נייעס פון וויליאמסבורג
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14048
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
@שעפעלע עפעס בינעך צעמישט, אנהייב הייבסטו אן מיט דעם אז ס'נישטא קיינע מקוואות אינמיטן טאג, נאכדעם רעדט מען שוין צי זיי שפארן צוועלפע ביינאכט אדער פריער... אין קרית יואל ווייס איך פון מקוואות וואס זענען אפן אינמיטן טאג, נארמאלערהייט דארף מען נישט קיין מקווה שפעט פארנאכט, אדער ביינאכט.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
אין קורצען , א מקוה וואס איז לכתחילה שבלכתחילה אפען פאר "כל דצריך יתי ויטבול" 24/7/365 אן קיין אויסנאמען ,שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 23, 2025 10:34 pm @שעפעלע עפעס בינעך צעמישט, אנהייב הייבסטו אן מיט דעם אז ס'נישטא קיינע מקוואות אינמיטן טאג, נאכדעם רעדט מען שוין צי זיי שפארן צוועלפע ביינאכט אדער פריער... אין קרית יואל ווייס איך פון מקוואות וואס זענען אפן אינמיטן טאג, נארמאלערהייט דארף מען נישט קיין מקווה שפעט פארנאכט, אדער ביינאכט.
למעשה נאכן דורעכגיין מיט אנדערע איז געבליבן אז סאיז דא איין אזא מקוה אין גאנץ וויליאמסבורג, קליוולאנד מקוה אויף בעדפארד, מיט א סוויטש אויסצולעשן ,וואס גייט שוין אן צענדליגע יארן, פאר די נישטיגע פרייז פון 2 טאלער , זיי האבן צוויי בורות , סא עס קען אייביג זיין א פרישע זויבערע הייסע מקוה
סאיז אינטערסאנט אז פונקט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל , ווערן די אלע מקוואות וואס ווערן פענסי, ווערט עפעס הערעמאטיש פארמאכט 12 און בעטן אזש ביז 15 טאלער א מקוה! אבער אין אנדערע שטעט איבער די גאנצע וועלט און אין קליוולאנד האבן נישט די אלע פראבלעמען,
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14048
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
דאכצעך אז מהאט שוין געשריבן די תירוץ דערויף, און אויב דו ווילסט איבער'חזר'ן, כדאי ס'זאל נישט ווערן קיין הענג-אוט.שעפעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:17 am סאיז אינטערסאנט אז פונקט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל , ווערן די אלע מקוואות וואס ווערן פענסי, ווערט עפעס הערעמאטיש פארמאכט 12 און בעטן אזש ביז 15 טאלער א מקוה! אבער אין אנדערע שטעט איבער די גאנצע וועלט און אין קליוולאנד האבן נישט די אלע פראבלעמען,
ס'איז נישט קיין חשש רחוק, ס'איז א פאקט וואס מקען זיך איבערצייגן.
אין די נישט-פענסי מקוואות וועט געווענליך נאר גיין איינער וואס וויל עס באמת, נישט סתם א בחור וואס זוכט ארויסצוגיין פון ישיבה...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 318
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1108
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
שעפעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:17 am סאיז אינטערסאנט אז פונקט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל , ווערן די אלע מקוואות וואס ווערן פענסי, ווערט עפעס הערעמאטיש פארמאכט 12 און בעטן אזש ביז 15 טאלער א מקוה! אבער אין אנדערע שטעט איבער די גאנצע וועלט און אין קליוולאנד האבן נישט די אלע פראבלעמען,
ווי מ'האט דיר שוין מערערע מאל אנגעוויזן איז די דאזיגע 'פונקט' פונקט נישט אמת. אין בארא פארק איז נישטא קיין מקוה - און זיכער נישט פילצאליגע מקוואות אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ - וואס זענען אפן 24 שעה אין טאג אן קיין פילטער, און די זעלבע איז אין מאנסי און אין אנדערע שטעט. וכן ווערן די מקוואות אין בארא פארק און מאנסי פונקט אזוי פענסי רח"ל ווי די וויליאמסבורגער און קרית יואל'ער מקוואות.
