נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך מירון »

טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:42 am זיינעדיג א פייערדיגע טאג היינט סיי אין רוסלאנד און סיי אין אוקריינא וועט מען פרובירן מאכן א שטיקל סך הכל, וויפיל מ'ווייסט שוין יעצט.

אוקריינא אויף רוסלאנד

אין פעסקאוו 650 ק"מ פון אוקריינא דורך בעלארוס, דורך רוסלאנד איז עס כמעט 700 ק"מ ווייט, איז געווארן אטאקירט דורך אוקריינא דראונס די ליפטפעלד און א אויל און געז סטאריטש, ווי מ'האלט יעצט איז שוין באריכטעט 4 רוסישע געשעדיגטע פליגער, פון די ווידיאס זעט מען איין אויפרייס נאכן צווייטן.
ווי פארשטענדליך האט דער גאווערנער פון פעסקאוו געזאגט אז אלע דראונס זענען געווארן אראפגעשאסן..... און אז ס'איז נישט דא קיין געשעדיגטע.....
די פעסקאוו לופטן איז געווארן געשלאסן.
אוקריינער אינטעל סערוויס זאגט אז די אטאקעס אויפן ליפטפעלד איז געקומען פון אינסייד ראשע.
5572d57f-96e9-ed8e30b29153.jpg
5572d57f-96e9-ed8e30b29153.jpg (247.85 KiB) געזען געווארן 524 מאל
א סעטלייט בילד ווי מ'קען זען חרוב'ע מלמחה פליגער
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2360
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5607

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ווער »

קיעוו – אוקראינישע קרעפטן האבן באוויזן אין די לעצטע 48 שעה צו דערגרייכן א הויפּט אביעקטיוו פון דער פארצויגענער קאנטער-אפענסיווע, דערמיט וואס זיי האבן זיך דורכגעבראכן די הויפּט פארטיידיגונג ליניע פון דעם רוסישן מיליטער אין דרום-מזרח אוקראינע.

לויט ווי די באאמטע האבן איבערגעגעבן, האבן אוקראינישע זעלנער שוין באוויזן דורכצוברעכן די רוסישע ליניעס ארום דעם שטעטל ווערבאווע, און זענען בייגעקומען רוסישע אונטערגעשטעלטע מינע פעלדער, היילן, בונקערס און רוסישע ארטילעריע פּאזיציעס.

די רוסישע מינע פעלדער איז געווען ביז יעצט א הויפּט בלאקאדע פאר דעם אוקראינישן מיליטער, און דאס האט געהאט פארשלעפּט די קאנטער-אפענסיווע לענגער ווי געראכטן, אבער אצינד האפן די אוקראינער פאר א שנעלן פאראויס-מארש אין די קומענדיגע טעג.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

א רוסישער מיסיל האט היינט געלאנדעט אויף א פארנומענער שאסיי אין קראמאטארסק, אוקראינע.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 772
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 733

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טראפקעלע »

א רוסישע העליקאפטער איז אראפגעשאסן געווארן.

די רוסן האבן חרוב געלייגט אן אוקריינער אינטערוואסער דראון וואס האט געצילט א אטאקע אויפן קרים בריק.

די רוסן האבן געשאסן אויף קראמאטארסק וואס האט חרוב געמאכט די לאקאלע בית הקברות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אוקריינער מיליטער האט געמאכט קליינע פארשריט דורכאויס די לעצטע טעג אין קליסטשיווקע, דרום באכמוט דירעקציע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

די רוסישע קעפ זענען אויפגעקומען מיט א געדאנק וויאזוי צו באשיצן זייערע פליגער ביים ענגלס לופט באזע פון אוקריינא זעלבסטמארד דראנס. אזש ביז'ן באדעקן די פליגערס מיט קאר רעדער :lol:
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 2:58 pm די רוסישע קעפ זענען אויפגעקומען מיט א געדאנק וויאזוי צו באשיצן זייערע פליגער ביים ענגלס לופט באזע פון אוקריינא זעלבסטמארד דראנס. אזש ביז'ן באדעקן די פליגערס מיט קאר רעדער :lol:

א סעטעלייט בילד ווייזט א tu-95 באמבאדיר פליגער באדעקט די פליגלען מיט קאר רעדער.
IMG_20230903_145733_939.jpg
IMG_20230903_145733_939.jpg (63.8 KiB) געזען געווארן 425 מאל
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 772
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 733

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טראפקעלע »

ניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 2:59 pm
ניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 2:58 pm די רוסישע קעפ זענען אויפגעקומען מיט א געדאנק וויאזוי צו באשיצן זייערע פליגער ביים ענגלס לופט באזע פון אוקריינא זעלבסטמארד דראנס. אזש ביז'ן באדעקן די פליגערס מיט קאר רעדער :lol:

א סעטעלייט בילד ווייזט א tu-95 באמבאדיר פליגער באדעקט די פליגלען מיט קאר רעדער.
IMG_20230903_145733_939.jpg
אזוי וועט זיין געדעכטערע רויעך ווען אוקריינא אטאקירט...
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אוקראינע וועט אויפנעמען א נייע פארטיידיגונגס מיניסטער ראסטעם אומעראוו, נאך 550 טעג פון זיין פארמישט אין שווערע שלאכטן מיט רוסלאנד.

זאלענסקי מעלדט אז דער אמטירנדער מיניסטער אלעקסיי ראזניקאוו, וועט פארלאזן זיין אמט און ס'איז צייט פאר טויש, פאר א פרישע צוגאנג און פאר א פרישע געזיכט, נאך וואס ראזניקאוו איז באשולדיגט געווארן אין קארופציע אין די פארגאנגענהייט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:54 pm אוקראינע וועט אויפנעמען א נייע פארטיידיגונגס מיניסטער ראסטעם אומעראוו, נאך 550 טעג פון זיין פארמישט אין שווערע שלאכטן מיט רוסלאנד.

זאלענסקי מעלדט אז דער אמטירנדער מיניסטער אלעקסיי ראזניקאוו, וועט פארלאזן זיין אמט און ס'איז צייט פאר טויש, פאר א פרישע צוגאנג און פאר א פרישע געזיכט, נאך וואס ראזניקאוו איז באשולדיגט געווארן אין קארופציע אין די פארגאנגענהייט.
דער געוועזענער פארטיידיגונגס מיניסטער אלעקסיי ראזניקאוו
Screenshot_20230903_172007_Chrome.jpg
Screenshot_20230903_172007_Chrome.jpg (112.38 KiB) געזען געווארן 575 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

דער נייער פארטיידיגונגס מיניסטער ראסטעם אומעראוו
Screenshot_20230903_171930_Chrome.jpg
Screenshot_20230903_171930_Chrome.jpg (189.92 KiB) געזען געווארן 555 מאל
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 772
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 733

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טראפקעלע »

פראנט אפדעיטס:
די אוקריינער האבן געמאכט אביסעלע פארשריט ביי דרום באכמוט.

רוסלאנד אויף אוקריינא:
רוסלאנד האט געשאסן 2 דראונס קיין אדעסע וואס די אוקריינער גרעניץ וועכטער האבן אראפגעשאסן.
פון א רוסישע אטאקע אויף דאָנעצק איז דא איינער טויט, און 5 פארוואונדעטע.

אוקריינא אויף רוסלאנד:
די אוקריינער האבן מיט א טערקיש פאבריצירטע ביראקטאר אטאקירט א קליינע שיפל מיט רוסישע זעלנער וואס האבן אפגעלאדנט עקוויפמענט ביים שווארצע ים.
די אוקריינאר האבן אטאקירט אין קורסק א לאקאלע FSB אפיס.
דער גאווערנער זאגט אז ס'איז א ציווילע בנין...(פאר א טשעינטש דאסמאל נישט אראפגעשאסן....)
א שטארקע פייער האט אויסגעבראכן ביי א אויל דיפאט אין פעטערבורג, געוויסע באריכטן אז ס'איז געווען א אויפרייס.
Screenshot 2023-09-04 010719.png
Screenshot 2023-09-04 010719.png (69.36 KiB) געזען געווארן 521 מאל


זייטס מצליח
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך מירון »

א רוסישע דראון אטאקע איז די נאכט דורכגעפירט געווארן אויפן Izmail פארט אין אוקריינא. דאס איז דער פארט וואס אוקריינא, נוצט פאר תבואה עקספארטן זייט רוסלאנד האט אפגעשטעלט די פריערדיגע תבואה עקספארט דיעל איבערן שווארצן ים.

אוקריינא טענה'ט אז איין דראון איז אריינגעפלויגן אין די רומענישע טערעטאריע און אויפגעריסן. רומעניע לייקענט עס.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך מירון »

מירון האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:43 am א רוסישע דראון אטאקע איז די נאכט דורכגעפירט געווארן אויפן Izmail פארט אין אוקריינא. דאס איז דער פארט וואס אוקריינא, נוצט פאר תבואה עקספארטן זייט רוסלאנד האט אפגעשטעלט די פריערדיגע תבואה עקספארט דיעל איבערן שווארצן ים.

אוקריינא טענה'ט אז איין דראון איז אריינגעפלויגן אין די רומענישע טערעטאריע און אויפגעריסן. רומעניע לייקענט עס.
די פלאמען פון די אטאקע
פיילס
2023-09-03T105055Z_7TP_3ATTACK-ODESA-1693786872.jpg
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

דער טערקישער פרעזידענט ערדואן איז אנגעקומען אין רוסלאנד פאר געשפרעכן מיט פוטין, צווישן אנדערע איבער די תבואה אפמאך פון וועלכע רוסלאנד האט זיך ארויסגעצויגן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

פארטיידיגונגס מיניסטער פון אוקראינע אלעקסיי ראזניקאוו, האט אריינגעגעבן זיין פארמאלע רעזיגנאציע צו די אוקראינער ראדא [פארלאמענט] און עס וועט אים איבערנעמען ראסטעם אומעראוו.

ראזניקאוו האט געשריבן אז עס איז געווען אן עהרע צו פארטיידיגן אוקראינע אין איר ערגסטע צייט אין היסטאריע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:12 pm פארטיידיגונגס מיניסטער פון אוקראינע אלעקסיי ראזניקאוו, האט אריינגעגעבן זיין פארמאלע רעזיגנאציע צו די אוקראינער ראדא [פארלאמענט] און עס וועט אים איבערנעמען ראסטעם אומעראוו.

ראזניקאוו האט געשריבן אז עס איז געווען אן עהרע צו פארטיידיגן אוקראינע אין איר ערגסטע צייט אין היסטאריע.
IMG_20230904_121109_538.jpg
IMG_20230904_121109_538.jpg (126.41 KiB) געזען געווארן 454 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

Screenshot_20230904_121457_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230904_121457_WhatsApp.jpg (210.32 KiB) געזען געווארן 448 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:07 pm דער טערקישער פרעזידענט ערדואן איז אנגעקומען אין רוסלאנד פאר געשפרעכן מיט פוטין, צווישן אנדערע איבער די תבואה אפמאך פון וועלכע רוסלאנד האט זיך ארויסגעצויגן.
פרעסע קאנפערענץ
Screenshot_20230904_121819_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230904_121819_WhatsApp.jpg (99.09 KiB) געזען געווארן 447 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

ערדואן האט געמאלדן פרישע גאז פרויעקטן מיט רוסלאַנד
פוטין געזאגט אז ער ווארט אז אוקריינא זאל האלטן איר חלק צו קענען צוריק עפענען די תבואה אפמאך
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2360
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5607

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ווער »

אוקראינער גענעראלן דרוקן אויס האפענונג אז די סוקסעסן דורכצוברעכן רוסישע דעפענסיווע ליניעס אין דרום וועלן פירן צו אן ערענסטע דורכברוך
גענעראל אלעקסאנדער טארנעווסקי זאגט אז אוקראינער טרופן אין דרום געפונען זיך יעצט צווישן די ערשטע און צווייטע דיפענסיווע ליניעס, און א הויפט ציל וואס זיי האבן יעצט איז אויסצוברייטערן זייער פיס ארום די קליינע ראָבּאַטני שטעטל, כדי גרעסערע מיליטערישע איינהייטן זאלן דארט קענען דורכגיין אן קומען אינטער רוסישע אטאקע. אנדערע אוקראינער מיליטערלייט זענען מער פעסעמיסטיש און מאכן אוועק די דורכברוכן, זאכן וואס זענען שווער צו באשטעטיגן אין צייט וואס די אוקראינער מיליטער פראבירט ארויס צו געבן וואס ווייניגער אינפארמאציע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

די פאראייניגטע שטאטן האט קאנפיסקירט איבער א ביליאן דאלער אין רוסישע פארמעגנס פון ארום די וועלט, און די יוסטיץ דעפארטמענט וויל אז קאנגרעס זאל באשטעטיגן צו קענען טראנספערירן די פארפרוירענע אייגנטומען פאר אוקריינע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

בעלגיע וועט איבערגעבן פאר אוקריינע Sea Sparrow ערד-צו-לופט מיסילס וואס זי האט געקויפט פון דייטשלאנד. בעלגיע האט געקויפט ארום אכט אזעלכע מיסילס פאר אוקריינע פאר 7000 יורא א שטיק.

חוץ מזה וועט בעלגיע שענקן פאר אוקריינע מיליטערישע הילף אין די ווערט פון 150 מיליאן יורא.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:20 pm ערדואן האט געמאלדן פרישע גאז פרויעקטן מיט רוסלאַנד
פוטין געזאגט אז ער ווארט אז אוקריינא זאל האלטן איר חלק צו קענען צוריק עפענען די תבואה אפמאך
און טאטעל איז נישטא קיין פרישע אפמאך עס אף נאוי
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29577

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אוקריינא האט איינגעזינקען א רוסישע שיפל אונעם שווארצן ים, מיט די טערקישע דראונס
שרייב פאוסט