בלאט 17 פון 41
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:15 pm
דורך שינאווער
כינעזער פרעזידענט שי דזשינפּינג האט דערקלערט טייוואן אלס טייל פון כינע, אין זיין אפציעלער נייע יאר אדרעס.
"די איינוואוינער פון ביידע זייטן פון די טייוואנער אינזל זענען איין פאמיליע, קיינער קען נישט אפהאקן אונזערע פאמיליע נאנטקייטן און קיינער קען נישט אפשטעלן אונזער היסטארישע וועג צו נאציאנאלע ווידערפאראייניגונג.

- mB8q60.jpeg (92.12 KiB) געזען געווארן 260 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:15 pm
דורך שינאווער
אוקריינע'ס גרעסטע טעלע-קאמיוניקאציע פירמע 'קיעוו-סטאר' האט אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט אילאן מאסק'ס סטארלינק, און וועט אנהויבן צושטעלן סערוויס דירעקט פון סאטעליטן אום ענדע יאר 2025.

- tFyIWE.jpeg (51.82 KiB) געזען געווארן 261 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:16 pm
דורך שינאווער
אימיגראציע אפיסעס אין מעקסיקא זעהן לאנגע ליניעס פון הונדערטער מענטשן וועלכע זוכן צו קענען גיין קיין אמעריקא לעגאל, צוליב פחד אז טראמפ וועט אויספירן זיין מאסן דעפארטאציע פלאן פאר אומלעגאלע אימיגראנטן.

- uCzhSP.jpeg (115.95 KiB) געזען געווארן 261 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:16 pm
דורך שינאווער
אויגפארכאפנדע פייערונגען אין דובאי, צו דער אנקום פון די נייע יאר למס' 2025.

- KKnXLq.jpeg (43.6 KiB) געזען געווארן 260 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:17 pm
דורך שינאווער
אויגפארכאפנדע פייערונגען אין סינגאפור, צו דער אנקום פון די נייע יאר למס' 2025.

- 9w6Dee.jpeg (82.19 KiB) געזען געווארן 259 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:18 pm
דורך שינאווער
אויגפארכאפנדע פייערונגען אין מאסקווע, צו דער אנקום פון די נייע יאר למס' 2025.

- a1rH2C.jpeg (66.16 KiB) געזען געווארן 259 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:20 pm
דורך שינאווער
אויגפארכאפנדע פייערונגען אין טאקיא, צו דער אנקום פון די נייע יאר למס' 2025.

- 1XFco5.jpeg (50.73 KiB) געזען געווארן 257 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:25 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט-ערוועלט טראמפ האט אנגעהויבן אנזאמלען אויפברויז אויף אילאן מאסק, דער וועלט'ס רייכטער פארזאן וואס האט ביישטייערט הונדערטע מיליאנען אין שטיצע פון טראמפ ביים פרעזידענטליכע קאמפיין, לויט א באריכט פון 'מידיע-עיט' נייעס.
די באריכט דערציילט א טראץ וואס טראמפ האט זיך געשטעלט אונטער מאסק און ראמאסוואמי אין שטיצע פון די H-1B וויזא פראגראם פאר קוואליפיצירטע אויסלענדישע ארבעטער, איז ער נישט א גרויסע אנהענגער פון די פראגראם.
אזוי אויך איז אנשטאנען א שטורעם אויף די אלגעמיינע פרעסע, ווען פילע קאנסערוואטיווע פערזענליכקייטן האבן ארונטערגעריסן די פראגראם, אריינגערעכנט דער קאנסערוואטיווער סטיוו בענאן וואס האט באצייכנט מאסק אלס א 'קליין קינד'.
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:26 pm
דורך שינאווער
דער מדנ"י פרעימיער מיניסטער נתניהו האט נעכטן דינסטאג אקעגן דעם דאקטער'ס צושטימונג פארלאזט דעם שפיטאל וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן נאכ'ן אריבערגיין אן אפעראציע, און דער ליכוד פארטיי מיטגליד בועז ביסמוט האט פארלאזט די היים וואו ער איז געזיצן שבעה נאך זיין מאמע, צוליב די געפאר פון די אגודת ישראל און די עצמה יהודית פארטייען צו שטימען אקעגן א קריטישע בודזשעט ביל אין די כנסת.
די קאאליציע, מיט די הילף פון נתניהו און ביסמוט, האבן אין די לעצטע מינוט זיך פארזיכערט מיט א מאיאריטעט צוליב א צוטיילונג פון אגודת ישראל, און די ביל איז אריבער 59 אקעגן 58.
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:26 pm
דורך שינאווער
כאמאס האט אפגעווארפן די מדנ"י פארלאנג פאר די באפרייאונג פון 34 משכונות אלס א חלק פון א פייער-אפשטעל אפמאך, און די טעראר גרופע איז איינגעגאנגן צו באפרייען בלויז 22 משכונות, לויט א באריכט פון 'כאן' נייעס.

- unnamed (6).jpg (29.52 KiB) געזען געווארן 250 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:28 pm
דורך שינאווער
א קורצשלוס האט באטראפן כמעט גאנץ פארטא ריקא נעכטן דינסטאג, איבערלאזנדיג העכער 1.3 מיליאן איינוואוינער אין פינסטער. באאמטע פון די אמעריקאנער אינזל זאגן אז עס קען נעמען עטליכע טעג צו צוריקשטעלן עלעקטעריציטעט, און האבן אונטערגענומען א מאסיווע אויספארשונג.

- unnamed (7).jpg (176.12 KiB) געזען געווארן 249 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:35 pm
דורך שינאווער
די סטאק מארקעט האט צוגעזעהן איר צווייטע יאר אין א רייע מיט וואוקסן העכער 20%, געטריבן דורך עטליכע אינטערעסט ראטע שניטן, עקאנאמישע שטאנדהאפטיגקייט און עי-איי. די נעסדעק איז היי יאר געוואקסן מיט 29%, בשעת די עס-ענד-פי-500 איז ארויף מיט 24%, אבער צוזאמען מיט לעצטע יאר איז די עס-ענד-פי-500 געוואקסן מיט א אסטראנאמישע 53%, די גרעסטע צוויי יעריגער וואוקס זינט 1998-1997 למס'.

- unnamed (8).jpg (89.99 KiB) געזען געווארן 244 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:37 pm
דורך שינאווער
די מערסי טורמע איינריכטונג אין אפסטעיט ניו יארק האט געמאלדן אז זיי וועלן אויפנעמען א נייע פירערשאפט נאך וואס די טורמע האט אנגעברענגט א נאציאנאלע שטורעם ווען עס איז פארשפרייט געווארן בילדער ווי אפיצירן פון די טורמע האבן געשלאגן צום טויט ראבערט ברוקס, אן ארעסטאנט וואס איז געווען אונטער קייטלען און האט נישט געשטעלט א געפאר אויף די אפיצירן. די עף-בי-איי פארשט די אינצידענט, אן עס איז ערווארטעט אז די טורמע אפיצירן וועלן אויסשטיין געריכטליכע קלאגעס.

- unnamed (9).jpg (38.32 KiB) געזען געווארן 243 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 2:41 pm
דורך שינאווער
כינעזער העקער האבן זיך באוויזן איינצוברעכן אינעם אמעריקאנער טרעזשורי דעפארטמענט.
לויט אמעריקאנער באאמטע האבן די העקער נישט באוויזן צו גנב'נען סענסיטיווע אינפארמאציע.

