אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 314

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 4:14 pm https://ahblicklive.com/post.php?u_id=u ... O5aIIc4dC7

איינער קען ברענגען (גדר בלאקט)
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 153
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 74

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך געצל »

מיטב הגיון האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 3:39 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 3:13 pm די ערשטע ביכלעך, רעזולטאט פון די הונדערטער שעות פארש ארבעט דורך מסורה איבער די מסורה פון די עדזשוקעישן געזעץ וואס איז נאך נתייסד געווארן בשנת תרנ"ד לפ"ק
הו הא, קומט געהעריג מיט נעמען. עורך ראשי מיט חברי המפעל, זענען די נעמען עכט?

יא, איך קען א טייל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2928
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8361

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פופציגער »

ווייסט איינער וועלכע יאר ס'געווען די פעלדער געזעץ?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער סטעיט לויער, היינט:
In 2018, the legislature passed the Felder amendment, which directed the Commissioner evaluate certain non-public schools, taking into account the entirety of the curriculum across grade levels and determine whether those schools are substantially equivalent. The regulations here to implement that statute by providing a framework for the commissioner and school districts who made substantial equivalency determinations that necessarily has consequences for state aid
.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6393
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14668

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

In spring of 2018, while critics were calling for the DOE to speed up their investigation, State Senator Simcha Felder, representative of a largely Hasidic district that encompasses Borough Park and Flatbush,[33] introduced a bill designed for yeshivas that, if passed, would broaden the criteria of the "substantial equivalency" law for them over that of other schools, and would shift the determination as to whether these schools met the criteria of substantial equivalence from the hands of the local DOE to the State Education Department,[14][34] essentially blunting the DOE investigation.[35] The bill passed when Felder held up a state budget deal until the legislature agreed to support the amendment.[36]

איינער האקט.
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 230
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 99

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 6:03 pm ווייסט איינער וועלכע יאר ס'געווען די פעלדער געזעץ?
2018
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 230
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 99

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

מיטב הגיון האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 3:35 pm
א טראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:53 pm
פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:30 pm האב איך געזען אינעם גליון פון בעלזא מוסדות אין אמעריקע שטיין אז זיי האבן יא גענומען א פעטוועי ווייל "די רעגירונג האט באשלאסן אז מער גייט זי גארנישט פארלאנגען פון די מוסדות, נאר יעדער דארף קלייבן איינס פון 7 מהלכים וואס דערמיט דערקלערן זיי פאר די רעגירונג וואס זיי לערנען, און מער גייט זיך די רעגירונג נישט מישן וואס זיי טוען"
און וואס איז מיט די ''פלען ענד טיים-ליין'',מיינט אויך נישט זיך צו פארפליכטען אלעס צו לערנען וואס די סטעיט פארלאנגט צו ווערן 'סאבסטענשעל עקוויווילענט'?
ניין
:roll: :roll: :roll: מכחיש השמש בצהרים
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6393
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14668

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איינער האט מיר געשיקט אין אימעיל די דאזיגע ווערטער, כ'האב נישט יעצט די צייט צו מאמת זיין יעדעס ווארט, כ'וועל עס לאזן פאר'ן עולם דא:

נאטיצען פין די טענות ה'סטעיט היינט אין געריכט:

1. די וואס האבן גענומען פעטוועי 6 האבן נישט קיין סטענדיג

2. רעגירונג פלאנט נישט פארמאכען מוסדות מהר''א וכדומה נאר סטראשענען מיט פאנדינג. ולד' הישועה.

3. רעגירונג פלאנען נישט truancy קעגן די עלטערען וואס שיקען די קינדער אין מוסדות מהר''א וכדומה


Off Topic
Beasley Kiernan:
Whether parents comply with their obligations under the compulsory education law is not a matter
addressed by these regulations. These regulations focus on whether the non-public school itself
satisfies the substantial equivalency standard.

