בלאט 162 פון 217
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 12:50 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 11, 2026 10:50 am
ניו יארקע קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער איז איינגעשלאפן גלייך אנהייב פון די היינטיגע פארהער מיט פאם באנדי.
א געהילף איז ארויף אים ערוועקן.
דם אש מיט תומרות אשן זענען געשפריצט געווארן היינט אין קאנגרעס, ווי די ארטיגע באטשי'ס האבן פרובירט צו צימבלען דעם אטוירני דזשענעראל באנדי, וואס האט צוריקגעטיילט ווילדע שלעק רעכטס און לינקס.
די עיקר וואס די דעמאקראטן האבן געוואלט וויסן איז ווי מען האלט מיט די עפשטיין קעיס, און זיי האבן מיטגעברענגט עטליכע קרבנות פון יענעמס נעץ צו קומען עדות זאגן. אבער באנדי האט פרובירט א גאנצן צייט צו צוריקווארפן ווי זיי זענען געווען ביי מעריק גארלאנד, און פארוואס אינטער אבאמא, טראמפ (1), און ביידען האט מען נישט געהערט די שטארקע פראגעס.
ווען קאנגרעסמאן ראסקין האט זיך צולאכט הערנדיג ווי זי הייבט אן שילדערן אז די דאו דזשאונס איז אין א רעקארד הייעך, האט זי אים געפרעגט וואס די ווערטל איז זינט ער איז א גוטע סטאק הענדלער..
אויף ראסקין האט זי געשריגן, זאג מיר נישט וואס צו טיען די אויסגעוואשענע לויער - ניטאמאל א לויער.
קאנגרעספרוי בעלאנט פון ווערמאנט האט געכאפט פון איר פארן שטימען קעגן די ביל צו מאכן די סטעיטמענט ''פון די ים ביזן טייך זאל פאלעסטינע ווערן פריי'' אנטיסעמיטיש. בעלאנט האט געשריגן, וויזוי טראגסטו די שמועס צו אנטיסעמיטיזם ווען מיין זיידע איז געשטארבן אין די האוליקאסט און זי איז ארויסגעלאפן פון זאל.
טאמעס מעיסי איז א דורכגעפאלענע פאליטיקאנט וואס ליידט פון TDS
פון די קאליפארניע קאנגרעסמאן האט זי געוואלט הערן ווי ער האלט מיט פארברעכן אין זיין היימשטאט, און פאר קראקעט פון טעקסאס האט זי געוויזן בילדער פון מענטשן וואס זענען באגאנגען ענליכע פארברעכן ווי עפשטיין אין טעקסאס, און זי האט זיי אלע אנגעקלאגט. פרעגענדיג קראקעט פארוואס זי גלייכט נישט אז מען רייניגט אויס איר דיסטריקט פון פארברעכער.
רוב קרבנות האבן אויפגעהויבן די האנט ענפערנדיג יא אויף די פראגע אויב זיי פילן זיך אויסגעשפילט דורך די יוסטיץ דעפארטמענט.
נאכדעם וואס עריק
סוואלוואל האט זיך באקלאגט אז זיין משפחה באקומט טויט סטראשונגען האט זי געזאגט אז ער זאל ערווארטן א רוף גלייך נאך די פארהער, קיינעם קומט זיך נישט קיין טויט סטראשונגען און זי וועט עס אפשטעלן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 1:06 am
דורך חלום חלמתי
די טראמפ אדמיניסטראציע האט באטראכט פלענער צו פארכאפן א שיפל צוויי פון ווי איראן צו לייגן מער פרעשור, אבער באשלאסן אז ס'לוינט נישט וויבאלד ס'וועט סתם העכערן די אויל פרייזן און אויסשפרייטן די קאנפליקט
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 1:08 am
דורך חלום חלמתי
מיינענדיג אז באנדי'ס קולות איז די מאדנעסטע ווי א געזעץ הויז קען זיך דערקייקעלען, קומט אריין בילדער פון די טערקישע פארלאמענט ווי ס'גייט מכות רצח צווישן ביידע פארטייען ביים איינשווערן א נייע יוסטיץ מיניסטער
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:30 pm
דורך חלום חלמתי
די רייכע וואלדארף אוסטריא האטעל אין מאנהעטן שטייט צום פארקויפן, חדשים נאך א לענגערע רענאוואציע איז פארענדיגט געווארן
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:32 pm
דורך חלום חלמתי
טאם האומען מעלדט אז די מינעסאטע אקציע איז פארענדיגט, און ער האט אפמאכן מיט אלע קאונטי שעריף'ס צו אפנעמען אומלעגאלע קרימינאלן ווען זיי פארענדיגן זייער טורמע טערמין. און אייס וועט פארבלייבן אין מינעסאטע מיט א קליינע צאל אפיצירן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:35 pm
דורך חלום חלמתי
די פולימארקעט בעטינג מארק, עפנט היינט איר ערשטע אומזיסטע גראסערי אין מאנהעטן, די גראסערי וועט זײן אפן פאר 5 טעג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:38 pm
דורך חלום חלמתי
מען האט שוין געעפנט די פארקויף פון א זיץ ביים פיפא וועלט קארפ אין מעט לייף סטאדיום, פאר די באשיידענע פרייז פון $143,750 קענט איר זיך באטייליגן ביי די פיינעל..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:42 pm
דורך חלום חלמתי
סעטעלייט בילדער פון אר"י ווייזט די חילוק פון זומער אין ווינטער. וויבאלד זומער רעגנט נישט
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:43 pm
דורך חלום חלמתי
די איזרעלי שקל האט דערגרייכט איר העכסטע ווערד אין 30 יאר, מיט 3.055 שקל פאר א דאלער.
