיינען די שמחת השבע ברכות פון א אור אייניקל ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אינעם ריזן שאטער נעבן ביהמ"ד,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 8:35 און זיך באגריסט מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גרויסן עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די שבע ברכות ארום 8:50.
זמני כניסה איז געווען פון 9:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~
~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג יולי 02, 2024 9:56 pm
דורך מיילעך פריילעך
בצל הקודש
שבת קודש פרשת שלח - מבה"ח תמוז
► Show Spoiler
אום 9:10 איז מרן רבינו אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו תפלת מנחה אנהויבנדיג מיט א ברען 'הודו לה' כי טוב'.
מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן מוה"ר אשר זעליג בלייך הי"ו. מ'האט געענדיגט דאווענען בשעה 10:35, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור איז אריבער זאגן 'גוט שבת'.
שולחן הטהור
בשעה 11:00 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום 'שולחן הטהור' אין היכל השולחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' מיט אן אש להבה. מיט 'אשת חיל' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ויו"מ-ברך משה שליט"א. מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן נכד רבינו מוה"ר יוסף לייב יאקאב הי"ו פון ירושלים.
מיט'ן זמר 'כל מקדש' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר יוסף לייב יאקאב הי"ו, און מיט'ן זמר 'מנוחה ושמחה' הרה"ח ר' יואל ישראל וואגשאהל הי"ו פון מאנסי.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק שלח לך אנשים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה ועשה.
מיטן זמר 'י-ה אכסוף' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' ירמי' דושינסקיא הי"ו פון ירושלים, מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי מיכל מ'קירמא זי"ע וואס זיין יארצייט איז אויסגעפאלן די וואך.
מיטן זמר י-ה רבון עלם האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' מרדכי מיטטעלמאן הי"ו פון וויליאמסבורג.
ביי די פירות זענען די חתנים אריבער נעמען שיריים. מיטן זמר אז ביום השביעי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר מאיר סימאן שליט"א, מ'האט געענדיגט דעם טיש אום 1:35 אזייגער.
וביום השבת קודש
שב"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום 9:40, מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו, מרן רבינו שליט"א האט פאהרגעזאגט וכרות און יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית כנהוג.
מיט הוצאה והכנסה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו און מיט פסוקי שמע ישראל הרה"ח ר' טובי' שרייבער הי"ו.
עליות
כהן: הרה"ח ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו - באווארפן; לוי: הרה"ח ר' משולם איסר לעווי הי"ו; שלישי: החתן אלעזר ני"ו בן הרה"ח ר' ליפא שפילמאן הי"ו; רביעי: החתן ליפא ני"ו בן הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו; חמישי: החתן שמואל מאיר ני"ו בן הרה"ח ר' יחזקאל משולם גלויבער הי"ו; שישי: מרן רבינו שליט"א, דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען לבתו הנולדה למז"ט למו"ה ר' אשר זעליג בלייך הי"ו, לבתו הנולדה למז"ט למו"ה ר' יואל בר"א אקער הי"ו און פאר בתו הנולדה למז"ט למו"ה ר' אהרן בר"י זילבערשטיין הי"ו; שביעי: הרה"ח ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו, דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען לבתו הנולדה למז"ט; אחרון: הרה"ח ר' יואל עזרא לעווי הי"ו; מפטיר: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו; הגבה: הרה"ח ר' אהרן שמואל שרייבער הי"ו; גלילה: הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
מוסף: מיט תפלת מוסף איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו, מיט פתיחת הארון פאר אנעים זמירות איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יעקב יצחק ווינקלער הי"ו פון וומסב"ג.
נאכן דאווענען איז פאהרגעקומען די ברית מילה לבן הנולד למז"ט למו"ה ר' משולם איסר לעווי הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משולם איסר לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, וואו מרן רבינו שליט"א איז געווען סנדק און מוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעווא דרעווין
אום 9:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה ושל"ס, עס איז נתכבד געווארן צו דאווענען פאר'ן עמוד הרה"ח יוסף משה גלאנץ הי"ו, מיט הוצאה והכנסה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' בצלאל משה גאלדבערגער הי"ו; כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו פון וויליאמסבורג; לוי: הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו; שלישי: הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו פון וויליאמסבורג; גלילה: הרה"ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער הי"ו.