ס'דיר בייגעפאלן אז ס'וואלט ווען געדארפט זיין אין יעדע שטאט א באנטש מקוואות אפן 24 שעה, און פון דארט איז שוין געווארן א פאקט וואס אפילו די פאקטן אליין קענען זיך נישט דינגען דערויף אז אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל 1) פלעגט אמאל זיין אסאך מקוואות אפן 24 שעה א טאג אן קיין פילטער פאר צוויי דאלער, 2) היינט זענען שוין נישט דא דארט קיין איינס, 3) דאס קומט וויבאלד די מקוואות זענען געווארן פענסי, און 4) אין אלע אנדערע שטעט איז יא דא פילע מקוואות וואס זענען אפן 24 שעה אין טאג אן קיין פילטער פאר 2 דאלער.
ס'איז כדאי צו באמערקן אז די 'אריגינעלע טענה איז געווען פארוואס ס'נישטא קיין איין מקוה נאך צוועלף אזייגער מיטאג, פינטל. נאר ווען מ'האט דיר אנגעוויזן אז עס זענען יא דא כמה וכמה האסטו צוגעלייגט אז דאס איז נישטא, און ווען דאס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס נישט אמת האסטו צוגעלייגט אז יענץ איז נישטא, און אזוי איז ארויסגעוואקסן די מאדנע באשולדיגונג אז א מקוה וואס איז: אפן-24-שעה-א-טאג-אן-קיין-פילטער-פאר-צוויי-דאלער איז נישטא אין וויליאמסבורג און קר"י בעת וואס אין אלע אנדערע שטעט איז דא א שפע פון מקוואות וואס זענען אפן-24-שעה-א-טאג-אן-קיין-פילטער-פאר-צוויי-דאלער.
און הערשט זענען ביידע חלקים פון די באשולדיגונג נישט וואר. פונקט ווי אין יעדע אידישע שטאט זענען אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל צוגעשטעלט צענדליגער מקוואות אין די צופרי שעות ווען רובא דרובא מענטשן גייען אין מקוה. אויב וויל איינער גיין אין מקוה אין אנדערע שעות, צו ס'זאל זיין אין וויליאמסבורג, קרית יואל, בארא פארק אדער מאנסי האט ער פארשידענע אפשענס וואס זענען נישט אזוי צוגעשטעלט ווי אין די צופרי שעות. ער קען צאלן מער פאר א צוגעשטעלטע מקוה, אדער קען ער גיין אין א מקוה מיט א פילטער (וואס אסאך פוסקים האלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם), וכהנה וכהנה.
אבער אויב דו ווילסט דוקא, איינער האט געשריבן אז קליוולאנד קען מען נישט צאלן מיט קרעדיט קארד, סאו יעצט קענסטו זאגן אז אין וויליאמסבורג וואו די מקוואות ווערן פענסי איז נישט קיין איין מקוה וואס איז אפן-24-שעה-א-טאג-אן-קיין-פילטער-פאר-צוויי-דאלער-וואס-מ'קען-צאלן-מיט-קרעדיט-קארד.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
איך האב נישט פארשטאנען וואס די שרייבסט, סארי,שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:47 amדאכצעך אז מהאט שוין געשריבן די תירוץ דערויף, און אויב דו ווילסט איבער'חזר'ן, כדאי ס'זאל נישט ווערן קיין הענג-אוט.שעפעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:17 am סאיז אינטערסאנט אז פונקט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל , ווערן די אלע מקוואות וואס ווערן פענסי, ווערט עפעס הערעמאטיש פארמאכט 12 און בעטן אזש ביז 15 טאלער א מקוה! אבער אין אנדערע שטעט איבער די גאנצע וועלט און אין קליוולאנד האבן נישט די אלע פראבלעמען,
ס'איז נישט קיין חשש רחוק, ס'איז א פאקט וואס מקען זיך איבערצייגן.
אין די נישט-פענסי מקוואות וועט געווענליך נאר גיין איינער וואס וויל עס באמת, נישט סתם א בחור וואס זוכט ארויסצוגיין פון ישיבה...
