דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:25 pm
מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:17 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 25, 2023 4:50 pm
אזוי שרייבט רבי הילל מקאלאמייע, אז ס'איז יעצט אריינגעקומען א נייע מאדע פון "פארוק" וואס איז ממש אויפגעדעקט ר"ל... עפעס וואס דער חת"ס וואלט שוין יא ארויס אפן דערקעגן...
 
מראה מקום?
 
1.jpg
2.jpg
 
סאיז בכלל נישט מוכרח אז ר’ הלל באציט זיך צו א פרישע מציאות. ער לייגט דא אראפ א בכלליותדיגע תהליכה וויאזוי זאכן דערקייקלען זיך מדחי אל דחי, ער הייבט אן פון דזשולערי, ער רעדט פון פריצות בכלליות און גאווה מגייט מיט קישוטים און בגדי שחץ..... נאכדעם זאגט ער ”אן אייגענער” טעם פארוואס דער חת”ס האט נישט גע’אסר’ט קיין שייטלעך פארן רבים... (אבער איר זעהט דא אז ער האט נישט גע’אסר’ט..)... נאכדעם שטעלט ער אוועק ”מדעת עצמו” אז א שייטל צודעק איז די מינימום...  בכלל נישט אז ער לייגט דא אראפ עפעס א פרישע געשעעניש.
איבער דעת חת”ס ותלמידיו האבעך אסאך חומר, און נאכאמאל צו קלארשטעלן, ווער סאיז זיך מעלים עין אז ר’ הלל איז געווען א אויסערגעווענליכער קנאי און שארפער אינגאנצן אנדערש פון רובם ככולם תלמידי חת”ס איז זיך פשוט מעלים עין פון מציאות. זיין מיינונג אויף שייטלען קען מען עקסטער דורכגיין, אבער דאס איז ”זיין” מיינונג און צו עס לייגן אלץ דער מיינונג פשוט פון די אלע תלמידי חת”ס איז סתם דאמירן בעלמא.
ר’ הלל צייגט צו די איסור פון דער תשובה מאהבה אלץ טעם צו אסר’ן שייטלען.. 
(וואס ציווארפט אגב די גאנצע באר שבע און בויט די גאנצע איסור אויף אן אלי’ רבה וואס ער גופא ברענגט אראפ די שלטי גיבורים להתיר פאה נכרית הלכה למעשה.. סאו די תשובה מאהבה גופא איז שווער.. חוץ די חשש אז סוועט זיך ענדיגן מיט גילוי שערות ממש... עפעס וואס דאס מציאות האט זיך שוין געטוישט בימינו און למה תתראו איז אויכעט שוין נישט שייך היינט ווייל דער גוי ערווארט שוין נישט אנדערש.)
ער שרייבט אז די היתר אויף שייטלען איז רפוי (פיין דעת ר’ הלל זצוק”ל),  ער זאגט דאך אליינס אז דער חת”ס האט עס קיינמאל נישט גע’אסר’ט... פיין, לדעתו אלץ כשם שמצווה לומר דבר הנשמע וכו’...
דערויף שרייבט דאך שוין דער ערלויער רב אין אמרי סופר בשם זיין זיידע דער התעוררות תשובה א זון פונעם כתב סופר און אזוי שרייבט אויכעט הגאון ר’ גבריאל ציננער בעל נטעי גבריאל בדעת רבו דער ויחי יוסף... אז סאיז נישט פשט אז דער חת”ס איז נישט געווען בכח ווייל דער עולם גייט אים נישט פאלגן נאר ער האט זיך נישט געשפירט בכח צו ארויפלייגן אויפן ציבור צו גיין לחומרא נגד פשטות הרמ”א, לבוש,  מג”א, אלי רבה און פרי מגדים... ער וואלט עס געקענט אויספירן... ער האט נאר נישט געוואלט.