And if it doesn't, then that school is no longer deemed a school which provides compulsory
education fulfilling the requirements of the education law. That's the text of the regulations that
Supreme Court struck down. And that language is logically required by the statute itself because
substantial equivalency is a requirement of the education law. Now, a school may choose to close
its doors, but it doesn't have to. It can continue offering instruction in whatever forces it wants to. It's just not entitled to state aid. It's not entitled to transportation pupils
.




Beasley Kiernan:
Petitioners lack standing because the petitioner schools are not at imminent risk of closure. They're not at imminent risk of a negative substantial equivalency determination because four of the five schools are deemed substantially equivalent by virtue of their registration. The fifth school might be subject to periodic reviews.

I'm informed that Rabbi Jacob Joseph's school is interested in pursuing another pathway, the assessment pathway, which would entitle it to be deemed a substantially equivalent school.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:08 pm 2. רעגירונג פלאנט נישט פארמאכען מוסדות מהר''א וכדומה נאר סטראשענען מיט פאנדינג. ולד' הישועה.

3. רעגירונג פלאנען נישט truancy קעגן די עלטערען וואס שיקען די קינדער אין מוסדות מהר''א וכדומה
סאו ס'איז נישטא קיין גזירה?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

ס'גאנץ א העלדישע זאך פון פעירלס צו צאלן שווערע מיליאנען פאר לויערס צו פארטיידיגן מהר"א'ס מוסדות אין געריכט...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 391

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך לייבל פריש »

צווייזייטיג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:27 pm ס'גאנץ א העלדישע זאך פון פעירלס צו צאלן שווערע מיליאנען פאר לויערס צו פארטיידיגן מהר"א'ס מוסדות אין געריכט...
מהר"א מוסדות האבן גראדע באצאלט רבבות פאר פערלס ביז דער רבי האט געהייסן אפהאקן
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1193
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2770

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דעת קדשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:08 pm איינער האט מיר געשיקט אין אימעיל די דאזיגע ווערטער, כ'האב נישט יעצט די צייט צו מאמת זיין יעדעס ווארט, כ'וועל עס לאזן פאר'ן עולם דא:

נאטיצען פין די טענות ה'סטעיט היינט אין געריכט:

1. די וואס האבן גענומען פעטוועי 6 האבן נישט קיין סטענדיג



וואס מיינט מ'האט נישט קיין סטענדיג?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

בס"ד
היינט איז פארגעקומען די ארעל ארגומענטס אין די חינוך קעיס, וואו די סטעיט פרובירט איבערצוקערן די געווינס פון פערל"ס צו בלאקירן די סטעיט פון קענען שליסן ישיבות וואס קומען נישט נאך דעם געזעץ.

די אפעלאט דיוויזיע איז ספעציעל אריבער אפצוהאלטן די הירינג אין די אלבאני סטעיט יוניווערסיטי, וואו די סטודענטן האבן עס געקענט מיטהאלטן, וואס צייגט אז זיי באטראכטן עס אלס א קעיס מיט א הויכע פראפייל.

דער אריגינעלער פסק וואס ווערט אפעלירט
ריכטערין ריבא האט אנגענומען פערל"ס טענה, אז די סטעיט האט נישט קיין שליטה אויף ישיבות און פריוואטע סקולס.
ממילא, האט זי ארויסגעשטראכן פון די רעגולעישאנס דער טייל וואס האט געזאגט אז אויב א סקול איז נישט עקוויוועלענט ווערט עס אויס סקול און עלטערן מוז'ן ארויסנעמען די קינדער פון דארט, און אויב נישט דראעט זיי געלט שטראפן און טורמע.
אויך האט זי געאורטיילט קענען נוצן עטליכע מעטאדן צו געבן די געזעצליכע עדיוקעישאן פאר סקול. ממילא, אפילו אויב א ישיבה קומט נישט נאך די געזעץ, קען מען דארט ווייטער שיקן. ווייל עס קען זיין אז עלטערן זאלן צולערנען אינדערהיים די איבריגע סאבדזשעקטס.
די סטעיט אפעלירט עס איצט.
וואס האט דאס מערסטע אינטרעסירט די ריכטער וועלכע האבן געפרעגט פראגעס, איז צי מ'קען שוין קלאגן קעגן די געזעץ, וויבאלד מ'האט נאכנישט געשלאסן קיין ישיבות, און וויבאלד קיין איינער פון די קלעגער קען נאכנישט ווייזן קיין קאנסקווענצן.
די סטעיט האט בעיקר געדרוקט אז דער פאקט אז מ'האט נאכנישט געשלאסן קיין ישיבות, באדייט אז מ'קען נישט קלאגן אויפ'ן געזעץ.


פאלגענד איז אן איבערזיכט פון די שקלא וטריא:
► Show Spoiler
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6393
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14668

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:08 pm 2. רעגירונג פלאנט נישט פארמאכען מוסדות מהר''א וכדומה נאר סטראשענען מיט פאנדינג. ולד' הישועה.

3. רעגירונג פלאנען נישט truancy קעגן די עלטערען וואס שיקען די קינדער אין מוסדות מהר''א וכדומה
סאו ס'איז נישטא קיין גזירה?
ערשטנס, סטאפן פאנדינג איז ביי מיר אויך א גזירה. נישט סתם א גזירה, נאר א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה, רוב מענטשן קענען נישט צאלן $1500 שכ"ל פער קינד.

צווייטנס, ס'איז די ערשטע מאל וואס די סטעיט זאגט דאס, סוי דו מוזט שוין יעצט האבן א קאנקלוזשן איבער יא גזירה/נישט גזירה? קודם גראד עס אויס ביי פערל'ס... דארט בין איך אזו צומיטש אז דאס קאפ טוט מיר וויי...

נאכאלס איז עס א מערקווירדיגע אויפפאסונג פונעם היינטיגן געריכט.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:08 pm איינער האט מיר געשיקט אין אימעיל די דאזיגע ווערטער, כ'האב נישט יעצט די צייט צו מאמת זיין יעדעס ווארט, כ'וועל עס לאזן פאר'ן עולם דא:

נאטיצען פין די טענות ה'סטעיט היינט אין געריכט:
1. די וואס האבן גענומען פעטוועי 6 האבן נישט קיין סטענדיג

קודם זיי האבן גערעדט פון די 5 מוסדות וואס האבן גענומען ריזשענט 1.
און נאכדעם האבן זיי געזאגט אז ווילאנג מ'האט נישט בפועל צוגעשפארט האט מען נישט קיין סטענדינג. דאס הייסט אפי' סאטמאר טרופ וואס האט שוין א פלעמינערי דיטערמינעישאן ארדער האט לשיטתם אויך נישט קיין סטענדינג.


2. רעגירונג פלאנט נישט פארמאכען מוסדות מהר''א וכדומה נאר סטראשענען מיט פאנדינג. ולד' הישועה.
פארוואס נאר מוסדות מהר"א וכדומה?
האבן נישט די אנדערע מוסדות קיין פראבלעמען, איז נישט די בעלזא מיידל סקול אין בארא פארק דערקלערט געווארן נישט עקוויוועלענט?!...

חוץ מזה, וואס זיי זאגן אז מ'גייט בכלל נישט קענען רעכענען די לימודי חול וואס מ'לערנט אין דעם גאנצן מוסד. דאס הייסט אז מוסדות מהר"א וכדו' גייען דארפן אויפהערן לערנען ענגליש אין חדר, און אריינגיין אונטער די שווערע גזירה פון האום סקולינג.

3. רעגירונג פלאנען נישט truancy קעגן די עלטערען וואס שיקען די קינדער אין מוסדות מהר''א וכדומה

וואס הייסט זיי פלאנען נישט טרוענסי?
אויב א טאטע שיקט די קינדער אין א חדר וואס איז לעגאל נישט סובסטענשל עקוויוועלנט, גייען זיי אים לאזן פריי?
מען גייט אים נישט הייסן שיקן אין פובליק סקול, אדער מאכן האום סקול, און סטראשען מיט טרוענסי?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6393
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14668

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויסקלארונג און ענטפערס:

1. די וואס האבן גענומען פעטוועי 6 האבן נישט קיין סטענדיג

זיי זאגן אז די 6'סטע מוסד וואס מאכט נישט די רידזשענטס קען אויך נישט האבן סטענדיג, ווייל זיי האבן גענומען פעטוועי 6 און מאכן אסעסמענט'ס, ממילא זענען זיי נישט 'עלול' צו ווערן געשעדיגט פון די גיידליינס ווייל זיי זענען דאך עקוויווילענט, סוי האבן זיי נישט קיין סטענדינג צו פארטיידיגן ריבא'ס פסק.

קומט אויס אז דאס וואס מ'האט כסדר געזאגט אז מ'מוז נעמען פעטוועי 6 פשוט לטובת די קארט, איז גאר געווארן פארקערט... דאס נעמען פעטוועי 6 איז געווארן א חרב ביד ה'סטעיט צו פארשטאפן פערלס' מויל.


2. און 3. איז במחילת כבוד ה'אימעיל שיקער טאטאל אומריכטיג, א שטיק עם הארצות

כ'האב געמאכט א פאון קאל צו איינעם וואס ליגט בתוך הדברים, צו פארשטיין וואס די סטעיט זאגט דא. פערלס טענה'ט אז די מוסדות האבן סטענדינג ווייל זיי גייען ווערן פארמאכט. זאגט די סטעיט ניין, זיי קענען ווייטער זיין אפן... איך וועל נאר זאגן אז קינדער וואס לערנען דארט מוזן 'אויך' גיין אין פובליק סקול... אבער די מוסד קען ווייטער אפערירן צו לערנען נאך לימודים אין צוגאב צום פובליק סקול...

סוי די סטעיט וויל דערמיט אוועקנעמען די טענה פונעם מוסד. נישט אז דאס העלפט טאקע איינעם אז די גזירה זאל זיין בעסער. פונקט פארקערט.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:09 pm אויסקלארונג און ענטפערס:

1. די וואס האבן גענומען פעטוועי 6 האבן נישט קיין סטענדיג

זיי זאגן אז די 6'סטע מוסד וואס מאכט נישט די רידזשענטס קען אויך נישט האבן סטענדיג, ווייל זיי האבן גענומען פעטוועי 6 און מאכן אסעסמענט'ס, ממילא זענען זיי נישט 'עלול' צו ווערן געשעדיגט פון די גיידליינס ווייל זיי זענען דאך עקוויווילענט, סוי האבן זיי נישט קיין סטענדינג צו פארטיידיגן ריבא'ס פסק.

קומט אויס אז דאס וואס @צווייזייטיג האט כסדר געזאגט אז מ'מוז נעמען פעטוועי 6 פשוט לטובת די קארט, איז גאר געווארן פארקערט... דאס נעמען פעטוועי 6 איז געווארן א חרב ביד ה'סטעיט צו פארשטאפן פערלס' מויל.
פון וואנעט וויינסטו וואס זיי וואלטן געטענה'ט ווען מען נעמט ווען נישט 6?

די ארגומענט איבער פעטוועי 6 איז בכלל נישט געווען זייער עיקר טענה, ער האט עס דערמאנט בדרך אגב...

זייער טענה איז געווען אז מ'האט עס נאכנישט "געהייסן" פארמאכן, און ממילא איז עס זיי נאכנישט נוגע. און האט אריינגעווארפן אז ער האט געהערט (אן ברענגען פרוף) אז איין מוסד האט גענומען אסעסמענטס, ממילא קען גאר זיין אז ער גייט זיין עקוויוועלענט און מ'גייט נישט הייסן פארמאכן...
סאו, טעכניש אפי' ער נעמט 7, איז נאך אלץ דא די זעלבע טענה.

און אפי' אויף דעם האט אבי חוזק געמאכט, אז ער האט קלארע דאקומענטן אז זיי ווילן פסלע'ן א גאנצע סקול, צוליב איין נארישע זאך וואס שטימט נישט פונקט מיט זייער נאז. און ער האט געזאגט אז דאס איז סאך א שטערקע ראי' ווי א שמועה איבער נעמען א פעטוועי... אויף וואס די ריכטער האבן זיך צעלאכט.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6393
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14668

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:19 pm זייער טענה איז געווען אז מ'האט עס נאכנישט "געהייסן" פארמאכן, און ממילא איז עס זיי נאכנישט נוגע.
קוקט נישט אויס ריכטיג.