מען רעדט אן גאנצעטע תורות לאקשן, פשוט א מקוה אפען פארן פובליק , אין די גאנצע וועלט איז דא, און אמאל איז נאר געווען אין וויליאמסבורג , היינט איז פארקערט , די גאנצע וועלט איז דא , אין און וויליאמסבורג נאר איין מקוה טאקע שוין אזוי פאר צענדליגע יארן,
עס האט נישט קיין תירוץ , נאר די מקוואות זיכן צו מאכן געלט דערפון, שוין דא עטליכע מקוואות וואס בעטן 15 טאלער ... נישט לאנג צוריק איז עס געווען 5
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
אין מאנסי איז דא איבער 10 מקוואות אפען 24 שעה אן קיין פילטער , אין בארא פארק און אין לעיקוואד איז דא מער מקוואות אפען 24 שעה ווי אין וויליאמסבורג, אין יעדע אידישע שטאט איז דא, אין קרית יואל איז נישט דא אויסער ענגעל, אין גלילות קרית יואל איז דא עטליכע פאר צווישען 5 און 10 טאלער , אין קרית יואל גופא איז נישט דא אויסער ענגעל,Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 2:31 amשעפעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:17 am סאיז אינטערסאנט אז פונקט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל , ווערן די אלע מקוואות וואס ווערן פענסי, ווערט עפעס הערעמאטיש פארמאכט 12 און בעטן אזש ביז 15 טאלער א מקוה! אבער אין אנדערע שטעט איבער די גאנצע וועלט און אין קליוולאנד האבן נישט די אלע פראבלעמען,
ווי מ'האט דיר שוין מערערע מאל אנגעוויזן איז די דאזיגע 'פונקט' פונקט נישט אמת. אין בארא פארק איז נישטא קיין מקוה - און זיכער נישט פילצאליגע מקוואות אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ - וואס זענען אפן 24 שעה אין טאג אן קיין פילטער, און די זעלבע איז אין מאנסי און אין אנדערע שטעט. וכן ווערן די מקוואות אין בארא פארק און מאנסי פונקט אזוי פענסי רח"ל ווי די וויליאמסבורגער און קרית יואל'ער מקוואות.
ס'דיר בייגעפאלן אז ס'וואלט ווען געדארפט זיין אין יעדע שטאט א באנטש מקוואות אפן 24 שעה, און פון דארט איז שוין געווארן א פאקט וואס אפילו די פאקטן אליין קענען זיך נישט דינגען דערויף אז אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל 1) פלעגט אמאל זיין אסאך מקוואות אפן 24 שעה א טאג אן קיין פילטער פאר צוויי דאלער, 2) היינט זענען שוין נישט דא דארט קיין איינס, 3) דאס קומט וויבאלד די מקוואות זענען געווארן פענסי, און 4) אין אלע אנדערע שטעט איז יא דא פילע מקוואות וואס זענען אפן 24 שעה אין טאג אן קיין פילטער פאר 2 דאלער.
ס'איז כדאי צו באמערקן אז די 'אריגינעלע טענה איז געווען פארוואס ס'נישטא קיין איין מקוה נאך צוועלף אזייגער מיטאג, פינטל. נאר ווען מ'האט דיר אנגעוויזן אז עס זענען יא דא כמה וכמה האסטו צוגעלייגט אז דאס איז נישטא, און ווען דאס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס נישט אמת האסטו צוגעלייגט אז יענץ איז נישטא, און אזוי איז ארויסגעוואקסן די מאדנע באשולדיגונג אז א מקוה וואס איז: אפן-24-שעה-א-טאג-אן-קיין-פילטער-פאר-צוויי-דאלער איז נישטא אין וויליאמסבורג און קר"י בעת וואס אין אלע אנדערע שטעט איז דא א שפע פון מקוואות וואס זענען אפן-24-שעה-א-טאג-אן-קיין-פילטער-פאר-צוויי-דאלער.
און הערשט זענען ביידע חלקים פון די באשולדיגונג נישט וואר. פונקט ווי אין יעדע אידישע שטאט זענען אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל צוגעשטעלט צענדליגער מקוואות אין די צופרי שעות ווען רובא דרובא מענטשן גייען אין מקוה. אויב וויל איינער גיין אין מקוה אין אנדערע שעות, צו ס'זאל זיין אין וויליאמסבורג, קרית יואל, בארא פארק אדער מאנסי האט ער פארשידענע אפשענס וואס זענען נישט אזוי צוגעשטעלט ווי אין די צופרי שעות. ער קען צאלן מער פאר א צוגעשטעלטע מקוה, אדער קען ער גיין אין א מקוה מיט א פילטער (וואס אסאך פוסקים האלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם), וכהנה וכהנה.
אבער אויב דו ווילסט דוקא, איינער האט געשריבן אז קליוולאנד קען מען נישט צאלן מיט קרעדיט קארד, סאו יעצט קענסטו זאגן אז אין וויליאמסבורג וואו די מקוואות ווערן פענסי איז נישט קיין איין מקוה וואס איז אפן-24-שעה-א-טאג-אן-קיין-פילטער-פאר-צוויי-דאלער-וואס-מ'קען-צאלן-מיט-קרעדיט-קארד.
