דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

נייעס אין אונזער קווארטאל
א טראכטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:38 pm
x 79

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך א טראכטער »

totty האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 11:28 am
א טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 10:27 am
totty האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 1:01 am


יישר כח אבער יעצט זענט איר אין די געים פון ביי ביי קארעלע מיט אים...
צייט האט ער מער פון אונז אלע און די לעצטע מעסעדש וועט ממילא זיין פון אים אפגעזעהן צי ער האט א תשובה אויף די קשיא הגדולה וואס מווארט נאך אלס און אויף אלע אנדערע קשיות און שקרים..

א מבקש אמת האט שוין אלעס געזעהן און לאמיר מקיים זיין דעם דום לה' והתחולל לו השכם והערב עליהם לבית המדרש והם כלים מאליהם
א גוט וועג זיך ארויסצודרייען פון די קשיא'ס וואס ער פרעגט דיך ...
מיט אים אליין רעד איך נישט נאכן כאפן די אפענע שקרים
אבער אויב ווילט איר כזאל ענטפערן פארן ציבור ווייל כאילו כהאב נאך נישט גענוג גענטפערט
איז מאך מיר א דיעל ערשט זאל ער אדער איר ענטפערן אויף די קשיות וואס מהאט אים געפרעגט וועט מען דן זיין צי איך דארף אים ענטפערן די קשיות זיינע
וואס רוב האט מען שוין גענטפערט עטליכע מאהל אפילו מיט דאקומענטן און טייל איז בכלל נישט נוגע לגופו של ענין
ווי זאל די געשפרעכן פארקומען .. און טערקיי אדער און אמאן...

בקיצור די האלטס נישט ביים ענטפערן אויף זיינע קשיא'ס,
משה זיכמעך
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
Location: kj ruzin rd 11
x 106

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך משה זיכמעך »

א טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 11:50 am
totty האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 11:28 am
א טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 10:27 am

א גוט וועג זיך ארויסצודרייען פון די קשיא'ס וואס ער פרעגט דיך ...
מיט אים אליין רעד איך נישט נאכן כאפן די אפענע שקרים
אבער אויב ווילט איר כזאל ענטפערן פארן ציבור ווייל כאילו כהאב נאך נישט גענוג גענטפערט
איז מאך מיר א דיעל ערשט זאל ער אדער איר ענטפערן אויף די קשיות וואס מהאט אים געפרעגט וועט מען דן זיין צי איך דארף אים ענטפערן די קשיות זיינע
וואס רוב האט מען שוין גענטפערט עטליכע מאהל אפילו מיט דאקומענטן און טייל איז בכלל נישט נוגע לגופו של ענין
ווי זאל די געשפרעכן פארקומען .. און טערקיי אדער און אמאן...

בקיצור די האלטס נישט ביים ענטפערן אויף זיינע קשיא'ס,
ער האט אסאך שוין געבעטן א תשובה אויף די קשיא איבער די 99 פארצענט מוסדות פארוואס זיי פאלגן נישט אפסטעד און ער האט קיין תשובה נישט באקומען און אויף די א.ג. קשיות פון @פארטריבן האט ער שוין גענטפערט גענונג ווייט אז יעדער נארמאלע מענטש וואלט אראפ פון בוים און זיך באהאלטן פאר פערציג טעג אבער אז ער מאכט נייע קשיות שלא מן הענין אדער חזרט איבער אויף וואס @totty האט שוין מערער מאהל גענטפערט
דארף ער טאקע נישט ענטפערן

אז ער מאכט עס זאל ווערן באדעקט מיט 5 נייע בלעטער ווערט נאכנישט אויס די קשיא
און עס ווערט נאכנישט אויס די איבערווייס אז פארטריבן פארקויפט דא נישט קיין פינטל אמת נישט

דא האסטו איינס
viewtopic.php?p=239853#p239853
נאך איינס
viewtopic.php?p=240392#p240392

און די ביידע איז שוין נאך וואס כהאב אים נישט געלאזט א וואך צייט ענטפערן ביז ער ענטפערט אים נישט א תירוץ אויף די קשיא איבער 99 פארצענט מוסדות און ער האט נישט גענטפערט