די העכסטע זינט 1995.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 4:46 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:43 pm
די איזרעלי שקל האט דערגרייכט איר העכסטע ווערד אין 30 יאר, מיט 3.055 שקל פאר א דאלער.
די העכסטע זינט 1995.
???
די שקל איז כסדר 3.6 3.7 און אפילו מער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 5:48 pm
דורך יאנטשי
הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 4:46 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:43 pm
די איזרעלי שקל האט דערגרייכט איר העכסטע ווערד אין 30 יאר, מיט 3.055 שקל פאר א דאלער.
די העכסטע זינט 1995.
???
די שקל איז כסדר 3.6 3.7 און אפילו מער.
ווי א העכערע נומער פון שקל מען באקומט פאר א דאלאר, אלעס ווייניגער איז די ווערד קעגן דעם דאלאר.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:01 pm
דורך חלום חלמתי
אזא טריליאן דאלער איז היינט אוועקגעפלויגן פון די סטאק מארקעט
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:04 pm
דורך חלום חלמתי
אבאמא ברויזט נאכדעם וואס טראמפ האט אראפגענומען שטרענגע קלימאַט רעגולאציעס געלייגט דורך זיין אדמיניסטראציע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:06 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 08, 2026 11:02 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:31 am
די וואשינגטאן פאוסט האט געפייערט א דריטל פון אירע איינגעשטעלטע.
די צאל געפלויגענע רעפארטער איז ארויף צו האלב פון זייער רעדאקציע. אריינגערעכנט די עורך הראשי.
מאכסט פלאץ פאר די קומענדיגע אין די רייע, CBS וויל שיקן לופטערן %15 פון זייערע ארבעטער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:08 pm
דורך חלום חלמתי
וואל סטריט זשורנאל: אין ברען פון די איראן'ע פראטעסטן האט אמעריקע אריינגעשווערצט 600 דעווייסעס צו צושטעלן סטארלינק סערוויס אין איראן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:09 pm
דורך חלום חלמתי
פאליציי אין נעשוויל נעמען ארום א מיסט קאנע, נאכדעם וואס זייער פארגעשריטענע עקסרעי קאמערע האט אויפגעכאפט אז די געזיכטער פארברעכער באהאלט זיך דערינען
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:10 pm
דורך חלום חלמתי
וועלט'ס ברייטסטע פליגער פליעט העכער קאליפארניע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:12 pm
דורך ChatGPT
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:06 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 08, 2026 11:02 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:31 am
די וואשינגטאן פאוסט האט געפייערט א דריטל פון אירע איינגעשטעלטע.
די צאל געפלויגענע רעפארטער איז ארויף צו האלב פון זייער רעדאקציע. אריינגערעכנט די עורך הראשי.
מאכסט פלאץ פאר די קומענדיגע אין די רייע, CBS וויל שיקן לופטערן %15 פון זייערע ארבעטער.
וואס איז פשט פון די לעיאף'ס?
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 10:50 pm
דורך חלום חלמתי
א דאר דעש דרייווער לייגט ארויס א סקרין שאט פון א קאול וואס ער האט באקומען, ווי מען האט בלויז פארלאנגט צו פארמאכן א אטאמאטישע וועמאו טעקסי וואס עמיצער האט געלאזט אפן...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 11:30 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:04 pm
אבאמא ברויזט נאכדעם וואס טראמפ האט אראפגענומען שטרענגע קלימאַט רעגולאציעס געלייגט דורך זיין אדמיניסטראציע
אז דער הונט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 11:30 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 7:28 pm
ווענס האט שפעטער פארמעקט דעם טוויט איבער זיין באזוך ביי די ארמאנישע דזשעניסייד מעמאריעל.
טראמפ האלט נישט אז דארט איז געווען א פעלקער מארד, נאר א פשוטע מלחמה.
כ'גלייב אז עס איז ווייט נישט די איינציגסטע שטיקל היסטאריע וואס טראמפ קען נישט/וויל נישט קענען.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 13, 2026 9:49 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 6:04 pm
אבאמא ברויזט נאכדעם וואס טראמפ האט אראפגענומען שטרענגע קלימאַט רעגולאציעס געלייגט דורך זיין אדמיניסטראציע
און אט די רעגולאציע שניט וועט נידערן די פרייזן פון קאר'ס אין אמעריקע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 13, 2026 9:57 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:17 am
לסיום שנת 2025. אינפלאציע אין אמעריקע איז געווען היבש סטאביל, אראפקומענדיג צו א עוורעדזש פון 2.7 נאנט צום ציל פון %2 די נומער וואס הייסט א געזונטע אינפלאציע.
אמעריקאנע אינפלאציע פאלט ווייטער די אכטע חודש אין א צי. ווען מאנאט יאנואר ענדיגט זיך מיט %2.4
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 13, 2026 3:18 pm
דורך חלום חלמתי
וועלט'ס גרעסטע עירקרעפט קעריער די USS פארד, האט זיך פארקירעוועט פון די קאריביען קיין מיטל מזרח
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 13, 2026 3:19 pm
דורך חלום חלמתי
בעסענעט זאגט אז 2025 איז מער ווייניגער געווען די זיך זעצן צום טיש, 2026 קומט די סעודה ווען די עקאנאמיע גייט אויף ארויף.