דאס אז די גאנצע וועלט איז דא א איבערפלוס און אמאל איז געווען פארקערט , אין פייוו טאונס איז קוים געווען א מקוה, און היינט פארקערט, וויליאמסבורג און קרית יואל ווערן מקוואות הערעמאטיש פארמאכט , און אין די גאנצע וועלט פארקערט ,דאס איז די בלויזע מציאות
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 318
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1108
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
שעפעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 10:28 am אין מאנסי איז דא איבער 10 מקוואות אפען 24 שעה אן קיין פילטער , אין בארא פארק און אין לעיקוואד איז דא מער מקוואות אפען 24 שעה ווי אין וויליאמסבורג, אין יעדע אידישע שטאט איז דא, אין קרית יואל איז נישט דא אויסער ענגעל, אין גלילות קרית יואל איז דא עטליכע פאר צווישען 5 און 10 טאלער , אין קרית יואל גופא איז נישט דא אויסער ענגעל,
דאס אז די גאנצע וועלט איז דא א איבערפלוס און אמאל איז געווען פארקערט , אין פייוו טאונס איז קוים געווען א מקוה, און היינט פארקערט, וויליאמסבורג און קרית יואל ווערן מקוואות הערעמאטיש פארמאכט , און אין די גאנצע וועלט פארקערט ,דאס איז די בלויזע מציאות
מען האט דיר שוין מערערע מאל געבעטן, אן ערפאלג. אפשר רעכנסטו אויס די צענדליגער מקוואות אין אנדערע שטעט וואס זענען אפן-24-שעה-א-טאג-אן-קיין-פילטער-פאר-צוויי-דאלער?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
קוק צוריק ביטע עטליכע בלעטער דארט דא א ליסט אין מאנסיThink and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 11:14 amשעפעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 10:28 am אין מאנסי איז דא איבער 10 מקוואות אפען 24 שעה אן קיין פילטער , אין בארא פארק און אין לעיקוואד איז דא מער מקוואות אפען 24 שעה ווי אין וויליאמסבורג, אין יעדע אידישע שטאט איז דא, אין קרית יואל איז נישט דא אויסער ענגעל, אין גלילות קרית יואל איז דא עטליכע פאר צווישען 5 און 10 טאלער , אין קרית יואל גופא איז נישט דא אויסער ענגעל,
דאס אז די גאנצע וועלט איז דא א איבערפלוס און אמאל איז געווען פארקערט , אין פייוו טאונס איז קוים געווען א מקוה, און היינט פארקערט, וויליאמסבורג און קרית יואל ווערן מקוואות הערעמאטיש פארמאכט , און אין די גאנצע וועלט פארקערט ,דאס איז די בלויזע מציאות
מען האט דיר שוין מערערע מאל געבעטן, אן ערפאלג. אפשר רעכנסטו אויס די צענדליגער מקוואות אין אנדערע שטעט וואס זענען אפן-24-שעה-א-טאג-אן-קיין-פילטער-פאר-צוויי-דאלער?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
סתם נייגעריג, ס'איז טאקע דא פוסקים וואס האלטן אזוי?Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 2:31 amשעפעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:17 am סאיז אינטערסאנט אז פונקט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל , ווערן די אלע מקוואות וואס ווערן פענסי, ווערט עפעס הערעמאטיש פארמאכט 12 און בעטן אזש ביז 15 טאלער א מקוה! אבער אין אנדערע שטעט איבער די גאנצע וועלט און אין קליוולאנד האבן נישט די אלע פראבלעמען,
און הערשט זענען ביידע חלקים פון די באשולדיגונג נישט וואר. פונקט ווי אין יעדע אידישע שטאט זענען אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל צוגעשטעלט צענדליגער מקוואות אין די צופרי שעות ווען רובא דרובא מענטשן גייען אין מקוה. אויב וויל איינער גיין אין מקוה אין אנדערע שעות, צו ס'זאל זיין אין וויליאמסבורג, קרית יואל, בארא פארק אדער מאנסי האט ער פארשידענע אפשענס וואס זענען נישט אזוי צוגעשטעלט ווי אין די צופרי שעות. ער קען צאלן מער פאר א צוגעשטעלטע מקוה, אדער קען ער גיין אין א מקוה מיט א פילטער (וואס אסאך פוסקים האלטן אז ס'נישט קיין פראבלעם), וכהנה וכהנה.
