בלאט 17 פון 20
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 05, 2025 12:48 pm
דורך רעאליסטיש
הופעת רבינו שליט"א
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 6:51 pm
דורך א חסיד פון רב
גויל אילו רקיעי קני כל חורשתא, דיו אילו ימי וכל מי כנישותא, דירי ארעא ספרי ורשמי רשותא, הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא.
עס איז נישט צום באשרייבן די געהויבענע נאכט ליל החתונה פארגאנגענעם דאנערשטאג וואס איז אריבער אויף אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר.
ווער ס'איז דארט געװען האט זיך געהויבן בקדושה של מעלה, און ווער ס'האט נישט זוכה געווען לא ראה שמחה מימיו.
אנגעהויבן ביים התעוררות'דיגן תפילת מנחה און די בענטשן תיכף דערנאך וואס האט געמוזט אפגעשטעלט ווערן צוליב די אויסטערלישע געדרענג סכנת נפשות ממש, אבער יעדער וואס האט זיך דארט געפונען האט געשפירט אז ער ווערט געבענטשט דורך רבינו שליט"א בברכות עליונות.
די בכיות און ווארימקייט ביים מעמד קבלת פנים, די חרוזים וואס האבן ערוועקט סטרונעס, דעם רבינ'ס דברות קודש וואס האט אויפגעוועקט געפילן, די ניגוני התעוררות ביים געהויבענעם מעמד החופה וואו טויזנטער אידן זענען געשטאנען איש אל אחיו און נתעורר געווארן.
די סעודת החתונה דורכ'ן רב שליט"א אין ביהמ"ד הגדול וועלכע איז געווען פול מן הקצה אל הקצה, די געדרענג האט זיך ספעציעל דערקענט ביי אלע טירן וואו ס'איז ממש געווען א בחינה פון אין יוצא ואין בא און מיט שוועריגקייט האבן די עסקנים פרובירט צו מאכן סדר אויפ'ן פלאץ.
די געהויבענע טענץ ביים רב'ס ערשיינונג, לא יאומן כי יסופר, און די זכיה צו וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א ווען דער רב האט געמאכט דעם וועג ארום דעם גאנצן זאל דער ציבור זאל האבן די געלעגנהייט.
ממדריגה למדריגה איז מען אריבער אין דעם גיגאנטישן גרינהאוז קאמפלעקס וואו עס האבן זיך פארזאמלט אלפי אלפים ורבי רבבות אין א קורצע זמן, און מיט די צייט איז דער גרויסער זאל געווען איבערגעפולט עד אפס מקום.
די ריקודין של מצוה ווען דער רבי איז אריינגעקומען איז געווען עד אין לשער, די געהויבענע טענץ מיט'ן חתן און מיט די מחותנים, באזונדער דעם הערליכן ריקוד באש קודש מיט בנו דער רב שליט"א וואו אב ובנו האבן זיך צוזאמען געפרייט בשמחת כלולת בניהם.
מה נאמר ומה נדבר, נישט דא פון וואו אנצוהייבן צו רעדן פון די געהויבענע מצוה טאנץ פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, די התעוררות'דיגע חרוזים האבן זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט בשעת דער עולם שטייט באימה עילאה הערנדיג די טיפקייט און התבוננות פון האלטן ביי א "פערטן" דור און האלט מיט װי דער רבי שטיקט זיך פאר געוויין ברגש דקדושה.
ואילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רנה כהמון גליו ושפתותינו שבח כמרחבי רקיע, אין אנחנו מספיקים להודות לך ה' אלקינו ואלקי אבותינו, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי.
פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן זענען די געפילן געטוישט געווארן פון יום כיפור צו שמחת תורה ווען דער רבי האט מקיים געווען דעם כיצד מרקדין לפני הכלה מיט די גאנצע פרישקייט אנהייבנדיג שפינען דעם קייט פונעם נייעם דור.
די מאסן ציבור וואס זענען געבליבן מיטהאלטן דעם רב'ס מצוה טאנץ וועלכע האט געהויבן דעם ציבור לאלפים עד אין לשער ואין לתאר, אהללה ה' בחיי אזמרה לאלקי בעודי.
אשרי עין ראתה קהל עדתינו רוגשים.
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 10:11 pm
דורך שליוואוויץ
וואס איז פשט פון די גיגאנטישע שטריימלך סיי אויפן רבין און אויפן רב ס׳איז שרעקעדיג וואס די סוחרים טוען דא מיט אינז
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 12:23 am
דורך בן בית
שליוואוויץ האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 10:11 pm
וואס איז פשט פון די גיגאנטישע שטריימלך סיי אויפן רבין און אויפן רב ס׳איז שרעקעדיג וואס די סוחרים טוען דא מיט אינז
כפי השמועה האט רבינו די נייע ישועה סארט שטריימעל וואס ינגן אסאך ווייניגער.
