בלאט 17 פון 28

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 10:08 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נסיון העושר...

ביליאנער אילאן מאסק דערציילט אז ער האט איבערגעלעבט צוויי אטענטאט פרואוון אין לעצטע זיבן מאנאטן‎.

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 10:11 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ניקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:17 am שווערע וואלדפייערן בוזשעווען און ניו מעקסיקא, ווי די פייערן זענען ארויס פון קאנטראל,
די גאווענער פון שטאט האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערזשענסי
איינער אומגעקומען.

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 10:18 pm
דורך מיילעך פריילעך
פיליפ מאריס שטעלט אפ די פראדוקציע פון zyn ניקעטין גאם איבער א סובפונע פון די DC אטוירני דזשענעראל.

אין די סובפונע פארלאנגט ער א ערקלערונג וויאזוי די פראדוקט פארלעצט נישט א געזעץ פון דריי יאר צוריק קעגן פלעיווארד טאבאקא פראדוקטן.

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 10:27 pm
דורך מיילעך פריילעך
לואיזיאנא איז געווארן דער ערשטער סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן צו פארלאנגען אז די עשרת הדברות זאלן ווערן אויפגעהאנגען אין קלאס צימערן.

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 11:25 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:27 pm לואיזיאנא איז געווארן דער ערשטער סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן צו פארלאנגען אז די עשרת הדברות זאלן ווערן אויפגעהאנגען אין קלאס צימערן.
👍

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 11:26 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:27 pm לואיזיאנא איז געווארן דער ערשטער סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן צו פארלאנגען אז די עשרת הדברות זאלן ווערן אויפגעהאנגען אין קלאס צימערן.
פשט?

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 11:28 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:26 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:27 pm לואיזיאנא איז געווארן דער ערשטער סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן צו פארלאנגען אז די עשרת הדברות זאלן ווערן אויפגעהאנגען אין קלאס צימערן.
פשט?
אמאל איז עס געהאנגען אין אלע פאבליק סקולס ביז די לינקע כופרים האבן געעפענט א קאמפיין עס אראפ צו נעמען...

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: מיטוואך יוני 19, 2024 11:59 pm
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:08 pm נסיון העושר...

ביליאנער אילאן מאסק דערציילט אז ער האט איבערגעלעבט צוויי אטענטאט פרואוון אין לעצטע זיבן מאנאטן‎.
דעטאלן?

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:58 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:17 am שווערע וואלדפייערן בוזשעווען און ניו מעקסיקא, ווי די פייערן זענען ארויס פון קאנטראל,
די גאווענער פון שטאט האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערזשענסי
איבער 8,000 מענטשן האבן שוין עוואקואירט פון זייערע היימען צוליבן פייער

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:02 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:22 am Screenshot_20240619_032149_Chrome.jpgScreenshot_20240619_032134_Chrome.jpgScreenshot_20240619_032105_Chrome.jpg
פלאמען
Screenshot_20240620_105937_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240620_105937_WhatsApp.jpg (276.52 KiB) געזען געווארן 368 מאל

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:02 am
דורך ניקל
מערקט די שפיגל פונעם קאר, קוקט אויס ווי די זוהן שיינט אויף, עס איז פלאמען!
Screenshot_20240620_105945_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240620_105945_WhatsApp.jpg (308.4 KiB) געזען געווארן 368 מאל

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:03 am
דורך ניקל
חורבנות
Screenshot_20240620_110008_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240620_110008_WhatsApp.jpg (550.31 KiB) געזען געווארן 368 מאל
Screenshot_20240620_110013_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240620_110013_WhatsApp.jpg (563.39 KiB) געזען געווארן 368 מאל
Screenshot_20240620_110029_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240620_110029_WhatsApp.jpg (529.71 KiB) געזען געווארן 368 מאל

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:03 am
דורך ניקל
Screenshot_20240620_110021_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240620_110021_WhatsApp.jpg (281.18 KiB) געזען געווארן 368 מאל
Screenshot_20240620_105954_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240620_105954_WhatsApp.jpg (254.09 KiB) געזען געווארן 368 מאל

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 20, 2024 8:23 pm
דורך מיילעך פריילעך
א נייע שטודיע דורך פיו ריסערטש צייגט אז א גרויסע טייל שווארצע אין אמעריקע גלייבן אז פילע אינסטיטוציעס זוכן זיי צו אונטערברענגן.

מ'מאכט נאך מעדיצינישע עקספערימענטן אויף זיי, די טורמעס סיסטעם איז געמאכט קעגן זיי, לוקסריעזע קאמפאניס מאכן טייערער פראדוקטן זיי צו באנקראטירן, און די פירמעס דיסקרימינירן קעגן זיי ביי הייערינג פאליציי לאזט דווקא דראגס אין גאנס אין זייערע געגענטער זיי צו אונטערברענגן, שווארצע פאליטיקאנטן ווערן מער אפט אראפגעריסן און נאך.