כ'רעד פון די געווענליכע פילטערס, טבילת חיוב.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14048
געמעקט פון נייעס פון וויליאמסבורג
בושה תכסה פנינו.
כ'ווייס נישט צי זיי זענען געוועזענע וויליאמסבורגע צי סתם שקצים ושקצות, אבער ס_א פחד און א שרעק.
כ'ווייס נישט צי זיי זענען געוועזענע וויליאמסבורגע צי סתם שקצים ושקצות, אבער ס_א פחד און א שרעק.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
וואס גייט פאר?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:38 am בושה תכסה פנינו.
כ'ווייס נישט צי זיי זענען געוועזענע וויליאמסבורגע צי סתם שקצים ושקצות, אבער ס_א פחד און א שרעק.
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 1
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 22, 2023 11:52 pm
- x 2
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
אייוועלט איז פארשפארטוואף האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:51 amוואס גייט פאר?שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:38 am בושה תכסה פנינו.
כ'ווייס נישט צי זיי זענען געוועזענע וויליאמסבורגע צי סתם שקצים ושקצות, אבער ס_א פחד און א שרעק.
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
ס׳איז געווען א טראק פון נושרים ליידער. פאריאר פאסירט ענליך.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:38 am בושה תכסה פנינו.
כ'ווייס נישט צי זיי זענען געוועזענע וויליאמסבורגע צי סתם שקצים ושקצות, אבער ס_א פחד און א שרעק.
אייוועלט איז פארשפארט געווארן צוליב די איבערדרייענישן ביי עידן פעלעס. האט גארנישט מיט די אנדערע מעשה.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 22
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
- Location: Linden
- x 35
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
וואס זענען געווען ביידע מעשיות? וואס איז געווען ביי עידן פעלעס?בן מלך האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:59 amס׳איז געווען א טראק פון נושרים ליידער. פאריאר פאסירט ענליך.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:38 am בושה תכסה פנינו.
כ'ווייס נישט צי זיי זענען געוועזענע וויליאמסבורגע צי סתם שקצים ושקצות, אבער ס_א פחד און א שרעק.
אייוועלט איז פארשפארט געווארן צוליב די איבערדרייענישן ביי עידן פעלעס. האט גארנישט מיט די אנדערע מעשה.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 47
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 81
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
רעדנדיג מיט א תושב בפ אנהייב נאכט האט ער זיך אויסגערעדט אז סאיז זייער פארשלאפן היינט נאכט..
למעשה זאגט ער מיר יעצט ווי ער דאנקט די באשעפער אז בה ענדערש זאל זיין פארשלאפן ווי איידער די שרעקליכע הוליען 3 ביינאכט!
למעשה זאגט ער מיר יעצט ווי ער דאנקט די באשעפער אז בה ענדערש זאל זיין פארשלאפן ווי איידער די שרעקליכע הוליען 3 ביינאכט!
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
3:00 וואלט גוט געווען
עס האט אנגעהאלטן ביז 5:00
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
איי וויליאמסבורג וואזשע איז מיט דיר געשען
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
פארוואס קומען זיי דווקא קיין וומסב"ג?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געווען צוגעשטעלט א גרויסע סעודה פאר בחורים און זאכן זענען היפש ארויס פון קאנטראללינדען תושב האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 4:12 amוואס זענען געווען ביידע מעשיות? וואס איז געווען ביי עידן פעלעס?בן מלך האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:59 amס׳איז געווען א טראק פון נושרים ליידער. פאריאר פאסירט ענליך.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:38 am בושה תכסה פנינו.
כ'ווייס נישט צי זיי זענען געוועזענע וויליאמסבורגע צי סתם שקצים ושקצות, אבער ס_א פחד און א שרעק.
אייוועלט איז פארשפארט געווארן צוליב די איבערדרייענישן ביי עידן פעלעס. האט גארנישט מיט די אנדערע מעשה.
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
די עולם מישט אינגרויסן. געווען איין מעשה וואס האט גארנישט מיטן שטאט, א גרופע נושרים זענען געקומען איבערדרייען און מ׳האט זיי פאריאגט. די עיקר כאאס איז געווען ביי עידן, פשוט בחורים וואס זענען איינגעשפארט ווי טיגערס א גאנץ יאר האבן אויסגעגעבן זייער אנטריסונג.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:38 am בושה תכסה פנינו.