They're not at imminent risk of a negative substantial equivalency determination

דאס הייסט, זיי זענען נישט "עט ריסק", ווייל זיי קומען נאך די עקוויווילענסי.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

ער זאגט אן "אבער".
Beasley Kiernan:
I'm informed that Rabbi Jacob Joseph's school is interested in pursuing another pathway, the assessment pathway, which would entitle it to be deemed a substantially equivalent school. But in any event, none of the petitioner organizations have come close to satisfying their burdens of their organizational understanding. They haven't shown that any of their members are at remnant risk of closure. And for that reason alone, the decision below should at least be vacated by the state.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6393
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14668

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער 'אבער' מיינט "אפילו זיי וואלטן גענומען א אנדערע פעטוועי", איז אבער דער מהלך אז זיי גייען האבן א כסדר'דיגע רעוויו און קענען זיין געהעריג עקוויווילענט. ליין די גאנצע פון אנהייב:


Petitioners lack standing because the petitioner schools are not at imminent risk of closure. They're not at imminent risk of a negative substantial equivalency determination because four of the five schools are deemed substantially equivalent by virtue of their registration. The fifth school might be subject to periodic reviews.

ממילא, פירט עס אויס, אז זיי זענען נישט אין קיין באלדיגע געפאר.

למען האמת, ביסט גערעכט אז ווען מ'נעמט נישט קיין שום פעטוועי וואלט ער אודאי פרובירט צו טענה'ן נאך ווייטער, אז וויבאלד מ'האלט נאך פאר'ן דן זיין צו דער מסד איז עקוויווילענט האט ער נאכנישט קיין סטענדינג. אבער פאר א סיבה כאפט ער אן דאס אז "מ'האט גענומען די אסעסמענט פעטוועי (6)", ווייל דאס מאכט זיין טענה שטארקער.
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 391

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך לייבל פריש »

צווייזייטיג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:38 pm ער זאגט אן "אבער".
Beasley Kiernan:
I'm informed that Rabbi Jacob Joseph's school is interested in pursuing another pathway, the assessment pathway, which would entitle it to be deemed a substantially equivalent school. But in any event, none of the petitioner organizations have come close to satisfying their burdens of their organizational understanding. They haven't shown that any of their members are at remnant risk of closure. And for that reason alone, the decision below should at least be vacated by the state.
Risk מיינט אויסגעשטעלט
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 514

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

אויסקלארונג איבער די פעלדער געזעץ:

יעדער האט פון די ערשטע מינוט מודה געווען אז די פעלדער געזעץ האט נאכן געטוישט ווערן דורך סקופיס אפן געלאזט די מעגליכקייט פאר די רעגירונג פארצוזעצן מיט די גזירות החינוך, מען האט קלאר געשריבן די צוויי פונקטן.

1. אז מען האט געטוישט אז אנשטאט אויפשטעלן א זעלבסטשטענדיגע קאמיסיע צו באשליסן צי א מוסד קומט יא אדער נישט נאך די געזעץ - א שטייגער ווי אארטס ביי ישיבה גדולה, האט מען איבער געלאזט די אטאריטעט ביים סטעיט קאמישינער.

2. אז מען האט צוגעלייגט די ווערטער 'באט נאט לימיטעד טו' איידער מען רעכנט אויס וואס די מוסדות דארפן לערנען.

