בלאט 157 פון 536
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:32 am
דורך ניקל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:33 am
דורך ניקל

- IMG_20231105_013218_220.jpg (97.9 KiB) געזען געווארן 671 מאל

- IMG_20231105_013218_009.jpg (90.04 KiB) געזען געווארן 671 מאל

- IMG_20231105_013218_027.jpg (89.81 KiB) געזען געווארן 671 מאל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:33 am
דורך ניקל

- IMG_20231105_013217_716.jpg (40.73 KiB) געזען געווארן 671 מאל

- IMG_20231105_013217_902.jpg (205.94 KiB) געזען געווארן 671 מאל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 8:04 am
דורך קטןודל
בלינקען צו אבאס: די פאלעסטינער אויטאריטעט דארף שפילן א צענטראלע ראלע אין עזה נאך די מלחמה. (רויטערס)
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 8:05 am
דורך קטןודל
בלינקען מיט אבאס היינט אין ראמאללא
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 8:13 am
דורך קטןודל
באריכטן אין עזה אז די צוויי טעראריסטן וועלכע האבן פארכאפט די 85 יעריגע יפה אדר זענען גע'הרג'עט געווארן פון צה"ל באמבארדירונגען. לויט די באריכטן האבן זיי נישט באלאנגט צו כאמאס (ווארשיינליך זענען זיי אויך פון די איבריגע עזה 'ציווילע'). די משפה האט רעאגירט אז דאס ברענגט זיי אויך נאכמער פראגן: אויב זיי זענען נישט קיין כאמאס'ניקעס, טא מיט וועם גייט מען פארהאנדלען ווען זי איז נאך אלץ דארט? אויב מ'האט באוויזן אנצוקומען צו אירע פארכאפער פארוואס קומט מען נישט אן צו איר? די משפחה האט דערווייל נישט באקומען קיין אפיציעלע מעלדונג פון מדנ"י דערוועגן.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 8:16 am
דורך קטןודל
קטןודל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 8:04 am
בלינקען צו אבאס: די פאלעסטינער אויטאריטעט דארף שפילן א צענטראלע ראלע אין עזה נאך די מלחמה. (רויטערס)
אבאס האט רעאגירט אז די פאלעסטינער אויטאריטעט וועט זיין גרייט איבערצונעמען עזה'ס פאראנטווארטליכקייט אין די ראמען פון אן אלגעמיינע פאליטישע לעזונג וואס וועט אריינרעכענען דער מערב ברעג, עזה און מזרח ירושלים. בלינקען האט דערביי ווידערהאלט אמעריקע'ס פארפליכטונג פאר א צוויי-שטאטן לעזונג.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 8:22 am
דורך קטןודל
שטורעם נאך וואס ח"כ עמיחי אליהו (עוצמה יהודית, זון פונעם צפת'ער רב הראשי הרב שמואל אליהו) זאגט אין אן אונטערוויו, אז ווארפן אן אטאם באמבע אויף עזה איז א מעגליכע אפציע. נתניהו'ס אפיס האט געמאלדן אז ער ווערט סוספענדירט פון אלע רעגירונג זיצונגען ביז א קומענדיגע מעלדונג. שארפע פארדאמונגען פון יאיר לאפיד, יואב גאלאנט און בעני גאנץ. "א שטיין וואס א נאר ווארפט אריין אין א ברונעם, וועלן אויך טויזנט מענטשן נישט קענען ארויסציען", האט גאנץ געשריבן. עמיחי האט דערנאך פרובירט אויסצוקלארן זיינע ווערטער אז ער האט נישט געמיינט ממש אטאם, נאר ס'מוז זיין א שארפע רעאקציע צו טעראר וכו'.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 8:27 am
דורך קטןודל
"יארן האבן מיר נישט אויסגעהערט די כאמאס ווארטזאגער'ס, אפשר זאלן מיר כאטש יעצט אויסהערן די פאלעסטינער אויטאריטעט ווארטזאגער'ס": לענגערע ארטיקל אין ישראל היום ווייזט אן איבער די ברייטע שטיצע אין די פאלעסטינער גאס, און אינערהאלב די פאלעסטינער אויטאריטעט, פאר די כאמאס שחיטות און טעראר, און ערקלערט אז אמעריקע'ס פלאן איבערצוגעבן עזה פאר די אנגעבליכע 'גוד גייז' פון די פאלעסטינער אויטאריטעט וועט זיין א גרויסע טעות.
אן אנדערע שרייבער ווייזט אן אז די גאנצע סטעיטמענט וואס ביידען חזר'ט איבער אז "כאמאס פארטרעט נישט די פאלעסטינער פאלק", איז א שקר מיסודו, קודם כל ווייל כאמאס איז ערוועלט געווארן ביי די וואלן אין עזה, און ס'איז נישט קיין סוד אז כאמאס וועט אויך געווינען אינעם מערב ברעג און דערפאר טאקע קומט נישט פאר קיין וואלן, נאר כאמאס טוט למעשה פארטרעטן די אנגענומענע שטעלונג פון אלע פאלעסטינער נישט צו אנערקענען מדינת ישראל. "דער געדאנק אז מ'דארף באפרייען פאלעסטינער פונעם נהר ביז'ן ים" (פראם דע ריווער טו דע סי) איז אן אלגעמיינער געדאנק פון די פאלעסטינער אידענטיטעט, וועלבע פאראייביגט די פליטים פראבלעם אויך פאר'ן זעלבן ציל.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:51 am
דורך מסתמא
קטןודל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 8:27 am
"יארן האבן מיר נישט אויסגעהערט די כאמאס ווארטזאגער'ס, אפשר זאלן מיר כאטש יעצט אויסהערן די פאלעסטינער אויטאריטעט ווארטזאגער'ס": לענגערע ארטיקל אין ישראל היום ווייזט אן איבער די ברייטע שטיצע אין די פאלעסטינער גאס, און אינערהאלב די פאלעסטינער אויטאריטעט, פאר די כאמאס שחיטות און טעראר, און ערקלערט אז אמעריקע'ס פלאן איבערצוגעבן עזה פאר די אנגעבליכע 'גוד גייז' פון די פאלעסטינער אויטאריטעט וועט זיין א גרויסע טעות.
אן אנדערע שרייבער ווייזט אן אז די גאנצע סטעיטמענט וואס ביידען חזר'ט איבער אז "כאמאס פארטרעט נישט די פאלעסטינער פאלק", איז א שקר מיסודו, קודם כל ווייל כאמאס איז ערוועלט געווארן ביי די וואלן אין עזה, און ס'איז נישט קיין סוד אז כאמאס וועט אויך געווינען אינעם מערב ברעג און דערפאר טאקע קומט נישט פאר קיין וואלן, נאר כאמאס טוט למעשה פארטרעטן די אנגענומענע שטעלונג פון אלע פאלעסטינער נישט צו אנערקענען מדינת ישראל. "דער געדאנק אז מ'דארף באפרייען פאלעסטינער פונעם נהר ביז'ן ים" (פראם דע ריווער טו דע סי) איז אן אלגעמיינער געדאנק פון די פאלעסטינער אידענטיטעט, וועלבע פאראייביגט די פליטים פראבלעם אויך פאר'ן זעלבן ציל.
שטארק געזאגט.. נישטא קיין לעזונג. מכאפט גארנישט ווי טיעף אין די אדמה די סיטואציע איז.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:33 am
דורך ניקל
חיזבאלא # 59