מיט'ן זמר 'אודה' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו, און מיט 'שיר המעלות' הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ' שטייט אין ספה"ק אז 'פרי הארץ' איז בגי' 'שופר', און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז בזכות וואס כלל ישראל האט אמונה אין ביאת המשיח און מען זאגט לשנה הבאה בירושלים יעדע יאר טראץ וואס מען איז נישט געהאלפן געווארן די פארגאנגענע יאר, אין דעם זכות נעמט הקב"ה אהן די הרהור תשובה וואס יעדער איד האט אין די הייליגע טעג טראץ וואס מען האט שוין א יאר צוריק אויך צוגעזאגט אז מען גייט זיין בעסער און מען איז געבליבן די זעלבע, דערפאר בלאזט מען שופר ראש השנה ווי רבי סעדי' גאון ברענגט צען טעמים צווישן אנדערע 'לעורר לתשובה', 'חורבן ביהמ"ק', און 'ביאת המשיח', ווייל עס איז תלוי איינס אינעם צווייטן.
דער רבי האט מעורר געווען אז מען האט היינט געבענטשט ראש חודש תמוז וואס דורשי רשומות זאגן אז תמוז איז ר"ת ז'מני ת'שובה מ'תקרבין ו'באין, און געזאגט אז טראץ מען גייט יעצט אריין אין די חדשי הקיץ וואס די מנהג העולם איז אז מען לאזט נאך פארשידענע זאכן דארף מען האלטן פאר די אויגן אז עס גייט קומען א יום הדין און מען גייט דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע דיבור, מעשה, און מחשבה, און דאס זאגט אונז משה רבינו די וואך 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ'.
מיטן זמר ידיד נפש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו פון וומסב"ג, און מיט'ן זמר קל מסתתר הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו פון וומסב"ג. דער רבי האט געבענטשט על הכוס. און דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
מיט תפלת מעריב איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ ב'קהלתינו. און דאן האט דער רבי שליט"א געמאכט הבדלה. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.
ארום 12:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם ווייס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם היינטיגן דאנערשטאג אין ביהמ"ד בית ברוך ד'קהלתינו אין קרית יואל.
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים אברהם הי"ו און זיין משפחה.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 9:32 am
דורך היום
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 6:50 pm
ס’סיינד ווי די בילדער איז געווארען עדיט ביי מר. AI
?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 5:13 pm
דורך קיין נפקמ
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פלאנט א נסיעה צום יודה"ל פונעם הייליגן ישמח משה קומענדיגע כ"ח תמוז הבעל"ט, זאל מען פועלן אלעס גוטס
https://app.lalechet.com/tour/Sighet24
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 5:28 pm
דורך פישפיקלאדיין
עס איז שוין לאנג נישט געווען אן אפענע נסיעה ווי יעדער זאל קענען מיטפארן.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 6:21 pm
דורך פארק שול
מאקסימום 200 מיטרייזנדע
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 7:01 pm
דורך סאטמאר אפדעיטס
סאטמאר מהר"א: וויכטיגע אסיפה בענין זהירות סת"ם פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר לאנדאן אין שפיץ פונעם גאסט הגה"צ אבדק"ק דקהלתינו הק' מאנסי שליט"א
באריכט / בילדער
- דעם גרויסן ציבור בשעת די אסיפה וואס איז פארופען געווארן דורכן הנהלת בית הוראה דקהלתינו הק' בראשות פונעם רב שליט''א און דעם גרויסן גאסט הגה''צ רב דקהלתינו הק' אין מאנסי שליט''א ורב משמרת סת''ם בארה''ב.JPG (242.54 KiB) געזען געווארן 1709 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 8:58 pm
דורך לא ימושו מפיך
ס'איז דא א קלער אז די רבי וועט אויך פוקד זיין די ציון הק' אין ליזענסק.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 9:01 pm
דורך מלוה מלכה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך יולי 03, 2024 9:15 pm
דורך מיילעך פריילעך
בצל הקודש
=דינסטאג קרח=
► Show Spoiler
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי קאהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון נפתלי רובינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פרידריך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו.
ב"ר נפתלי זאב כ"ץ הי"ו.
ב"ר דוד ווייס הי"ו.
ב"ר יצחק יואל גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א', דער רבי האט ארומגערעדט איבער די מצב פון די גזירת גיוס בני ישיבות בארה"ק, און פארריפן א אלוועלטליכע יום תפילה מען זאל זיך צוזאמנעמען אין אלע אידישע געגענטער איבער דער גארער וועלט אין די זעלבע צייט און מתפלל זיין אז די ביטערע גזירה זאל בטל ווערן.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' חיים אפרים בהרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ע"פ בתו ע"ה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:50 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפיטשניץ ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ צו ביהמ''ד קאסוב ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה''צ מקאסוב זאליטשיק שליט"א והאחים האדמורי"ם שליט"א לבית קאסוב היושבים ע"פ אחיו/ אביהם כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און סיפורים פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחימון.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו חביבו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדבן הגה"צ רב ביהמ"ד אהל פיגא ק"י שליט"א,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אין זיין נייע דירה און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים.