סך הכל איז אויסגעקומען אז צום ערשטן מאל זינט די עדיוקעישאן געזעץ איז די סטעיט געזעצליך געווען ערלויבט צו דערקלערן א מוסד וואס לערנט דאס וואס די מוסדות לערנען שוין סייווי (נישט די אלע זאכן וואס ס'דא אן א.ג. 'מסורה' אז דער רבי האט אלעמאל געוואלט מען זאל דאס לערנען) איז קלאר געשטאנען אז מען דארף נישט לערנען מער, נאר דאס איז גענוג נאכצוקומען די געזעץ.
אביסל קלארער: ביזן פעלדער געזעץ איז די רעגירונג געווען פארפליכטעט צו פארלאנגען פון אלע שולעס אז די לימודים זאלן זיין סובסטענטשעלי עקוויווילענט צו די לימודים פונעם פובליק סקול, נאכן אמענדמענט האט די רעגירונג צום ערשטן מאל באקומען די רעכט צו אנערקענען אז דאס וואס מען לערנט סייווי אין די מוסדות איז גענוג.

עס האט טאקע נישט געצווינגען די סטעיט אנצונעמען די לימודים - צוליב די צוגעלייגטע סקופיס שורה - אבער עס האט צום ערשטן מאל ערלויבט די רעגירונג צו אנערקענען אונזער חינוך.


די געזעץ איז מיט דעם אלעם אפאלאדירט געווארן זינט די עדיוקעישאן דעפארטמענט האט צו יענע צייט אלעמאל געזאגט פאר די עסקנים אז זיי זוכן נישט צו טוישן אונזער חינוך, נאר זיי זענען פשוט אונטער געזעצליכע צוואנג, זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירא נאר אינפארסירן די עקזיסטירנדע געזעצן - נאכדערצו ווען די מוסרים שלעפן זיי אין געריכט פארוואס זיי אינפארסירן עס נישט.

דערפאר האבן די עסקנים געגלויבט אז אצינד מיטן פעלדער געזעץ אז די רעגירונג האט שוין על כל פנים די רעכט צו אנערקענען די מוסדות'ס חינוך אלץ עקוויווילענט, און דערפאר וועלן זיי זיך שוין האפנטליך צוכאפן צו די נייע געזעץ און זיך אפלאזן פון די מוסדות.
ווי אויך איז אויפגעברענגט געווארן אז אין פאל די רעגירונג וועט יא פארזעצן מיט די גזירות וועט מען אלעמאל קענען גרינגער טענה'ן 'רעליגיעזע דיסקרימינאציע' אין געריכט, זינט אונזער חינוך איז אנערקענט דורך די געזעץ אלץ אן אנגענומענער חינוך, נאר די קאמישינער 'מעג' פארלאנגען מער, אבער אין פאל די פארלאנגען מער איז דיסקרימינאציע קען מען איר גרינגער קלאגן, ווייל בעצם האט זי געזעצליך די רעכט אונז אפצולאזן, טא די פאקט אז זי לויפט אונז ווייטער נאך איז א צייכן אז זי דיסקרימינירט קעגן אונז.

די רעגירונג האט זיך געטראפן אין אן אומבא'טעמ'טער סיטואציע, פון איין זייט האבן זיי די גאנצע צייט געצילט צו גענצליך רעפארמירן די מוסדות צו די נייע 'מסורה', אבער פון די צווייטע זייט האבן זיי דאך געזינגען די ניגון אז זיי זענען פשוט געצווינגען מצד הגעזעץ. דעריבער האט די קאמישינער דערקלערט אז די פעלדער געזעץ טוט איר גאר 'פארפליכטן' צו רעכענען 'סיי' די סאבדשעקטס אויסגערעכנט, און 'סיי' די איבריגע סאבדשעקטס - דהיינו נישט די געזעץ 'ערלויבט' איר צו פארלאנגען מער לימודים, נאר עס 'פארפליכטעט' איר זאגאר צו פארלאנגען די לימודים.

די טענה האט זי מיאוס פארלוירן אין געריכט, און די געריכט האט געאורטיילט אז זי פארמאגט טאקע די רעכט צו פארלאנגען מער, אבער זי איז בכלל נישט פארפליכטעט.

צו די צייט האט די סטעיט ענדליך אויסגעטון די זיידענע הענטשוך, און אפיציעל דערקלערט אז זיי 'ווילן' רעפארמירן אונזער חינוך - וואס דאס האט אטאמאטיש באדייט אז די געענדערטע פעלדער געזעץ איז מער נישט א באלדיגע ישועה, זינט עס האט אפן געלאזט די רעכט פאר די רעגירונג צו פארלאנגען מער סאבדשעקטס.