דאס איז אלס 60-70 פראצענט.


דאס איז בשעת וואס די פאקטן צייגן אויף פארקערט און אויב עפעס באקומען זיי מער פריוועליגיעס פון די אינסטיטוציעס.

דאס ברענגט אן א שטארקע יאוש פראבלעם.

פארשטייטזיך אז פיו האט באלד צוריקגעצויגן פון די פאליטישע אומקארעקטע שטודיע און פאראכטן.

גראדע פון אייגענע עקספיריענס האב איך לעצטנס גערעדט צו א בני חם און ער האט מיר מסביר געווען ווי באקריוודעט זײ זענען דורך די סיסטעם, כ'האב נישט געהעריג געהאט קיין צייט פאר א אויפקלערונג אן ער זאל ווערן געטשעפעט האט מען עס געלאזט ביי דעם.

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 2:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:27 pm לואיזיאנא איז געווארן דער ערשטער סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן צו פארלאנגען אז די עשרת הדברות זאלן ווערן אויפגעהאנגען אין קלאס צימערן.
קאליפארניע גאווערנער געווין ניוסאם רייסט אראפ לוזיאנא'ס באשלוס.

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 2:24 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א שיסעריי אין ארקענסאו. אכט געשאסענע.

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 6:32 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 2:24 pm א שיסעריי אין ארקענסאו. אכט געשאסענע.
ווייניגסטנס צוויי אומגעקומען.

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: פרייטאג יוני 21, 2024 6:32 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 2:24 pm א שיסעריי אין ארקענסאו. אכט געשאסענע.
די סצענע.
Image_20240621_150530_425.jpeg
Image_20240621_150530_425.jpeg (176.33 KiB) געזען געווארן 297 מאל

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 12:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
34 טעסלע סייבער טראקס זענען וואנדאליזירט געווארן אין א טעסלע לאקאציע אין פלארידע מיט שענדליכע לאזונגען קעגן אילאן מאסק.
20240622_225941~2.jpg
20240622_225941~2.jpg (170.85 KiB) געזען געווארן 284 מאל
@נקדימון

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 12:29 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א באריכט לויטעט אז אמעריקע האט געגעבן די ערלויבעניש פאר איראן צו אוועקשטעלן שטימען לאקאציעס אין אמעריקע פאר אבסענטי בעלעטס ווי איראנער בירגער זאלן קענען אפגעבן זייער שטימע אין די איראנער [כמו לעגיטימע] וואלן וואס קומט פאר דארט די וואך.
20240623_010637~2.jpg
20240623_010637~2.jpg (141.18 KiB) געזען געווארן 284 מאל
@נקדימון

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 2:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ארעסטאנט וועלכע האט באוויזן צו אנטלויפן פון א טורמע אין טעקסאס איז געכאפט געווארן נאך א קורצע געיעג און געווארן צוריקגעפירט איו טורמע.

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 6:35 pm
דורך שאינו יודע לשאול
13 פארוואונדעט אין א שיסעריי די נאכט אין אלאבאמא.

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 6:38 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א פאליציי אפיציר האט זיך נעכטן געאיילט צו א ביעטש אין קאנעטיקוט נאכן הערן היסטערישע געשרייען פון יענע ריכטונג

אנקומענדיג אהין האט ער באוויזן אפצוהאלטן אין די לעצטע מינוט די פלענער פון א פאטער וועלכע איז אהינגעקומען דערטרונקען זיינע צוויי קינדער וועלכע זענען נאך אונטער 3 יאר אלט.
5Y5EU6.jpg
5Y5EU6.jpg (38.61 KiB) געזען געווארן 270 מאל
@הכל הבל

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 7:58 pm
דורך מיילעך פריילעך
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 2:23 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:27 pm לואיזיאנא איז געווארן דער ערשטער סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן צו פארלאנגען אז די עשרת הדברות זאלן ווערן אויפגעהאנגען אין קלאס צימערן.
קאליפארניע גאווערנער געווין ניוסאם רייסט אראפ לוזיאנא'ס באשלוס.
טראמפ האט היינט געזאגט אז ער האלט יא דערפון!

Re: נייעס אין אמעריקע

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 8:04 pm
דורך מיילעך פריילעך
א פארדעכטיגטער שיסער איז אין ארעסט נאך א שיסעריי אין א ארקענסא גראסערי געשעפט דעם פרייטאג. לויט ווי די פאליציי זאגט זענען אמווייניגסטנס דריי מענטשן אומגעקומען און 10 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן.