בלאט 159 פון 217

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 1:55 pm
דורך חלום חלמתי
מר. ביעסט האט געמאלדן אז ער האט אפגעקויפט די 'סטעפ' עפפ וואס העלפט מיט פינאציעלע חשבונות.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 2:09 pm
דורך נאסע שמאטעס
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 1:51 pm עמעזאן האט פארעפענטליכט נעכטן א נייע חידוש צו איר פארגעשריטענע 'רינג' היים קלינגער, ווען עמעצער זיכט זיין פארלוירענע הינטל זאל ער קענען לייגן א בילד אויף א ספעציעלע פלאטפארמע און אלע דערנעבנדיגע רינג קאמערעס זאלן אנהייבן זיכן דערפאר.

די נייע חידוש קומט אינטער גרויס קריטיק פארן מעגליך פארלעצן פרייוועסי פון די אייגענטימער.
אפשר א מלכות טרעקער?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 2:23 pm
דורך בן תורה
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 1:55 pm מר. ביעסט האט געמאלדן אז ער האט אפגעקויפט די 'סטעפ' עפפ וואס העלפט מיט פינאציעלע חשבונות.
ער בלעימט אויך זיינע עלטערן? איך האב געמיינט סאיז א אידישע מידה...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 2:39 pm
דורך זבולון שטיינקלאץ
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 1:51 pm עמעזאן האט פארעפענטליכט נעכטן א נייע חידוש צו איר פארגעשריטענע 'רינג' היים קלינגער, ווען עמעצער זיכט זיין פארלוירענע הינטל זאל ער קענען לייגן א בילד אויף א ספעציעלע פלאטפארמע און אלע דערנעבנדיגע רינג קאמערעס זאלן אנהייבן זיכן דערפאר.

די נייע חידוש קומט אינטער גרויס קריטיק פארן מעגליך פארלעצן פרייוועסי פון די אייגענטימער.
חברה שומרים טוט דאס שוין פאר א וויילע...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 6:25 pm
דורך חלום חלמתי
מאנטיפיארי און מאונט סיני האבן דערגרייכט א אפמאך מיט די נורסעס צו ענדיגן די פארצויגענע סטרייק, די נורסעס וועלן שטומען דעם שבת אויב זיי נעמען עס אן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 6:28 pm
דורך חלום חלמתי
ניו יארק טעמפּעראַטור פליעט צוריק ארויף, וועט דערגרייכן 40 דעם מיטוואך.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 6:29 pm
דורך חלום חלמתי
אילאן מאסק צוטירט עמיצן וואס רופט פאר מאגא ארויסצוווארפן דעם אנטיסעמיט סטיוו בענאן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 6:31 pm
דורך חלום חלמתי
משפחה פון פארשווינדענע בחור מושי קליינערמאן זענען איינגעמאלדן געווארן אז די זוכונגען נאך אים וועלן זיך צוריק באנייען נאכדעם וואס מען האט געטראפן נאך א שפיץ פאדעם.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 6:44 pm
דורך חלום חלמתי
די געמיינע קאנאדישע קאטשקע'ס האבן אינוואדירט די נאציאנאלע מאל אין וואשינגטאן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 6:52 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ איז מוחה קעגן די בריק צווישן קאנאדע און מישיגען, וואס האט נישט געניצט קיין אמעריקאנע שטאל, אמעריקע וועט נישט האבן קיין קאנטראל דערויף. ער פארלאנגט א דיעל אדער שטעלט ער אפ די ארבעט

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 8:30 pm
דורך חלום חלמתי
העריך....

אין ק"י להבדיל איז מסתם די זעלבע ביי זמן מגילה ליינען

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 10:16 pm
דורך פעיק ניוז
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2026 6:52 pm טראמפ איז מוחה קעגן די בריק צווישן קאנאדע און מישיגען, וואס האט נישט געניצט קיין אמעריקאנע שטאל, אמעריקע וועט נישט האבן קיין קאנטראל דערויף. ער פארלאנגט א דיעל אדער שטעלט ער אפ די ארבעט
👍

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 10:40 pm
דורך חלום חלמתי
מארק זוקערבערק פון מעטא איז די לעצטע אין קייט פון ביליאנערן וואס אנטלויפן פון קאליפארניע קיין פלארידע.