אגב לייגט דער אמרי סופר צו אז בפשטות האט מען זיך שוין אזוי געפירט אין פרעסבורג נאך פון די צייטן פון ר’ משולם איגרא וואס האט אזוי גע’פסק’נט הלכה למעשה און דער חת”ס האט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט קעגן די מנהגי פרעסבורג אפילו ווען סאיז אים פערזענליך נישט געפאלן.
קיצור, פילע פילע מקורות זענען דא אז די טעם פארוואס דער חת”ס האט נישט גע’אסר’ט שייטלען האט גארנישט.. אבער גארנישט! מיט כשם שמצוה לומר.
ויותר מזה, מטרעפט נישט קיין רמז אין די דברי רבני אויבערלאנד איבער צודעקן די שייטל, חוץ ר’ הלל וואס האט עס בעצם אינגאנצן גע’אסר’ט אנדערש פון זיינע רבי’ס און חבירים הקדושים.
הלואי כהאב די צייט צו צולייגן, די הלכה, מציאות וכו’ וכו’ אבער כהאב נישט.
------
ונקוט האי כללא בידך, ווער סוויל זיך נישט סתם מתעקש זיין קאפ אין וואנט:
שייטלעך האט מיט קיין השכלה גארנישט! און מיט גזירת המלבושים צוויי מאל גארנישט!
סהאט מיט די אנגענומענע גואישע סטאנדארט פון זיך קליידן און די מלבושים טוישן זיך לפי זה. דאס הייסט נישט נאכגעמאכט דעם גוי חוקת הגוי וכו’ סאיז דא א מהרי”ק וואס שטעלט אוועק וואס הייסט חוקת הגוי און זיך קליידן ווי די אנגענומענע וועלטליכע סטאנדארט הייסט ”נישט” חוקת הגוי.
אין איטאליע איז די ערשטע פלאץ וואו די גויטעס זענען געגאנגען אויפגעדעקט, איז דארטן די שייטלעך די ערשטע אריינגעקומען.
בזמן החת”ס א דור צוויי פריער האבן די גויטעס אנגעהויבן גיין אויפגעדעקט די האר פון קאפ.. זה לעומת זה איז די שייטל לבוש אריינגעקומען ביי די אידישע נשים צנועות. דאס איז דאס מציאות.
אין אנדערע ווערטער, אונזערע באבעס זענען געגאנגען באדעקט.. ווייל אזוי האט דער גוי אויכעט געטון! גארנישט מיט הלכה! א שטייגער ווי די מיידלעך אין די ספרד’ישע מדינות וואו די אראבערס דעקן צו די מיידלעך די האר.. עפעס וואס די תורה פארלאנגט בכלל נישט!
סאיז די אלגעמיינע לבוש וואס איז קובע! 
דער דברי חיים שרייבט א מציאות בימיו אלץ איידעם פונעם ברוך טעם.. ווייל סאיז נאכנישט געווען! צו ווייסט איר אז דער ברוך טעם איז מתיר שייטלעך לכתחילה? אדער דאס ווילט איר נישט וויסן? סאיז נישט געווען ווייל סאיז 
נאכנישט געווען... יעצט איז עס דא ווייל סאיז שוין דא... דאס אלעס האט נישט מיט קיין הלכה... דאס איז פשוט א טויש אין מציאות. די תורה לאזט לכתחילה! און דאס איז וואס איז אונז נוגע!
מקען זיך מתעקש זיין ווער סוויל.. פיין.
--------
דער לבושי מרדכי פסלט אפ מניה וביה די וועלכע ווילן אוועקשטעלן די שייטל אלץ ספיקה דאורייתא.. עמיצער אין די שייטל ליידענדע וועט דאס נאכברענגען? א לבושי מרדכי וואס איז מתיר שייטלעך לכתחילה? א פייג.. סשטימט נישט מיט די אגענדע.. איי אין אונגארן איז א פסק פון דער לבושי מרדכי געווען שטערקער ווי א משנה ברורה אבער למאי נפק”מ? מיר ווילן דאך יעצט אסרן שייטלען...