12:45 האט זיך דער רבי ארויסעגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:11 am
דורך שאינו יודע לשאול
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:57 am
דורך נארמאלע מענטש
רבינו שליט''א אוהעל סיגעט
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:38 pm
דורך מיילעך פריילעך
פאר אלע פרטים בנוגע די דערהויבענע נסיעה פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז דא א נייע טעמע.
ביטע שרייבן דארט.
viewtopic.php?t=1926
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג יולי 05, 2024 11:24 am
דורך סאטמאר אפדעיטס
סאטמאר מהר"א:
נייע גרויסע "פארקינג לאט" צוגעלייגט צו דערשטרייטן פלייץ פון אלפי לומדי ומתפללי ביהמ"ד הגדול והיכל "זכרון יחיאל מיכל" אין סאטמארע איחד קאנטערי
באריכט / בילדער
- IMG_1230 (1).jpg (469.02 KiB) געזען געווארן 1110 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג יולי 05, 2024 11:28 am
דורך סאטמאר אפדעיטס
סאטמאר מהר"א: ווייטערדיגע בליץ שנעלע בוי פארשריט ביים ארויפציען דעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש דקהל יטב לב אין שטאט לינדען
באריכט / בילדער
- IMG-20240702-WA0199.jpg (269.08 KiB) געזען געווארן 1098 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג יולי 05, 2024 11:31 am
דורך סאטמאר אפדעיטס
סאטמאר מהר"א: הערליכע מעמד חומש סעודה פאר די קרוב צו "100 תלמידי כיתה א'" מוסדותינו הק' אין מאנסי פארגאנגענעם זונטאג אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
באריכט / בילדער
- YGEE4498.jpg (195.3 KiB) געזען געווארן 1091 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג יולי 05, 2024 12:07 pm
דורך סאטמאר אפדעיטס
סאטמאר מהר"א: בוא יבוא ברנה: מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי נעמט אויף טויזענטער לעכטיגע קינדערלעך וועלכע וועלן פארברענגען דעם זומער אין א געשמאקע און געהויבענע אטמאספערע
באריכט / בילדער
- WhatsApp Image 2024-06-30 at 9.04.42 PM (1).jpeg (358.99 KiB) געזען געווארן 1043 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג יולי 05, 2024 1:18 pm
דורך סאטמאר אפדעיטס
סאטמאר מהר"א: עסקני "אנ"ש וואל קאמיטע" אפגעהאלטען באזוך ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איבערצוגעבן די ענדגילטיגע רעזולטאטן פון די נאנטע אויסגאנג פון די פריימערי פארמעסט אין קרית יואל
באריכט / בילדער
- american-citizen-putting-vote-ballot-box (1).jpg (167.74 KiB) געזען געווארן 993 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג יולי 05, 2024 3:25 pm
דורך לא ימושו מפיך
לאנדאן: הגה"צ די רב שליט"א וועט פירן שלש סעודות בבית המדרש ויואל משה דקהלתינו.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 12:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
בצל הקודש
=פרייטאג קרח=
► Show Spoiler
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל אלטר ברא"מ טויב הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יקותיאל יודא בר"י שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברי"י היימליך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן ברי"א זילבערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א.
ביים אנקומען אין בנין הת"ת איז דער רבי צום ערשט אריין אין איינע פון די כיתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און פארהערט די קינדער.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל נפתלי לאנדא הי"ו.
ב"ר זלמן לייב פיש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ליסטע מיט די שעות לימוד התורה מיט וואס די קינדער האבן זיך צוגעגרייט צום רבינ'ס באזוך,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע מלמדים און קינדער און פאר די בר מצוה בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך אפלערנען פון די פרשת השבוע די הארבקייט פון מחלוקת און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~
~
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 1:09 pm
דורך סאטמאר אפדעיטס
סאטמאר מהר"א: טויזענטער אנשי שלומינו אין קרית יואל אינאיינעם מיט אלפי תלמידי הישיבות זיך נעכטן באטייליגט ביים מסע הלויה פון הגה"צ חו"פ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
באריכט / בילדער
- 2024-07-08 (5).jpg (242.65 KiB) געזען געווארן 461 מאל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 1:22 pm
דורך איך
הגה"צ אבדק"ק ור"מ דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א וועט דעם קומענדיגן דינסטאג אנקומען אויף א בליץ באזוך אין שטאט לאנדאן לרגל די שמחת החתונה לבן הרה"ג ר' הערשל ווייזער שליט"א כותב החידושי תורה פונעם רב שליט"א, וואס קומט פאר דעם דינסטאג אויפדערנאכט אין די זאלן פון יסודי התורה אין שטאט לאנדאן ווי דער רב שליט"א וועט מפאר זיין בראש השמחה