אט איז זיין נייע הייזקע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:40 pm
דורך חלום חלמתי
והכהו גייט אויף ביידע וועגן...

פעדעראלע ריכטער אפגעווארפן א נייע געזעץ אין קאליפארניע וואס וואלט פארבאטן אייס צו טראגן מאסקעס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 11:41 pm
דורך חלום חלמתי
עלטערן פון קינדער געבוירן אין 2025 און ווייטער קענען שוין אנהייבן עפענען קאנטעס פאר די טראמפ געלטער. שמועסט עס אויס מיט אייער אקאונטענט ביים פיילן טעקס ריטורן.

http://TrumpAccounts.gov

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 10, 2026 3:49 pm
דורך הדסים
פעטערמאן געמאלדן נעכטן אויף פאקס אז ער איז גרייט צו שטיצן דעם סעיוו אמעריקע אקט צו פארלאנגען פראוו אוו סיטיזענשיפ און וואוטער איידי.

דער ביל האט 84 פראצענט שטיצע לויט פאקס.

אלאסקע רעפובליקאנע סענאטארשע מורקאווסקי איז דערקעגן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 10, 2026 3:50 pm
דורך פעיק ניוז
הדסים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 3:49 pm פעטערמאן געמאלדן נעכטן אויף פאקס אז ער איז גרייט צו שטיצן דעם סעיוו אמעריקע אקט צו פארלאנגען פראוו אוו סיטיזענשיפ און וואוטער איידי.

דער ביל האט 84 פראצענט שטיצע לויט פאקס.

אלאסקע רעפובליקאנע סענאטארשע מורקאווסקי איז דערקעגן.
ווייל?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 10, 2026 6:53 pm
דורך אנדערער
פעיק ניוז האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 3:50 pm
הדסים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 3:49 pm פעטערמאן געמאלדן נעכטן אויף פאקס אז ער איז גרייט צו שטיצן דעם סעיוו אמעריקע אקט צו פארלאנגען פראוו אוו סיטיזענשיפ און וואוטער איידי.

דער ביל האט 84 פראצענט שטיצע לויט פאקס.

אלאסקע רעפובליקאנע סענאטארשע מורקאווסקי איז דערקעגן.
ווייל?
קוק איבער די נאמען. נאך שווער? 😉

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 10, 2026 7:24 pm
דורך חלום חלמתי
ניו יארקע לויטענאט גאווערנער ציעט זיך ארויס פון די גאווערנער פארמעסט, איבערלאזנדיג האוקל אן קיין פריימערי קעגנער

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 10, 2026 7:25 pm
דורך חלום חלמתי
ליסטע פון (ראסיסטישע) לענדער וואס פארלאנגען א איידי קארטל צי וואוטן ...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 10, 2026 7:28 pm
דורך חלום חלמתי
ווענס האט שפעטער פארמעקט דעם טוויט איבער זיין באזוך ביי די ארמאנישע דזשעניסייד מעמאריעל.

טראמפ האלט נישט אז דארט איז געווען א פעלקער מארד, נאר א פשוטע מלחמה.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 10, 2026 7:30 pm
דורך חלום חלמתי
וועלערא האט געצאלט א ביליאן צו אנטלויפן פון קאליפארניע, טעד קרוז רעאגירט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 10, 2026 7:30 pm
דורך חלום חלמתי
זינט די אנהייב פון 2026 האט ענגלאנד נאכנישט געזען קיין איין טריקענע טאג...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 10, 2026 7:32 pm
דורך חלום חלמתי
לויט עפעס א 'אומפארטייאישע' גרופע האט די טראמפ טאריפ'ס אפגעקאסט פאר א אלגעמיינע אמעריקאנער, $1,000 אין 2025 און וועט ארויפגיין צו $1,300 אין 2026

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 10, 2026 7:33 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ זאגט אז זיין נייע זאל וועט קענען געניצט ווערן פאר די קומענדיגע פרעזידעליכע איינשווערונגען.