צו ווייסט עמיצער אז דער כתב סופרס טעכטער זענען געגאנגען מיט שייטלעך ע”פ הסכמתו..? ווייל ער האט געהאלטן אז די צוואה איז נאר נוגע פאר די קינדער און נישט די אייניקלעך... למאי נפק”מ? סשטימט דאך נישט מיט די אגענדע...
צו ווייסט עמיצער פון א שו”ת מהר”ם שיק וואס איז דן איבער נעמען האר פון מתים פאר א שייטל? למאי נפק”מ? סשטימט דאך נישט מיט די אגענדע...
משכילים! 
------
א ספיקה דאורייתא אויף שייטלען צוליב א מעגליכע טעם אין ופרע את ראש האשה? סאו יעדע טעם איר קענט אריינזעצן ביים לערנען חומש רש”י אין סיי וועלכע מצוה ווערט יעצט א ספיקא דאורייתא??? לא כך למדינו אבותינו ורבותינו... די תורה פאסירט נישט אזוי... סאיז דא א ש”ס און שו”ע.. איר קענט נישט מוסיף טעם זיין כפי ראות עיניכם און בויען פרישע איסורים. אזאנס קען נישט געמאלט זיין!
-----
מאנכע טענה’ן פרויען זעהען אויס ווי בתולות!! אינגעלייט קאנען נישט גיין אויפן גאס.... סאו קודם שפארט איין אלע בתולות אליינס..... צו ווייסט איר אז דער גאב”ד/ראב”ד שטעלט אוועק אין זיין ספר צו מתיר זיין שייטלען לכתחילה אז א פרוי באלאנגט מיט האר און דאס איז איר צורה?! 
אוואדע! א פרוי מאכט נסיונות און צוליב דעם טאר מען נישט קוקן אויף א פרוי!
די טעם פון זיך צודעקן די האר האט גארנישט אבער גארנישט מיט ערוה (בשורשו, איינמאל סאיז אסור איז עס אסור ווי אן ערוה), ווייסט איר פון איין איסור ערוה וואס איז מותר ביז צו די חתונה? סאיז בהכרח נישט פשוט די גאנצע ”טעם” פארוואס א חתונה געהאטע פרוי דארף זיך צודעקן. זי דארף ווייל אזוי הייסט די תורה, אבער די טעם דערינטער? אפשר ווייל זי אליינס זאל וויסן אז זי איז חתונה געהאט? מן יימר סהאט בכלל מיט דער זעהער? סזענען דא דערויף לכאן ולכאן, קיין דבר פשוט איז עס בהחלט נישט.
למאי נפק"מ? זייער פשוט, צו ממעג סאבסיטוטן ציגעדעקטע האר מיט א שייטל.. און יא, מיר האבן א שלטי גיבורים און רמ"א והנושאי כלים אז ממעג... דאס הייסט נישט אויסגעשפילט די איסור ווייל די גאנצע איסור איז נישט פשוט אז א פרוי זאל נישט אויסזעהן ווי זי האט האר. ניין.. זי מעג.
צו ווייסט איר אז דער ”פוסק הדור” דער גאב”ד/ראב”ד שטעלט אוועק אז אלע טעמים צו אסרן שייטלעך איז שוין נישט שייך היינט בימינו? אדער דאס זאגט מען אייך נישט? ווייל סשטימט נישט מיט די אגענדע..
איר ווייסט דעם גאב”ד/ראב”ד’ס מליצה:
במקום שבעלי תשובה עומדים צדיקים גמורים כבר עומדים שם!
איר קענט ברענגען וויפיל נעמען פון תשובות איר ווילט... ווען פשטות השו”ע והנושאי כלים זענען מתיר לכתחילה איז נישטא וואס צו רעדן!
צו ווייסט איר אז דער שבט הלוי’ס זון האט נאך בימיו מפרסם געווען א מכתב אין וועלכע ער איז מברר דעת אביו אז שייטלען זענען מותר, און דאס וואס דער שבט הלוי שרייבט ואין לנו כח להכריע באדייט אז ער קען נישט מכריע זיין לאיסור... אדער דאס זאגט מען אייך נישט? ווייל סשטימט נישט מיט די אגענדע...