בלאט 156 פון 198

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 10:02 pm
דורך וואס נישט
פאר א ווערטל:

איינער זאגט מיר אז ס'גייט פאקומען א מעמד פיוס פאר מאסטער און יאפפע''ד, ווייל עס איז יעצט נתגלה געווארן אז מהאט זיי פלען חושד געווען, זיי האבן נאר געוואלט ממשיך זיין די 'מסורה' פון רבין נאכצוקומען די אלטע געזעץ פון זיין 'סאבסטענשעל עקוויווילענט' ........... :roll: :roll: :roll:

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 10:43 pm
דורך אנעקדאט
איך זעה דא אז תשפ"ב האט מען געשריבן אז די גיידליינס איז נישט מעגליך נאכצוגעבן אפילו איין האר.
זאכן האבן זיך געטוישט ביז היינט?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 10:58 pm
דורך אנעקדאט
יעצט זעה איך אין דער איד ביילאגע פ' וארא, אז דאס איז די זעלבע פון וואס מ'האט דאן מורא געהאט.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:36 pm
דורך מיטב הגיון
אנעקדאט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 10:43 pm איך זעה דא אז תשפ"ב האט מען געשריבן אז די גיידליינס איז נישט מעגליך נאכצוגעבן אפילו איין האר.
זאכן האבן זיך געטוישט ביז היינט?
צוויי זאכן:

איינס: מען האט נאך ביז יעצט נישט נאכגעגעבן קיין האר.
צוויי: יא, זאכן האבן זיך געטוישט זייט תשפ"ב

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:54 pm
דורך נפתלי
מיטב הגיון האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:36 pm
אנעקדאט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 10:43 pm איך זעה דא אז תשפ"ב האט מען געשריבן אז די גיידליינס איז נישט מעגליך נאכצוגעבן אפילו איין האר.
זאכן האבן זיך געטוישט ביז היינט?
צוויי זאכן:

איינס: מען האט נאך ביז יעצט נישט נאכגעגעבן קיין האר.
צוויי: יא, זאכן האבן זיך געטוישט זייט תשפ"ב
מען האט סתם צוגעלייגט סייענס און סאבזשעקטס מיט 10 מינוט צו ענגליש, נישט ווייל זיי האבן געבעטן נע... ווייל אונז האבמיר געוואלט... ווייל מיר ווילן גיין נאך די אויסגעטרעטענע מסורה...

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: פרייטאג מערץ 22, 2024 2:39 pm
דורך דער תהלים איד
מיטב הגיון האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:36 pm צוויי: יא, זאכן האבן זיך געטוישט זייט תשפ"ב

דהיינו? אפשר קענסטו מער אויסקלארן.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: פרייטאג מערץ 22, 2024 3:01 pm
דורך אסמכתא בעלמא
פעפער ספרעי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 3:00 pm ארכיאלאגישע מסורה געפינסן אין שושן הבירה.pdf

ביטע נישט ברענגען דא פשקעווילן (בפרט נאך אז עס דערמאנט יחידים)

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 2:04 pm
דורך צדיק נסתר
איינער מיט א לינק צום מסורה גליון?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 3:32 pm
דורך וואס נישט
unnamed.jpg
unnamed.jpg (542.87 KiB) געזען געווארן 959 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (620.06 KiB) געזען געווארן 959 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (611.66 KiB) געזען געווארן 959 מאל

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג מערץ 25, 2024 3:33 pm
דורך וואס נישט
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (508.22 KiB) געזען געווארן 954 מאל

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 3:31 pm
דורך דער תהלים איד
באקומען אין אימעיל

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג מערץ 26, 2024 6:38 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 3:31 pm באקומען אין אימעיל
לינק?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:23 pm
דורך צדיק נסתר
בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:34 am
צדיק נסתר האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 8:38 pm די נייע אומשילדיגע קונטרס מסורה וואס ברענגט אראפ די היסטאריע פון לימודי חול על אדמת אמעריקע במשנתו של רביה"ק זי"ע האט אפשר א שייכות מיט א צוגרייטונג צו פארברייטערן די לימודי חול אין מוסדות סאטמאר מהר"יי??
וואס מיינט א אומשולדיגע קונטרס?
און וואסערע לימודי חול פארברייטערן חלומסטע איבער?
למעשה זעה איך אויפן דעקל פונעם בלאט די וואך, אז די זאך קענער האלטן אז כ'האב גוט צוגעטראפן מיט מיין השערה...