- IMG_20231105_103247_251.jpg (97.1 KiB) געזען געווארן 550 מאל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:35 am
דורך ניקל
מדינת ישראל זאגט אז זיי האבן שוין באשאסן העכער 2500 צילן און עזה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:38 am
דורך ניקל
איראן אויסערן מיניסטער:
אונז זעמיר מיעץ אמעריקע צו העלפן די מלחמה זאל קומען צו א אפשטעל ווי אמשנעלסטן און צו מסדר זיין א פייער-אפשטעל. אז נישט וועלן ענק כאפן שטארק
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:38 am
דורך ניקל
געזונטהייט מיניסטעריום פון עזה:
9,770 טויטע
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:40 am
דורך ניקל
נתניהו פון פריש!
עס וועט נישט זיין קיין פייער-אפשטעל אנדעם וואס אונזערע פארכאפטע קומען צוריק!
אונז זאג מיר דאס פאר אונזערע פיינט און אויך פאר אונזערע פריינט
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:51 am
דורך ניקל
רויטע קרייץ:
די סיטואַציע אין עזה איז א טאטעל דיזעסטער, אונז האב מיר נישט געזען אזאנס זייט אונז זעמיר אריין אין עזה, שפיטעלער און עזה זענען אויפן שוועל פון צוזאמבראך... (האט מען נישט געזאגט אז עס איז שוין לאנג צוזאם געבראכן??..)
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:51 am
דורך ניקל
רוסלאנד שיקט פרישע הומינאטערישע הילף קיין עזה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:52 am
דורך ניקל
חיזבאלא # 60

- IMG_20231105_105226_938.jpg (128.62 KiB) געזען געווארן 523 מאל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:53 am
דורך ניקל
חיזבאללא קליעמט אז זיי האבן אראפגעשאסן א מדינת ישראל דראון
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:55 am
דורך ניקל
חיזבאלא # 61

- IMG_20231105_105500_349.jpg (99.8 KiB) געזען געווארן 520 מאל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:14 pm
דורך ניקל
גאר שטארקע באמבעדירונגען יעצט אין עזה.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:20 pm
דורך ניקל
אינטערנעט און סערוויס איז געווארן נאכאמאל אפגעהאקט און עזה
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:00 pm
דורך Spa 42
ליידער איז גע'הרג'עט געווארן די 30'סטע מדנ"י סאלדאט אין עזה.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:39 pm
דורך עדיטאריעל
עזה אטאקעס יעצט!
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:54 pm
דורך ניקל
די מדינת ישראל נעווי האט היינט געמאלדן פאר די מדינת ישראל בירגער אז ס'גייט פארקומען געוויסע פעולות וואס מאכט א גרויסע רעש פון היינט ביינאכט ביז מארגן 12.00 מיטאג און מען זאל זיך נישט דערשרעקן דערפון