אבער צום שלוס, די פעלדער געזעץ איז נאכאלץ א קריטישע טייל פון די קאמף קעגן די גזירה, זינט דאס איז די איינציגסטע אנערקענונג וואס אונזער חינוך האט געזעצליך, סיי אז די קאמישינער האט די רעכט יעדע ליאדע מינוט יא צו אנערקענען אונזער חינוך אלץ גענוג, סיי אז א צוקונפטיגע קאמישינער קען עס אלעמאל אנערקענען, און סיי אין געריכט קען מען אנצייגן אז אונזער חינוך איז טעכניש אויסגעהאלטן געזעצליך נאר די רעגירונג פארלייגט זיך אויף אונז.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6393
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14668

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@פ. לאקס הערליך קלאר.

זאת ועוד, פערלס וואלט דאס געקענט נוצן אין קאורט אויך. ס'איז דא א קלארע פסק אז לויט'ן פעלדער אמענדמענט 'מוז נישט' די רעגירונג אויסטייטשן אז מ'מוז לערנען אלע סובדזשעקטס, ממילא דאס אויסטייטשן דוקא די אנדערע וועג צייגט אויף א 'מיסיע' צו טשעפען אונזער רעליגיע.

די סיבה פארוואס זיי נוצן דאס בכלל נישט, גענוי ווי זיי פארטיידיקן בכלל נישט די גאנצע רעליגיע אישו, ווערט באטראכט וואונדערליך ביי אנדערע לויער.
א טראכטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 71
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:38 pm
x 52

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך א טראכטער »

אויף מערכת סאטמאר הערט מען ווי ר' משה דוד נידערמאן זאגט אז די געריכטעליכע סעסיע דעם היינטיגען דאנערשטאג איז זייער קריטיש ווייל עס באדאערט תפיסה פאר די עלטערן,

איך וועל נישט אריינגיין און די נושא צו מען דארף מורא האבן פאר תפיסה ,נניח אז ער איז גערעכט, האט עס נישט מיט די היינטיגע הירונג און קורט צו מזאל לאזען ריבא'ס פסק אין פלאץ,
ווייל סיי אויב ריבא'ס פסק בלייבט און סיי אויב עס פאלט אוועק דארפן די עלטערן געבן אן 'סאבסטענשעל עקוויווילענסי 'עדיקעשען און אויב נישט איז לשיטתו דא תפיסה,

די קורט יעצט איז בעיקר אויף די מוסדות אז אויב זיי ווילן בלייבן א סקול און באקומען די בעניפיטען פון א סקול מוזען זיי צו שטעלן א 'סאבסטענשעל עקוויווילענסי 'עדיקעשען,

די קורט איז נישט יעצט בנוגע די עלטערן, צו זיי דארפן צו שטעלן א 'עקוויווילענסי עדיקעשען' צו נישט,

ס'איז דא נאך א נקודה וואס איז יעצט און די אפיעלס קורט ,צו א טאטע קען צו שטעלן די עדיקעשען צוטיילט אויף צוויי פלעצער סיי אינדערהיים און סיי און סקול,
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 230
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 99

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

צווייזייטיג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:08 pm 2. רעגירונג פלאנט נישט פארמאכען מוסדות מהר''א וכדומה נאר סטראשענען מיט פאנדינג. ולד' הישועה.

3. רעגירונג פלאנען נישט truancy קעגן די עלטערען וואס שיקען די קינדער אין מוסדות מהר''א וכדומה
סאו ס'איז נישטא קיין גזירה?
1)ס'איז דא א גזירה פאר די מוסדות וואס גייען נישט קענען עומד בנסיון זיין צו פארלירען די פאנדינג.

2)א געזעצט וואס איז דא און ניו יארק אפי' זיי האבן נישט קיין וועג צו עס אינפאסירן איז למעשה א גזירה
(זיי קענען אפשר מיט די יארן ווערן מער קאמיניסטיש)
שרייב פאוסט