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:04 pm
דורך אינגערמאן
נפתלי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:54 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:36 pm
אנעקדאט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 10:43 pm איך זעה דא אז תשפ"ב האט מען געשריבן אז די גיידליינס איז נישט מעגליך נאכצוגעבן אפילו איין האר.
זאכן האבן זיך געטוישט ביז היינט?
צוויי זאכן:

איינס: מען האט נאך ביז יעצט נישט נאכגעגעבן קיין האר.
צוויי: יא, זאכן האבן זיך געטוישט זייט תשפ"ב
מען האט סתם צוגעלייגט סייענס און סאבזשעקטס מיט 10 מינוט צו ענגליש, נישט ווייל זיי האבן געבעטן נע... ווייל אונז האבמיר געוואלט... ווייל מיר ווילן גיין נאך די אויסגעטרעטענע מסורה...
איך ווייס נישט אויב מען האט טאקע צוגעלייגט אט דאס וואס דו זאגסט.

אבער די גיידליינס פארלאנגען נישט קיינע פון די 2 זאכן.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:08 pm
דורך דער תהלים איד
@אינגערמאן אויף וואס באציסטו זיך?

די סובדזשעקטס שטייט יא אין די גיידליינס.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:10 pm
דורך אינגערמאן
נפתלי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 4:32 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 3:36 pm ס'איז פשוט צו קאמפליצירט איבערצוגיין מאושען ביי מאושען. אבער ס'איז דא א קלארע סך הכל:

ס'איז געווען אכט פארלאנגען (צומאל ניין, ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט דערויף, ואכמ"ל), ריבא האט אלעס אפגעווארפן. עטליכע דערפון האט זי געזאגט אז ס'איז פשוט נאכנישט נוגע, און מערערע האט זי געזאגט אז פערלס איז נישט גערעכט.

א נארמאלער לויער וואלט אפעלירט "אלעס", אבער אמווייניגסטנס די חלקים וואס זי האט טאטאל אפגעווארפן וואלט פערלס זיכער געדארפט אפיעלן. פארוואס זיי האבן עס נישט געטון איז א מיסטעריע בעולם הגעריכט.
עס איז נאך מער פון דעם, ווייל ביי ריבא אליין טענהט די סטעיט אז פערלס האט נישט קיין סטענדינג און דארט האט פערלס יא געשריבן, אז זיי האבן סטענדינג ווייל מען קען נישט דורכקומען און וועלן פעטוועיס.... איז פארוואס ביי די טענות האט מען נישט אפעלירט??? עס איז ממש אומפארשטענדליך, חוץ אז מען וועט זאגן, אז עס איז מיטן ציל אפצוהיטן די מסורה, אשר הנחיל לנו רבינו הקדוש צו לערנען וואס מער לימודי חול....
סיריעסלי..

פארוואס האט די רעגירונג עס אפעלירט אויב ער האט אלעס ארויסגעווארפן?

ווייל ווער עס האט נאר קורא געווען אדער שונה געווען סיי וועלכע געריכט אין אמעריקא ווייסט אז א ריכטער וועט אלס טרעפן א וועג אינצווישן אן קלאר פסק'נען אאויף יסודת'דיגע אישוס, אבער דאך געבן גערעכט אויף איין זייט..

מיינסט די סופרים קאורט האט אנגענומען טראמפ'ס טענה איבער קאלעראדע?.. נעה.. זיי האבן געזאגט אז עס באלאנגט פשוט פאר קאנגרעס, מען האט אים געגעבן גערעכט אן פסק'נען יסודת'דיג

יעצט ווארט איך אויפן חכם וואס גייט שרייען וויאזוי קען זיין אז טראמפ איז צופרידן מיטן אורטייל?.. אלא מאי אז ער האט געמאכט א דיעל מיט די לינקע.. און ער וויל אז ער זאל נישט קענען לויפן נאכאמאל..

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:11 pm
דורך אינגערמאן
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:08 pm @אינגערמאן אויף וואס באציסטו זיך?

די סובדזשעקטס שטייט יא אין די גיידליינס.
אין די לעצטע?

נישט ווי ווייט איך ווייס...

___

און 10 מינוט?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:17 pm
דורך דער תהלים איד
די 10 מינוט איז ביי די שמעסן דא נישט געווארן וועריפייד. קוקט מיר דערווייל אויס ווי סתם א חלום. און ריכטיג אז עס האט אידערוועי נישט מיט די גיידליינס. פערלס האט בעבר געוואלט צולייגן א שעה פשוט כדי צו ווייזן אימפראוומענט.

אבער די סובדזשעקטס איז כמדומה יא אינעם גיידליין. 4 אדער 6, איך דענק נישט.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:51 pm
דורך אינגערמאן
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:17 pm די 10 מינוט איז ביי די שמעסן דא נישט געווארן וועריפייד. קוקט מיר דערווייל אויס ווי סתם א חלום. און ריכטיג אז עס האט אידערוועי נישט מיט די גיידליינס. פערלס האט בעבר געוואלט צולייגן א שעה פשוט כדי צו ווייזן אימפראוומענט.

אבער די סובדזשעקטס איז כמדומה יא אינעם גיידליין. 4 אדער 6, איך דענק נישט.
סאו ביידע זענען כמדומה, אקעי.

דאס אז מען האט צוגעלייגט א סובדזשעקט איז יא געווארן וועריפייד?
► Show Spoiler

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:57 pm
דורך צווייזייטיג
צדיק נסתר האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:23 pm
בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:34 am
צדיק נסתר האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 8:38 pm די נייע אומשילדיגע קונטרס מסורה וואס ברענגט אראפ די היסטאריע פון לימודי חול על אדמת אמעריקע במשנתו של רביה"ק זי"ע האט אפשר א שייכות מיט א צוגרייטונג צו פארברייטערן די לימודי חול אין מוסדות סאטמאר מהר"יי??
וואס מיינט א אומשולדיגע קונטרס?
און וואסערע לימודי חול פארברייטערן חלומסטע איבער?
למעשה זעה איך אויפן דעקל פונעם בלאט די וואך, אז די זאך קענער האלטן אז כ'האב גוט צוגעטראפן מיט מיין השערה...
אדער האבן זיי עס געליינט דא...

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:00 pm
דורך צווייזייטיג
וואס נישט האט געשריבן: מאנטאג מערץ 25, 2024 3:32 pm unnamed.jpgunnamed (1).jpgunnamed (2).jpg
דא שטייט: " loss of a nonpublic school's legal status as a school for purposes of the Compulsory Education Law"

פאר ווער עס קען ענגליש, צואווארפט דאס גאנצע בנינים וואס דורותינו האט שוין געבויעט... נאכא'מזל זיי ברענגען פונקט די ריכטיגע שטיקל.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:36 am
דורך לייבל פריש
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:17 pm די 10 מינוט איז ביי די שמעסן דא נישט געווארן וועריפייד. קוקט מיר דערווייל אויס ווי סתם א חלום. און ריכטיג אז עס האט אידערוועי נישט מיט די גיידליינס. פערלס האט בעבר געוואלט צולייגן א שעה פשוט כדי צו ווייזן אימפראוומענט.

אבער די סובדזשעקטס איז כמדומה יא אינעם גיידליין. 4 אדער 6, איך דענק נישט.
אין די שמועס אויף מערכת סאטמאר און אין דער איד איז געשטאנען אז ב"ה עס איז נישטא קיין ערנסטע גזירה יעצט נאר אז מזאל לערנען 12 סאבדשעקט פון דברים המותרים וואס פארלאנגט לערנען אנדערהאלבן שעה..
די חשש איז נאר אז מוועט אויך פארלאנגען דברים האסורים און ביי פעטוועי 7 איז דער חשש גרעסער.. שטא ווער זאל וויינען..