לדוגמא איין קשיא פרעגט שוין @פארטריבן מיליאן מאהל כדי מזאל מיינען אז קיינער האט נישט קיין תירוץ
און דא זעה איך אז שוין 10 בלעטער צוריק האט שוין @totty געענטפערט מיט אפענע פראף און דאקומענט אבער פראטריבן שרייט ווייטער די קשיא אז דער וואס ליינט זאל מיינען אז קיינער האט נישט קיין תשובות...
viewtopic.php?p=237028&sid=b7aa4a1378d4 ... e6#p237028
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8544
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21025

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אידן טייערע! קייען שטרוי האט אויך א גבול! גיסן פעך און שוועבל אויף די לבנה האט אויך א שיעור! רעדן שארפע שטותים מעג נעמען א עק!

קיינער דארף נישט געבן קיין תשובות אויף גארנישט, נאר דער וואס באשמוצט אנדערע מיט לופטיגע דאקומענטן!

ער, און נאר ער, איז שולדיג תשובות! ווייל ער האט נישט! ער בויט פיתום ורעמסס אויף גארניקס! א לופטיגע געביידע וואס שטייט אויף לעכעריגע זאלץ! נאדא זילטש, נישטא גארנישט, ער ענטפערט נישט, ער רעדט נישט, ער זאגט נישט, ער גיסט שמוץ אויף שמוץ אלעס געבויט אויף פארמעקטע ווערטער אויף דאקומענטן וואס דעקן אויף דאס פארקערטע.

600,000 קערעקטערס מאכן נישט א מענטש גערעכט!

10 טאן שטותים מאכט נישט א ליגנט אמת!

700 גאלאן תועבה מאכט נישט יענעם מתועב נאר דעם שרייבער אליינס!

מען פרעגט דיר קושיות, און דו פרעגסט צוריק! א שיינע מעשה... האסט נישט קיין תשובות! נעקסט פליז!
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 625
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 461

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך פארטריבן »

משה זיכמעך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 1:52 pm ער האט אסאך שוין געבעטן א תשובה אויף די קשיא איבער די 99 פארצענט מוסדות פארוואס זיי פאלגן נישט אפסטעד און ער האט קיין תשובה נישט באקומען און אויף די א.ג. קשיות פון @פארטריבן האט ער שוין גענטפערט גענונג ווייט אז יעדער נארמאלע מענטש וואלט אראפ פון בוים און זיך באהאלטן פאר פערציג טעג אבער אז ער מאכט נייע קשיות שלא מן הענין אדער חזרט איבער אויף וואס @totty האט שוין מערער מאהל גענטפערט
דארף ער טאקע נישט ענטפערן

אז ער מאכט עס זאל ווערן באדעקט מיט 5 נייע בלעטער ווערט נאכנישט אויס די קשיא
און עס ווערט נאכנישט אויס די איבערווייס אז פארטריבן פארקויפט דא נישט קיין פינטל אמת נישט

דא האסטו איינס
viewtopic.php?p=239853#p239853
נאך איינס
viewtopic.php?p=240392#p240392
עס וועט אייך אלע גארנישט העלפן דאס לייגן לינקס צו אלטע פאוסטס וואס זענען שוין לאנג אפגעוואנדן געווארן, און אויפגעוויזן געווארן די לעכערליכקייט דערפון,
(און דאס וואס די מיטגלידער פון די 'מסורה' פאראיין שע"י חינוך יו.קעי. און די אלע מיט פארטייאישע נגיעות, טוען דאס נישט אקצעפטירן און פרובירן ווייטער צו חושען און מישען, איז זייער פארשטענדליך, און מיר האבן דאס פאראויסגעזאגט אז מיר ערווארטן נישט זיי זאלן מודה זיין, מיר שרייבן נאר פאר די וואס ווילן וויסן דעם 'ריינעם אמת').