סאיז ווייט נישט אזוי לעבעדיג אווי א געהעריגע, מאכן עס די סוחרים באמבאסטיש אנשטאט.
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:18 am
דורך רעאליסטיש
שליוואוויץ האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 10:11 pm
וואס איז פשט פון די גיגאנטישע שטריימלך סיי אויפן רבין און אויפן רב ס׳איז שרעקעדיג וואס די סוחרים טוען דא מיט אינז
קומט עכט נישט אין די אשכול אבער די שטריימלעך זענען ארויס פון די גבולים, איך האב געזען די שבת א מחותן קומט אריין צום שבת באווארפן מיט א שטריימל פונעם נאז ביזן דאך... מ'דארף עפעס טאן דא
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:27 am
דורך רעאליסטיש
רבינו שליט"א ביי הבדלה נאכן שבת של שמחה במקהלות אלפי אנ"ש אין וויליאמסבורג
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:29 am
דורך רעאליסטיש
ביי שלש סעודות
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 11:50 am
דורך פשוט און גראד
בין איך נייגעריג צו די סיבה פון אזא אנלויפעניש פונעם עולם, איז וועגן ס‘איז אזא בחינת מוצאי מירון אדער סתם..
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 12:06 pm
דורך דער אויבערהאר
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 11:50 am
בין איך נייגעריג צו די סיבה פאר אזא אנלויפעניש פון אזא עולם איז וועגן ס‘איז בבחינת מוצאי מירון אדער סתם..
פשוט זיך צו ווארעמען ביים לעכטיגן אור
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:38 pm
דורך שמח
נאך פון די פייערדיגע מצוה טאנץ ברשפי אש קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

סאטמארע נייעס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
מצוה טאנץ פונעם זיידן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

סאטמארע נייעס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:40 pm
דורך פשוט און גראד
איך טריי צו טראכטען וויאזוי ס‘איז שייך בעסער צו אויסארבעטען אזוינע מעמדים. פארזעה איך עפעס? מיט וואס איז קרית יואל בעסער? מער פעסיליטיס?
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:41 pm
דורך שמח
לענגערע ווידיאו צוזאמגענומען פון די ווידיאוס פון די סאטמערע נייעס פלאטפארמע פונעם היסטארישן חתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק מסאטמאר שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק סאטמאר וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אנגעהויבן אין ביהמ''ד הגדול סאטמאר אין וומסב''ג דערנאך אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
גוגל דרייוו לינק
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:07 pm
דורך אמת ואמונה
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 11:50 am
בין איך נייגעריג צו די סיבה פאר אזא אנלויפעניש פון אזא עולם איז וועגן ס‘איז בבחינת מוצאי מירון אדער סתם..
דאס איז צוליב די קשר וואס די וויליאמסבורגער אידן האבן מיטן רבי'ן שליט"א בכלל און מיטן רב שליט"א בפרט.
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 4:26 pm
דורך פשוט און גראד
אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:07 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 11:50 am
בין איך נייגעריג צו די סיבה פאר אזא אנלויפעניש פון אזא עולם איז וועגן ס‘איז בבחינת מוצאי מירון אדער סתם..
דאס איז צוליב די קשר וואס די וויליאמסבורגער אידן האבן מיטן רבי'ן שליט"א בכלל און מיטן רב שליט"א בפרט.
@דער אויבערהאר צו דיר אויך די שאלה, כ‘זעה האסט אויך גענטפערט פריער.
סאו די זעלבע עולם איז אייביג דא?
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:05 pm
דורך אמת ואמונה
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 4:26 pm

וואס הײסט אייביג?
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:05 pm
דורך פשוט און גראד
אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:05 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 4:26 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:07 pm
דאס איז צוליב די קשר וואס די וויליאמסבורגער אידן האבן מיטן רבי'ן שליט"א בכלל און מיטן רב שליט"א בפרט.
@דער אויבערהאר צו דיר אויך די שאלה, כ‘זעה האסט אויך גענטפערט פריער.
סאו די זעלבע עולם איז אייביג דא?
וואס הײסט אייביג?
אלע מאורעות
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:09 pm
דורך אמת ואמונה
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:05 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:05 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 4:26 pm
@דער אויבערהאר צו דיר אויך די שאלה, כ‘זעה האסט אויך גענטפערט פריער.
סאו די זעלבע עולם איז אייביג דא?
וואס הײסט אייביג?
אלע מאורעות
למשל ביי חנוכה ליכט?
ניין
כ"א כסלו יא
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 10:41 pm
דורך אנדערער
הערליכע חתונה געווען ברוך השם. א גרויסע דאנק פאר אלע וואס האבן עס געמאכט.
יעצט די נישט אזוי גוטע ..... די חופה מיט די קארס אויף הופער אז האלב עולם האט נישט געקענט זען. די שמאלע אריינגאנג און דורכגענג ביי די סעודה. די באסעס זענען געווען די דיזעסטער פונעם יאר הונדערט. די צאמלויפן ביי די רב מצוה טאנץ
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:03 am
דורך דער תהלים איד
פארשטעלונג דורך די בדחנים ר' חיים הערש גלאנצער און ר' יואל ברוין, ביים שבע ברכות נעכטן זונטאג נאכט אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל:
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:35 am
דורך יאנטשי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:03 am
פארשטעלונג דורך די בדחנים ר' חיים הערש גלאנצער און ר' יואל ברוין, ביים שבע ברכות נעכטן זונטאג נאכט אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל:
נאר אויסגעהערט ביז די גראמען, האט די פארשטעלונג עפעס א שייכות צו עזרא ויעיץ חוץ פון זאגן אז דא איז זייער אפיס?
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 12:47 pm
דורך עומד על תלת
אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 07, 2025 10:41 pm
הערליכע חתונה געווען ברוך השם. א גרויסע דאנק פאר אלע וואס האבן עס געמאכט.
יעצט די נישט אזוי גוטע ..... די חופה מיט די קארס אויף הופער אז האלב עולם האט נישט געקענט זען. די שמאלע אריינגאנג און דורכגענג ביי די סעודה. די באסעס זענען געווען די דיזעסטער פונעם יאר הונדערט. די צאמלויפן ביי די רב מצוה טאנץ
די דיזעסטער ביי מצוה טאנץ האט אסאך צו טיהן מיט דעיס וואס מענטשן שטעלן זיך אויף אויף די בערי געטי'ס,
אין עס שטערט מענטשן פין די ברענטשעס פין קענען זעהן......
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 12:57 pm
דורך דעת קדשי
חלק פון די פארשטעלונג דורך די בדחנים ר' חיים הערש גלאנצער און ר' יואל ברוין, ביים שבע ברכות נעכטן זונטאג נאכט אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 9:12 pm
דורך פארשטענדליך אידל
איינער זאגט מיר ביי די חתונה "דער עמרם האט זיך גוט ארויפגעארבעט! ער זינגט לעבעדיג! ער הייבט דעם עולם! גיב א קוק ער האט זיין געווענטליכע קווייער אָן קיין ספעשיל זינגער, ער זינגט קלאר און שארף, און דער עולם שפרינגט".
האב איך אים געזאגט אז דאס איז צו פארדאנקען די גוטע סאונד פון סטעלער.
נעכטן ביי די שבע ברכות זאגט ער וואס גייט דא פאר? ער זינגט דאך נישט צום זאך.
אבער נאך א מינוט כאפט ער זיך "אוי מיר האבן נישט סטעלער דא"
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 11:59 pm
דורך totty
פארשטענדליך אידל האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 9:12 pm
איינער זאגט מיר ביי די חתונה "דער עמרם האט זיך גוט ארויפגעארבעט! ער זינגט לעבעדיג! ער הייבט דעם עולם! גיב א קוק ער האט זיין געווענטליכע קווייער אָן קיין ספעשיל זינגער, ער זינגט קלאר און שארף, און דער עולם שפרינגט".
האב איך אים געזאגט אז דאס איז צו פארדאנקען די גוטע סאונד פון סטעלער.
נעכטן ביי די שבע ברכות זאגט ער וואס גייט דא פאר? ער זינגט דאך נישט צום זאך.
אבער נאך א מינוט כאפט ער זיך "אוי מיר האבן נישט סטעלער דא"
אבי גערעט דער עולם איז געטאנצן נעכטן מער ווי ביים חתונה
Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 8:56 am
דורך פארשטענדליך אידל
totty האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 11:59 pm
פארשטענדליך אידל האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 9:12 pm
איינער זאגט מיר ביי די חתונה "דער עמרם האט זיך גוט ארויפגעארבעט! ער זינגט לעבעדיג! ער הייבט דעם עולם! גיב א קוק ער האט זיין געווענטליכע קווייער אָן קיין ספעשיל זינגער, ער זינגט קלאר און שארף, און דער עולם שפרינגט".
האב איך אים געזאגט אז דאס איז צו פארדאנקען די גוטע סאונד פון סטעלער.
נעכטן ביי די שבע ברכות זאגט ער וואס גייט דא פאר? ער זינגט דאך נישט צום זאך.
אבער נאך א מינוט כאפט ער זיך "אוי מיר האבן נישט סטעלער דא"
אבי גערעט דער עולם איז געטאנצן נעכטן מער ווי ביים חתונה
שוין אז דו זאגסט "אבי גערעדט" מן הסתם ווייסטו דעם אמת.
אבער ליידער רוב משתתפים (וואס כ'האב גערעדט מיט זיי) זענען פון די סעקטע "אבי גערעדט" און שפירן אויך אז דער סטעלער האט דעליווערט א גוטער ארבעט ביי די חתונה און עמרם מיט זיין קווייער האבן זיך געהערט געוואלדיג פראפעסיאנעל.