אבער עכ"פ סאיז קלאר אז די ציהל איז אנציקומען צי דעם לאמיר האפן אז די דרוק פונעם ציבור וועט העלפן עס זאל נישט פאסירן מזאל זיך אליין אינטער געבן אינעם שונא'ס הענט רח"ל
און לגבי די נייעס איבער די ציגעלייגטע 10 מינוט אין טרופ האבעך גראדע וועריפייד בשעתה אפאר וואכן צוריק אבער כווייס נישט וואו עס האלט יעצט

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:29 am
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:00 pm
וואס נישט האט געשריבן: מאנטאג מערץ 25, 2024 3:32 pm unnamed.jpgunnamed (1).jpgunnamed (2).jpg
דא שטייט: " loss of a nonpublic school's legal status as a school for purposes of the Compulsory Education Law"

פאר ווער עס קען ענגליש, צואווארפט דאס גאנצע בנינים וואס דורותינו האט שוין געבויעט... נאכא'מזל זיי ברענגען פונקט די ריכטיגע שטיקל.
יא יא. דער דורותינו, "אלאנג מיט" (עיי"ש) אלע וואס רעדן וועגן פאנדינג בלא בלא, קענען נישט אפליינען א ענגליש פאראגראף. זיי מאכן נאר א FIND REPLACE אויף א געוויסע ווארט, והנה.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:30 am
דורך דער תהלים איד
אינגערמאן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:51 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:17 pm די 10 מינוט איז ביי די שמעסן דא נישט געווארן וועריפייד. קוקט מיר דערווייל אויס ווי סתם א חלום. און ריכטיג אז עס האט אידערוועי נישט מיט די גיידליינס. פערלס האט בעבר געוואלט צולייגן א שעה פשוט כדי צו ווייזן אימפראוומענט.

אבער די סובדזשעקטס איז כמדומה יא אינעם גיידליין. 4 אדער 6, איך דענק נישט.
סאו ביידע זענען כמדומה, אקעי.

דאס אז מען האט צוגעלייגט א סובדזשעקט איז יא געווארן וועריפייד?
► Show Spoiler

ס'איז נישט אז מען האט שוין צוגעלייגט סובדזשעקטס. מען האט זיך 'אונטערגענומען' (אין די פעטוועי) אז מען גייט צולייגן, און עס פארהערן.
► Show Spoiler

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:29 am
דורך מיטב הגיון
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:30 am
אינגערמאן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:51 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:17 pm די 10 מינוט איז ביי די שמעסן דא נישט געווארן וועריפייד. קוקט מיר דערווייל אויס ווי סתם א חלום. און ריכטיג אז עס האט אידערוועי נישט מיט די גיידליינס. פערלס האט בעבר געוואלט צולייגן א שעה פשוט כדי צו ווייזן אימפראוומענט.

אבער די סובדזשעקטס איז כמדומה יא אינעם גיידליין. 4 אדער 6, איך דענק נישט.
סאו ביידע זענען כמדומה, אקעי.

דאס אז מען האט צוגעלייגט א סובדזשעקט איז יא געווארן וועריפייד?
► Show Spoiler

ס'איז נישט אז מען האט שוין צוגעלייגט סובדזשעקטס. מען האט זיך 'אונטערגענומען' (אין די פעטוועי) אז מען גייט צולייגן, און עס פארהערן.
► Show Spoiler
יא די, די פערלס חברה זענען אזוינע משוגעים, מען האט בכלל נישט געברויכט לערנען פארדעם לערנען סובזשעקטס, אין די סיטי אויספארשונג פון די לעצטע 8 יאר, האט מען בכלל נישט גערעדט פון סובדזשעקטס, יעצט ביי די פעטוועיס האט מען זיך עס פון זיך אליין אונטערגענומען ( גיי פרעג פארוואס, מען דארף נישט און מען מוז נישט, שוין, א קשיא אויף די נארישע פערלס)

נידער מיט די נארישע פערלס, ספענדן מילאנען פאר לאיערס און עקספערטן ועוד, אלעס בלויז צו צולייגן זאכן וואס מען האט ביז היינט נישט געדארפט און פארלאנגט צו לערנען.

עס מתי יהי' זה לנו למוקש.