אבער היות זייערע לעכערליכע און זינלאזע געשרייבעכצער - וואס קלעבט באמת ניטאמאל אויפן פאפיר- קען אפשר מאכן אביסל א צומישעניש און אומסדר, דעריבער וועלן מיר יעצט מאכן א שטיקל סדר און סך הכל פון די ריפארטס פון די מוסדות פון וואס מען האט דא אויפגעברענגט ביז אהער, ווי פאלגענד:

בנוגע סאטמאר היי סקול
איז שוין קלאר אויפגעוויזן געווארן דאס וואס מען זעהט אין די 25' ריפארט ווי זיי האבן זיך שוין ליידער 'יא' געבראכן אויף די איינע פון די געמיינע לימודים וואס אין 24' האבן זיי זיך נאכנישט געהאט געבראכן, ווי @totty אליין האט דאס גענוצט צו ברענגען א באווייז אז דער מוסד לערנט נישט די עניני תועבה, און בשעת מעשה בכוונה באהאלטן די נייע ריפארט פון 25'.

וואס די סך הכל פון די 25' ריפארט זעהט מען ווי די סאטמארע היי סקול האט שוין גערוקט זייער רויטע ליניע ביזן לעצטן שטאפל, און טאקע נאר אויף די גאר געמיינע לימוד פון די לעצטע שערי טומאה פון רעספעקטירן די 'אנשי תועבה', אויף דעם האט דער מוסד זיך 'דערווייל' נישט געבראכן, אבער אויף די צווייטע זאך וואס פון דעם האט מען געברענגט די ראי' פון די 24' ריפארט, אויף דעם האבן זיי זיך ליידער יא געבראכן, און אריינגעגעבן פאר די רעגירונג א קוריקולום צו ווייזן אז מען גייט לערנען אט די אלע זאכן וואס נעמען אריין פארשידענע אומאיידעלע זאכן.

און די אלע 'מסורה' באבקעס, אז אין די ערשטע ריפארט מיינט עס שמוץ און ביי די צווייטע ריפארט מיינט עס נעמען רשות צו נוצען יענעמס חפץ, און אזוי אויך אז אנליין סעיפטי וואס סאטמאר האט נישט געוואלט לערנען ביז אפסטעד האט זיי באצווינגען דאס לערנען, רעדט זיך פון TAG טעכנאלאגיע אווערנעס וכו', די אלע זינלאזע שטותים און לאקשן קען מען אפשר פרובירן צו פארקויפן פאר מענטשן וואס לעבן בעולם הדמיון, און נישט פאר קיין שום נארמאלע באזעסענע מענטש מיט אביסל שכל הישר.

און דאס איז שוין חוץ פון די אלע אנדערע זאכען וואס די סאטמארע סקול האבן זיי שוין געבראכן במשך די אלע יארן ביז 24', ווי מען קען זעהן אין אלע אנדערע ריפארטס, בפרט דאס אריינגעגעבן שוין אין 22' די געשריבענע סקול פאליסי איבער די גאר גאר געמיינע לימוד, וואס אין די פאליסי דארף מען אויסרעכענען פאר די רעגירונג פונקטליך וואס און וויאזוי מען גייט דאס לערנען אין פאל איינער פון די עלטערן וועלן נישט אויסשרייבן זייער קינד, אדער א קינד העכער 15 יאר וועט דאס אליין פארלאנגען, וואס די עצם אריינגעבן אזא געשריבענע פאליסי וואס באשטעטיגט אז בעצם האט די מוסד נישט קיין פראבלעם מכח אונזער רעליגיע דאס צו לערנען, איז א קלאר עובר געווען אויף די פסק פון זייערע אייגענע רבנים פון חינוך יו.קעי. אז די מנהלי המוסדות דארפן זאגן בלישנא דלא משתמע לתרי אנפין אז מיר 'טארן' נישט און 'וועלן' נישט לערנען אט די טריפה'נע זאכן.

די סך הכל וואס קומט ארויס למעשה, אז די סאטמאר סקול האט זיך שוין ליידער געבראכן אזוי סאך און זייער רויטע ליניע האט זיך שוין אזוי ווייט גערוקט, אז עס איז שוין אנגעקומען צו די זעלבע דרגא ווי אנדערע סקולס וואס זענען סאך סאך שוואכער, וואס יענע האבן זיך אויך נאך 'דערווייל' נישט געבראכן אויף אט די געפערליכע ענין און נאכנישט אריינגעפאלן אין די לעצטע שערי טומאה פון אויסלערנען צו רעספעקטירן די תועבים או אנשי דור המבול, וואס זענען די געמינסטע און נידריגסטע פון די בריאה.

קושיא מעיקרא ליתא
ממילא די גאנצע קשיא זיינע הייבט זיך ניטאמאל אן, ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט אויפגעוויזן אז 99 פראצענט ריפארטס זעהט מען אז די מוסדות גיבן זיך נישט אונטער פאר אפסטעד, חוץ וואס בעצם האט ער נאך ניטאמאל געברענגט קיין 99 פראצענט ריפארטס, נאר 3 ריפארטס, (און אפילו מען וועט זאגן אז אין לאנדאן זענען נאר דא 4 מוסדות, דאן שטימט אויך נישט די חשבון פון 99 פראצענט, ווייל 3 פון 4 איז 75 פראצענט), אבער אפילו פון די 3 ריפארטס וואס ער האט שוין יא געברענגט האבן מיר שוין אויפגעוויזן אז די סאטמארע היי סקול האט זיך 'יא' קלאר געבראכן און אונטערגענומען צו לערנען אפילו לימודים וואס האבן אין זיך עניני תועבה, און זיי האבן זיך נאר אפגעהאלטן פון די סאמע לעצטע שערי טומאה.

און דאס אלעס ביז אהער איז נאר בנוגע די סאטמאר סקול, וואס איז פון די 3 מוסדות וואס דארפן לשיטתו פארמירן די גאנצע 99 פראצענט מוסדות אין לאנדאן, און מיר האבן נאך בכלל נישט בארירט צו באהאנדלן די ריפארטס פון די אנדערע 2 מוסדות וואס ער האט געברענגט, וואס מיר וועלן נאך אי"ה צוריקקומען אויפווייזן אויך פון די ריפארטס פון יענע מוסדות וויאזוי זיי האבן זיך 'יא' אונטערגענומען צו לערנען לימודים אסורים, (די 2 אנדערע מוסדות בעלז היי סקול און בנות ירושלים זענען טאקע נישט אויף די זעלבע דרגא, און עס איז פארהאן א גאר שטארקע קאנטראסט צווישן די צוויי מוסדות, כלפי די זאכן וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען, אבער סוכ"ס האט יעדער פון זיי זיך שוין גערוקט און נאכגעגעבן געוויסע זאכן פאר די רעגירונג, זה בכה וזה בכה).

ריפארטס פון אנדערע מוסדות
בנוסף לזה האבן מיר שוין גאנץ אנהייב גערעדט פון די ריפארט פון די יסודי התורה היי סקול, וואס דער מוסד האט ביי אנדערע פון זייערע אפטיילונגען, אויפגעהאנגען די געמיינע תועבה פענער אויף זייער בנינים און שטח המוסד, און ביי די געשריבענע סקול פאליסי פון אט די היי סקול אויף די געמיינע לימודי תועבה, שטייט דארט קלאר ווי זיי האבן זיך שוין אפילו געבראכן אויף דעם שער הנו"ן של טומאה צו רעדן פון די געמיינסטע אנשי תועבה.

דערנאך האט מען שוין ארומגערעדט פון די סקווירא סקול ריפארט פון 19' וואס דארט איז אויך געשטאנען געפערליכע זאכן וואס דער מוסד האט זיך דאן אונטערגענומען, וואס אויף דעם האט דער חשוב'ער רב אין לאנדאן מוחה געווען ברבים (און קיינמאל נישט צוריקגעצויגן ברבים), און די בלאף וואס די חינוך יו.קעי. האט זיי געהייסן שרייבן אז זיי האבן 'אנגעבליך' ארייגעשיקט 2 מחאה בריוון, האט זיך שוין אויפגעוויזן דער בלאף נאך וואס מען האלט מען שוין 6 יאר נאכדעם, און דער בריוו איז נאכאלץ נישט געזעהן געווארן לאור עולם.

אבער ב"ה אז דער סקווירא מוסד, האט נאכדעם וואס עס איז געווארן די געפערליכע שטורעם אין די שטאט וועגן די ריפארט, געמאכט א ריקצוג, און ביי די שפעטערע לעצטערע ריפארטס שטייט שוין נישט די געפערליכע זאכן וואס זענען געשטאנען אין די ריפארט פון 19'.

סך הכל אין נאמבערס
דער סך הכל איז, אז פון די מוסדות וואס זייערע ריפארטס זענען ביז יעצט דא געווארן אויסגעשמועסט, זענען שוין דא אויפגעוויזן געווארן 3 ריפארטס פון מוסדות וואס מען זעהט דארט ווי זיי האבן זיך ליידער געבראכן און אונטערגענומען פאר די רעגירונג צו לערנען דברים אסורים און געמיינע זאכן, טאקע נישט יעדער די זעלבע, אבער הצד השווה אז זיי האבן זיך קלאר 'יא' געבראכן פאר די רעגירונג און נאכגעגעבן פון די אפסטעד פארלאנגען, וואס די 3 ריפארטס זענען ווי פאלגענד:

1) יסודי התורה היי סקול, וואס איז שוין אריבער אפילו די רויטע ליניע פון ענינים בנוגע די גאר געמיינע 'אנשי תועבה'.
2) סקווירא סקול, אין די ריפארט פון יאר 19' האבן זיי זיך געהאט אונטערגענומען פאר די רעגירונג געפערליכע זאכן, אבער דערנאך זיך אפגעשטעלט דערפון.
3) סאטמאר היי סקול


חינוך יו.קעי.
נ.ב. עס מוז ווערן ארויסגעברענגט, אז די היימישע ערליכע מוסדות ווי למשל סאטמאר און סקווירא וכו', וואלטן ווען קיינמאל פון זיך אליין נישט אונטערגעגעבן פאר אפסטעד און נישט אונטערגענומען צו לערנען די אלע טריפה'נע זאכן, נאר זיך געהאלטן פעסט לויט ווי רבנים האבן געהייסן, נאר פונקט ווי דאהי אין ניו יארק איז געווען די פערל'ס ארגאניזאציע וואס זיי האבן געדרייווט דעם שיף און געשטופט די מוסדות נאכצוגיין זייער פארקרומטע פשרה'דיגע מהלך, ווי עס האט זיך שטארקע ארויסגעשטעלט ביי די פעטוועיס און טיימליין פלענס, און נאר אדאנק די שטארקע אויפוואכונג ביים ציבור, זענען צוביסלעך נאך און נאך מוסדות ארפאגעטאנצן פון דעם פערל'ס שיף, און אנגעהויבן גיין אויפן אמת'דיגן תורה'דיגן מהלך.

די זעלבע זאך און נאך מיט א שמוץ אריבער, קומט פאר אין לאנדאן, וואו די פשרה'דיגע ארגאניזאציע חינוך יו.קעי. פירער און עסקנים (וואס צווישן זיי געפינען זיך אסאך שטודירטע מענטשן) טוען זאכן על דעת עצמם, ווי דער רב פון לאנדאן האט מעיד געווען, און טאקע אט די עסקנים געבן די אנווייזונגען פאר די מוסדות נאכצוקומען צוביסלעך צוביסלעך די אלע פארלאנגען פון אפסטעד, אפילו עס איז קעגן די קלארע הוראה און דעת תורה וואס זייער אייגענע רבנים האבן אוועקגעשטעלט, דערביי איינרעדנדיג די מנהלי המוסדות אז נאר מיט זייער מהלך וועט מען זיך קענען ארויסדרייען, און די מנהלי מוסדות (צוליב די געלט אינטערעסען) טוען אויספאלגן אלעס וואס די חינוך יו.קעי. פירער זענען זיי מדריך.
א טראכטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:38 pm
x 79

Re: דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד

פאוסט דורך א טראכטער »

א טראכטער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 27, 2026 12:27 pm
totty האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2026 3:51 pm מדארף אויך פארשטיין אז וואס אפסטעד שרייבט מיינט נישט אז דאס איז די געזעץ נאר וואס זיי האלטן אז מדארף און חינוך יו קעי איז מיט זיי אין געריכט יעצט אויף דעם אז זיי טארן עס ניטאמאל פארלאנגען
@totty אויב די קענסט אפשר ברענגען די געריכט פאפירן ,

א גרויסן שכח
שרייב פאוסט