- LYEVUO.jpeg (230.53 KiB) געזען געווארן 240 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 3:54 pm
דורך שינאווער
א טעסלע סייבער טראק איז ארויף אין פלאמען ביים אריינגאנג צו א טראמפ אינטערנעשינאל האטעל אין לאס וועגעס-נעוואדע
ווי די לאס וועגעס פאליציי דיפארטמענט געט איבער איז די פייער פארלאשן געווארן, און די פאליציי בעט אז מענטשען זאלן אוועק שטיין פון די שטח ביז די אינצידענט ווערט אויסגעפארשט. עריק טראמפ, וועלכע דינט אלץ עזעקאטיוו וויצא פרעזידענט פון די טראמפ ביזנעס, האט פארעפענטליכט א סטעיטמענט אין וואס ער באדאנקט זיך פאר די פאליציי און פייער דיפארטמענט פאר זייער ארבייט אפצושטעלן די פייער, אבער גייט נישט אריין אין מער דעטאלן.

- Trump_Tesla_fire_1_57_250101034728.jpg (63.07 KiB) געזען געווארן 224 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 4:00 pm
דורך שינאווער
א פעדעראלע ריכטער איז ערווארטעט ארויס צו קומען מיט א קלארשטעלונג אין די קומענדיגע טאג צוויי אויף אן אורטייל איבער די קאנדזשעסטשין פרייסינג טאלל.
דער ריכטער "ליא גארדאן" האט מאנטאג ארויס געגעבן אן אורטייל וואס שטעלט זיך טיילווייז אויף די זייט פון ניו דזשורסי און טיילווייז אויף די זייט פון די 'עם-טי-עי'. די 'עם-טי-עי' זאגט אז פונ'ם אורטייל איז קלאר אז די אגענטור קען פאראויס גיין מיט אקטיוויזירן די פלאן קומענדיגע וואך זינטאג, אבער ניו דזשורסי זאגט פארקערט, דעריבער האבן זיי זיך געוואנדן צום ריכטער פאר א קלארשטעלונג, און די ערווארטונג איז אז די ריכטער וועט עס אדרעסירן מארגן אדער איבערמארגן.

- מעפ.PNG (724.76 KiB) געזען געווארן 221 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 4:19 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט עלעקט טראמפ האט ווידערהאלט זיין ווארענונג וואס ער האט געלאזט הערן עטליכע וואכן צוריק, אז אויב די משכונות ווערן נישט באפרייט בעפאר זיין איינשווערונג, וועט כאמאס באצאלן א ביטערן פרייז פון גיהנום. למעשה שטייט מען קנאפע 20 טעג בעפאר טראמפ'ס איינשווערונג און כאמאס האט נאכנישט באפרייט די משכונות, און טראמפ האט באנייט זיין ווארענונג, זאגנדיג אז אויב כאמאס ווייסט וואס איז גוט פאר זיי, זאלן זיי לאזן די משכונות אהיימקומען וואס שנעלער.

- 860x394_57_250101120940.jpg (72.19 KiB) געזען געווארן 211 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 01, 2025 5:28 pm
דורך מהודר
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 4:19 pm
פרעזידענט עלעקט טראמפ האט ווידערהאלט זיין ווארענונג וואס ער האט געלאזט הערן עטליכע וואכן צוריק, אז אויב די משכונות ווערן נישט באפרייט בעפאר זיין איינשווערונג, וועט כאמאס באצאלן א ביטערן פרייז פון גיהנום. למעשה שטייט מען קנאפע 20 טעג בעפאר טראמפ'ס איינשווערונג און כאמאס האט נאכנישט באפרייט די משכונות, און טראמפ האט באנייט זיין ווארענונג, זאגנדיג אז אויב כאמאס ווייסט וואס איז גוט פאר זיי, זאלן זיי לאזן די משכונות אהיימקומען וואס שנעלער.
860x394_57_250101120940.jpg
ער האט נישט ממש ווידערהאלט זיין וואורענונג, א ריפארטער ביי די נייע יאר פייערונג אין מאר א לאגא ריזארט האט עם געפרעגט וואס עס טוט זיך מיט די וואורענונג האט ער גענטפערט אז עס איז נאך אלץ אין קראפט
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 2:10 pm
דורך שינאווער
רוסישער גאז עקספארטן דורך פייפליינס וועלכע זענען געבויעט געווארן נאך אין די סאוויעטן-פארבאנד צייטן און לויפט אדורך אוקראינע, איז געקומען צו א פארמאלע ענדע דעם דינסטאג ביינאכט, שטייענדיג נאך לאנגע יארן וואס די גאז פייפליין האט געליפפערט מיליאנען טאן אויל פאר אייראפע.
די גאז פאפליינס זענען געווען אין באנוץ טראץ די נאנט צו דריי יעריגער קריג צווישן אוקראינע און רוסלאנד, אבער אצינד האט דער רוסישער גאז פירמע 'גאזפראם' געמאלדן אז זיי האבן אויפגעהערט צו נוצן די פייפליין וויבאלד אוקראינע האט נישט באנייט די אפמאך.

- unnamed (10).jpg (154.56 KiB) געזען געווארן 137 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 2:11 pm
דורך שינאווער
פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געמאלדן איבער אן אמעריקאנער סאלדאט וואס איז ארעסטירט געווארן צוליב וואס ער האט געהעקט און פארקויפט געהיימניספולע טעלעפאונישע רעקארד אינפארמאציע. אומבאשטעטיגטע נייעס קוועלער באריכטן אז ער האט פארקויפט טעלעפאונישע רעקארדן פארבינדן מיט וויצע פרעזידענט העריס.

- unnamed (11).jpg (81.68 KiB) געזען געווארן 138 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 2:12 pm
דורך שינאווער
ניין סטאקס אין דעם עס-ענד-פי-500 האבן זיך אין די נארוואס פארגאנגענעם יאר געטאפלט אין ווערד אדער גאר מער, און פיר האבן פארלוירן מער פון האלב זייער ווערד. פאלגענד זענען די פינף בעסטע און עטליכע פון די ערגסטע.
פאלאנטיר +340% סאפטוועיר/עי-איי, וויסטרא +258% דאטא צענטערן/עי-איי, ניווידיע +171% סעמי-קאנדאקטערס/עי-איי, יונייטעד עירליינס +135% לופטליניע, אקסאן ענטערפרייס +130% מיליטערישע וואפן. וואלגרינס פארמאסי קייט 64%-, אינטעל קאמפיוטער טשיפס 60%-, מאדערנא פארמאסיוטיקעל 58%-.

- unnamed (12).jpg (182.21 KiB) געזען געווארן 138 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 2:13 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט ביידען גיבט די צווייט גרעסטע ציווילע מעדאל פאר די צוויי אנפירער פונעם אויספארשונג איבער די יאנואר 6 קאפיטאל פראטעסט.

- cBhtaZ.jpeg (28.09 KiB) געזען געווארן 138 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 2:14 pm
דורך שינאווער
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 3:54 pm
א טעסלע סייבער טראק איז ארויף אין פלאמען ביים אריינגאנג צו א טראמפ אינטערנעשינאל האטעל אין לאס וועגעס-נעוואדע
ווי די לאס וועגעס פאליציי דיפארטמענט געט איבער איז די פייער פארלאשן געווארן, און די פאליציי בעט אז מענטשען זאלן אוועק שטיין פון די שטח ביז די אינצידענט ווערט אויסגעפארשט. עריק טראמפ, וועלכע דינט אלץ עזעקאטיוו וויצא פרעזידענט פון די טראמפ ביזנעס, האט פארעפענטליכט א סטעיטמענט אין וואס ער באדאנקט זיך פאר די פאליציי און פייער דיפארטמענט פאר זייער ארבייט אפצושטעלן די פייער, אבער גייט נישט אריין אין מער דעטאלן.
Trump_Tesla_fire_1_57_250101034728.jpg
מעטיו ליווילסבערגער, 37 איז געווארן אידענטיפיצירט אלס דער סייבערטראק דרייווער אין די לאס וועגאס אויפרייס, אויף זיין לינקדאין אקאונט געבט ער זיך אן אלס אפעראציע דירעקטאר און געוועזענער ספעציעלע קרעפטן שפיאנאזש פירער.

- 8AO0ZQ.jpeg (54.05 KiB) געזען געווארן 136 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 2:24 pm
דורך שינאווער
א ניו דזשערסי מאן שטייט אויס קלאגעס נאך וואס ער האט אריינגעקראכט מיט א פיקאפ טראק אין די וואנט פון א מאקדאנעלד'ס געשעפט אין העקנסעק. דער דרייווער אין א ארבעטער אין די רעסטוראנט זענען לייכט פארוואונדעט געווארן.

- unnamed (13).jpg (13.49 KiB) געזען געווארן 130 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 5:05 pm
דורך שינאווער
שינאווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 2:14 pm
שינאווער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 01, 2025 3:54 pm
א טעסלע סייבער טראק איז ארויף אין פלאמען ביים אריינגאנג צו א טראמפ אינטערנעשינאל האטעל אין לאס וועגעס-נעוואדע
ווי די לאס וועגעס פאליציי דיפארטמענט געט איבער איז די פייער פארלאשן געווארן, און די פאליציי בעט אז מענטשען זאלן אוועק שטיין פון די שטח ביז די אינצידענט ווערט אויסגעפארשט. עריק טראמפ, וועלכע דינט אלץ עזעקאטיוו וויצא פרעזידענט פון די טראמפ ביזנעס, האט פארעפענטליכט א סטעיטמענט אין וואס ער באדאנקט זיך פאר די פאליציי און פייער דיפארטמענט פאר זייער ארבייט אפצושטעלן די פייער, אבער גייט נישט אריין אין מער דעטאלן.
Trump_Tesla_fire_1_57_250101034728.jpg
מעטיו ליווילסבערגער, 37 איז געווארן אידענטיפיצירט אלס דער סייבערטראק דרייווער אין די לאס וועגאס אויפרייס, אויף זיין לינקדאין אקאונט געבט ער זיך אן אלס אפעראציע דירעקטאר און געוועזענער ספעציעלע קרעפטן שפיאנאזש פירער.
8AO0ZQ.jpeg
דער 37-יעריגער לייוועלסבערג האט לאנגע יארן סערווירט אין די מיליטער, אנגעפאנגן פון יאר 2006 למס' אלץ געווענטליכע סאלדאט, ביז שפעטער ווען ער האט זיך אנגעשלאסן אין די גרין בערעטס קאמאנדא אפטיילונג פון די מיליטער. ער האט סערווירט אין די מיליטער פאר ווייניגסטענס 19 יאר צייט, און געווען בלויז איין יאר אפגערוקט פון באקומען פולע ריטייערמענט בענעפיטן. לויט באריכטן האט ער סערווירט אין די זעלבע מיליטערישע באזע ווי די ניו ארליענס טעראריסט, אבער עס איז נישט קלאר צו גענוי וועלכע תקופה דאס באציט זיך. ער האט סערווירט א שטיק צייט אין א ספעשעל פארסעס אפטיילונג וואס געט זיך אפ מיט דראון אפאראציעס אין מעינטענינס, און זיין לעצטע ארט אין די מיליטער איז געווען ביי א באזע אין דייטשלאנד וואו ער האט געארבייט אלץ רימאט און אויטאמאטישע סיסטעמס מענעדזשער פאר די ארמיי. נאנט צו מעטיו לייוועלסבערגער זאגן אז כאטש וואס ער איז געווען סטאנציאנירט אין דייטשלאנד האט ער זיך יעצט געפונען דאהי אויף אורלויב, אבער די לעצטע פאר טעג האט מען נישט געהערט פון אים און ער האט זיך נישט פארבינדן מיט זיין פרוי. איינע פון זיינע גאר נאנטע האט אין די פארגאנגענהייט געשריבן סאשעל מידיא מעסעדזשעס אין שטיצע פון פרעזידענט אבאמא און גאר שארפע מעסעדזשעס אקעגן פרעזדענט-ערוועלט טראמפ.

- cybertrucksuspectlinkedin_57_250102122109.jpg (95.49 KiB) געזען געווארן 100 מאל