כ'ווייס נישט צי זיי זענען געוועזענע וויליאמסבורגע צי סתם שקצים ושקצות, אבער ס_א פחד און א שרעק.
איי הייליגע וויליאמסבורג. ווי איז נאך אזאנס ווי דיר.
געמעקטע פון 2 - נייעס פון וויליאמסבורג
אזוי מ’זאגט. ס’איז געווען צוויי באזונדערע זאכן.
איינס די גרופע נושרים העכער די הייוועי, וואס מ’האט פארטריבן נאך א שטיקל געראנגל. און א ריזיגע ש’כח פאר חברה שומרים פארן אפשטעלן די חברה.
די צווייטע איז געווען ביי בעדפארד פלאשינג ווי צולאזטע ( מוזיק פארדראגטע) בחורים זענען ארויסגעקומען פון א פארטי און געמאכט כאאס אויפן די גאס.
פאריאר איז געווען אקוראט די זעלבע תוצאות פון יענע פארטי סא קום נישט פארקויפן די ברוקלין ברירדזש וועגן עפעס א פרומע אינגערמאן מיט תערובת וואס האט גורם געווען די כאאס.

ס’איז בעסער צו איגנארירן די חברה זיי קומען זיך בלויז רייצן, און זיי קומען טאקע פארדעם קיין וויליאמסבורג ווייל זיי ווייסן אז דא גייט עס די מערסטע וויי טוען דעם ציבור.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:38 am בושה תכסה פנינו.
כ'ווייס נישט צי זיי זענען געוועזענע וויליאמסבורגע צי סתם שקצים ושקצות, אבער ס_א פחד און א שרעק.
ענדערש דארף מען פרובירן מוסיף צו זיין מיט עשה טוב און פארפלייצן די גאסן מיט חסידישע טענץ און מוזיק ווי למשל די עינים טראק, און אנדערע.
און פארשטייט זיך מתפלל זיי אז די אומגליקליכע נעבעך זאלן זיך שוין צוריקערן לאביהם שבשמים. און מ’זאל ביי די אייגענע זעהן נאר שמחה ונחת געזונטערהייט.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 30
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
- Location: Brooklyn
- x 39
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
למעשה איז אויף בעדפארד פלאשינג געווען משלנו וויליאמסבורגע בחורים אדער פון אנדערע געגענטער?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
אלעס משלנוהעלאו בעלאו האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 12:09 pm למעשה איז אויף בעדפארד פלאשינג געווען משלנו וויליאמסבורגע בחורים אדער פון אנדערע געגענטער?
Re: נייעס פון וויליאמסבורג
מאיר שלום האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 10:53 amס’איז בעסער צו איגנארירן די חברה זיי קומען זיך בלויז רייצן, און זיי קומען טאקע פארדעם קיין וויליאמסבורג ווייל זיי ווייסן אז דא גייט עס די מערסטע וויי טוען דעם ציבור.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 16, 2025 3:38 am בושה תכסה פנינו.
כ'ווייס נישט צי זיי זענען געוועזענע וויליאמסבורגע צי סתם שקצים ושקצות, אבער ס_א פחד און א שרעק.
ענדערש דארף מען פרובירן מוסיף צו זיין מיט עשה טוב און פארפלייצן די גאסן מיט חסידישע טענץ און מוזיק ווי למשל די עינים טראק, און אנדערע.
און פארשטייט זיך מתפלל זיי אז די אומגליקליכע נעבעך זאלן זיך שוין צוריקערן לאביהם שבשמים. און מ’זאל ביי די אייגענע זעהן נאר שמחה ונחת געזונטערהייט.
אין א שטאט פון פופצן טויזנט אינוואוינער האט זיך געמאכט "איין" באס מיט אזעלכע דראפאוטס!
וואויל צו דיר וויליאמסבורג! אזא שיינע דור ערצויגן. איבעראח מאכן זיך נושרים, אבער אז אין אזא ריזן שטאט זאל איין באס זיין אויף וואס אלע העיטערס כאפן זיך ארויף צו אראפרייסן אונזער סיסטעם, דאס איז באגריסנד!
פארשטייט זיך, כנעם נישט אוועק פונעם שרעקליכן פירצה. פוי יאמר להם.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל