בלאט 17 פון 40
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:16 pm
דורך ווער
טראמפ האט געמאלדן אז מעקסיקא וועט פאר די קומענדיגע חודש צייט נישט דארפן צאלן טאריפס אויף פראדוקטן געדעקט אינטער די 'יו-עס-עם-סי' אפמאך
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:18 pm
דורך ווער
ווייסע הויז קוועלער געבן איבער אז פרעזידענט טראמפ שטייט נאנט צו א באשלוס צו נעמען פאקטישע שריט צו פארשליסן די עדוקעישאן דיפארטמענט
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:36 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ערגעץ אין די קומענדיגע 6 וואכן גייט ער אפרייזן קיין סאודי אראביע כדי דורכצופירן א גרעסערע ביזנעס אפמאך
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:45 pm
דורך ווער
טראמפ האט אפגעהאלטן א זיצונג מיט זיינע קאבינעט מיטגלידער קלאר צו מאכן אז זיי זענען פאראנטווארטליך אויף זייערע דיפארטמענטס און נישט מאסק
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 5:47 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ'ס פארשטייער וויטקאף האט געמאלדן אז קומענדיגע וואך גייט פארקומען א סאמיט מיט אוקראינער באאמטע אין סאודי אראביע
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:49 pm
דורך הדסים
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:16 pm
טראמפ האט געמאלדן אז מעקסיקא וועט פאר די קומענדיגע חודש צייט נישט דארפן צאלן טאריפס אויף פראדוקטן געדעקט אינטער די
'יו-עס-עם-סי' אפמאך
מה זה?
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:56 pm
דורך אלכסנדר נחמן
הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:49 pm
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 3:16 pm
טראמפ האט געמאלדן אז מעקסיקא וועט פאר די קומענדיגע חודש צייט נישט דארפן צאלן טאריפס אויף פראדוקטן געדעקט אינטער די
'יו-עס-עם-סי' אפמאך
מה זה?
איך פארשטיי אז מען רערט פון פארט'ס פאר קאר'ס
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג מערץ 07, 2025 10:53 am
דורך ווער
די אמעריקאנער עקאנאמיע האט צובאקומען א שיינע 151 טויזנט דזשאבס פאריגע חודש, בעסער ווי די 125 טויזנט א חודש פריער
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: פרייטאג מערץ 07, 2025 10:54 am
דורך ווער
טראמפ איז ארויס מיט א שארפע ווארענונג אז ער גייט שטעלן מאסיווע סאנקציעס אויף רוסלאנד צוליב א גרעסערע מיסל אטאקע אויף אוקראינא
טראמפ שרייבט "באזירט אויף די פאקט אז רוסלאנד טוט האמערן אויף אוקראינא, טו איך ערענסט אין באטראכט נעמען גרעסערע סאנקציעס און טאריפס אויף רוסלאנד ביז עס ווערט דערגרייכט א פייעראפשטעל און אן ענדגילטיגע שלום אפמאך". טראמפ פירט אויס זיין מעסעדזש מיט א רוף צו רוסלאנד און אוקראינא אז זיי זאלן ביידע קומען זאפארט צום פארהאנדלונגס טיש איידער עס וועט זיין צו שפעט
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: זונטאג מערץ 09, 2025 11:45 am
דורך ווער
דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא גייט אפרייזן דעם וואך קיין סאודי אראביע פאר זיצונגן מיט אוקראינער באאמטע
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:12 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט היינט צו רעדן טעלעפאניש מיט קאנאדא'ס נייע-באשטימטע פרעמיער מיניסטער מארק קארני
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג מערץ 10, 2025 1:12 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ מעלדט אז בלאקאדע אויף אוקריינע צו אמעריקאנער שפיאנאזש ווערט אראפגענומען
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 8:47 am
דורך נאו לעיבל
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 19, 2025 9:33 am
א נייע עמערסאן אנקעטע געבט א %48-42 עפראוועל רעיטינג פאר פרעזידענט טראמפ.
אין די זעלבע צייט געבט א נייע רויטערס אנקעטע %44-51 עפראוועל רעיטינג פארן פרעזידענט.
א ריזיגע רוב איז קעגן טראמפ'ס פלענער פון אנעקסירן קאנאדע, גרינלאנד, עזה:
פרישע עמערסאן אנקעטע אויף טראמפ'ס עפראוועל רעיטינג:
47 פראצענט זענען צופרידן קעגן 45 אומצופרידן פון טראמפ'ס ערשטע 50 טעג, א נעט פארלוסט פאר טראמפ פון 4 פראצענט פון זייער פאריגע אנקעטע.
49 פראצענט אומצופרידן קעגן 37 פראצענט צופרידן פון טראמפ אויף די עקאנאמיע.
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 8:52 am
דורך Azoi Tzi Zugen
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 8:47 am
47 פראצענט זענען צופרידן קעגן 45 אומצופרידן פון טראמפ'ס ערשטע 50 טעג, א נעט פארלוסט פאר טראמפ פון 4 פראצענט פון זייער פאריגע אנקעטע.
נאר 4 פראצענט שפירן ווי מיר וועגן אוקריינע?....
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 10:47 am
דורך ווער
דער אוקראינישער פּרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי האט געשיקט א בריוו צום אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ אים איבערצובעטן פאר די ווילדע ווערטער-געפעכט אין אוועל אפיס. די עקזיסטענץ פון אזא בריוו איז געמאלדן געווארן נעכטן דורך טראמפּ'ס דיפּלאמאטישער שליח סטיוו וויטקאף, און עס קומט איידער זעלענסקי וועט היינט זיך טרעפן מיט אמעריקאנער באאמטע אין סאודי אראביע פאר געשפּרעכן וועגן שלום מיט רוסלאנד
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 10:54 am
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן א פרישע 25 פראצענט טאריפס אויף שטאל און אלומינום אימפארטן פון קאנאדא
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 11:11 am
דורך ווער
טראמפ גייט קויפן א טעסלע קאר כדי ארויס צו ווייזן שטיצע פאר אילאן מאסק וועלכע שטייט אויס א כוואליע פראטעסטן און בויקאטס דורך די לינקע לאגער
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 12:54 pm
דורך ווער
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 11:11 am
טראמפ גייט קויפן א טעסלע קאר כדי ארויס צו ווייזן שטיצע פאר אילאן מאסק וועלכע שטייט אויס א כוואליע פראטעסטן און בויקאטס דורך די לינקע לאגער

- 9USQ6W.jpeg (49.48 KiB) געזען געווארן 742 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מערץ 12, 2025 12:36 am
דורך הדסים
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 11:11 am
טראמפ גייט קויפן א טעסלע קאר כדי ארויס צו ווייזן שטיצע פאר אילאן מאסק וועלכע שטייט אויס א כוואליע פראטעסטן און בויקאטס דורך די לינקע לאגער
► Show Spoiler

- image000000_51.jpg (279.25 KiB) געזען געווארן 710 מאל
► Show Spoiler

- image000001_2.jpg (44.8 KiB) געזען געווארן 713 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מיטוואך מערץ 12, 2025 12:42 am
דורך הדסים
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 12:36 am
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 11, 2025 11:11 am
טראמפ גייט קויפן א טעסלע קאר כדי ארויס צו ווייזן שטיצע פאר אילאן מאסק וועלכע שטייט אויס א כוואליע פראטעסטן און בויקאטס דורך די לינקע לאגער
► Show Spoiler
image000000_51.jpg
► Show Spoiler
image000001_2.jpg
זעט אויס ער גלייכט א רויטע...
► Show Spoiler

- image000002_2.jpg (86.23 KiB) געזען געווארן 702 מאל
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 1:57 am
דורך הדסים
טראמפ האט אפגעשטעלט פעדעראלע געלטער קיין מעין נאך וואס די מעין גובערנאטארשע האט זיך אנטזאגט אויסצופאלגן דעם עקזעקוטיוו ארדער בנוגע ספארטס.
(געווען באקאנט א ווידעא בשעתו פון א שארפן ווערטער אויסטויש צווישן די צוויי ביים גאווערנארן פארזאמלונג
ווי זי האט פארענדיגט צו טראמפ מיט די ווערטער "see you in court")
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:22 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער גייט רעדן דעם דינסטאג מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין איבער ענדיגן דעם מלחמה אין אוקראינא
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 10:07 am
דורך ווער
פּרעזידענט טראמפּ האט געזאגט אז ער וועט היינט דינסטאג פּובליצירן 80,000 פיילס פון דעם אטענטאט פון פּרעזידענט קענעדי
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 1:42 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ איז ארויס מיט א רוף צו אימפיטשן דעם ריכטער וועלכע האט געאורטיילט צו בלאקירן די דעפארטאציע פון א צאל אימיגראנטן
Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע
געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:07 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 1:42 pm
פרעזידענט טראמפ איז ארויס מיט א רוף צו אימפיטשן דעם ריכטער וועלכע האט געאורטיילט צו בלאקירן די דעפארטאציע פון א צאל אימיגראנטן
אויף אזא נייעס פאסט זיך לכאורה מער צו זאגן קעניג טראמפ ווי איידער פרעזידענט טראמפ