בלאט 156 פון 190

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 3:14 pm
דורך להגדיל הטראסק
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 3:02 pm וואס איז די טריליאן לעלוס דא ביי מאנטען?
א סיענע האט פארלוירן זיין נאז

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 3:18 pm
דורך חסיד הארץ
ענותן האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:21 pm
ענותן האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:38 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 9:20 pm

קען זיין אז פלעין פאר אינטערעסאנטקייט?
כ'קען גראדע אויך באשטיין צו זען
פלען פאר אינטערעסאנטקייט,
מען ענדיגט יעצט א פראיעקט פון איבער 35 מיליאן דאלאר! וואס איז שוין כמעט געענדיגט געשאפן ווערן שטילערהייט! עס גייט שוין זיין אפן אין די נאנטע טעג ממש,
אשריכם ישראל! וואויל איז דער וואס האט גענומען א חלק!
ק/פ
אין די נאכמיטאג שטונדן ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום פראכטפולער נייער מקוה טהרה החדש קרית יואל מכשיר צו זיין די נייע מקוה המהודרת,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א, חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א - ויו''ר ועד המקוואות, און מיט הרבנים הגאונים חברי הועד,
צום ערשט האט דער רבי זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען אויפן ארט אינאיינעם מיט הרבנים הגאונים, און די חברי ועד קרן הבנין האבן צוגעוויזען אלע קאסטבארע איינריכטונגען און פילצאליגע הידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן צו האבן די העכסטע סטאנדארט אין כשרות אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות להרבות טהרה בישראל,
דערנאך האט רבינו שליט"א צוגעטרעטן צו כשר'ן די מעיינות בטירחא דגברא רבא וועלכע האט זיך פארצויגן אין משך פון קרוב צו צוויי שעה, דער רבי האט גע'כשר'ט די מעיינות מיט וויין כפי הוראות רביה"ק זי"ע,
צום ערשט איז דער רבי ארויס צום פאס וויין ווי די עושי המלאכה און בוי מייסטער האבן צוגעוויזען פארן רבי'ן אלע טעכנישע חלקים, דער רבי האט איבערגעקוקט אלע איינריכטונגען אינאיינעם מיט די רבנים הגאונים שליט"א,
דערנאך האט דער רבי אנגעצינדען די פאמפ אריינצוגיסן די וויין אינעם ערשטן מעיין, דערנאך איז דער רבי אריין אינעם בנין צום צווייטן מעיין ווי דער רבי האט אנגעצינדן די פאמפ אריין צו גיסן די וויין אויך אינעם צווייטן מעיין,
נאכן אריין גיסן די גאנצע וויין איז דער רבי צוריק ארויס צום ערשטן קוואל, און צוריק אנגעצינדן די מעיין, און בודק געווען די וואסער צו עס איז אינגאנצן נשתנה טעמו ומראיתו ליין, דער רבי האט גענומען א גלעזל און אנגעפילט פונעם קוואל, נאכן באשטעטיגן אז די וואסער האט די טעם ומראה היין האט דער רבי אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א געזאגט "כשר כשר כשר",
דערנאך איז דער רבי צוריק אריין צום צווייטן קוואל און בודק געווען די וואסער צו עס איז אינגאנצן נשתנה טעמו ומראיתו ליין, נאכן באשטעטיגן אז די וואסער האט די טעם ומראה היין האט דער רבי אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א געזאגט "כשר כשר כשר",
במשך די גאנצע צייט האט רבינו שליט"א נושא ונותן געווען מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און מיט די אנוועזענדע רבנים בדבר ה' זו הלכה, און איבער פארשידענע הוראות און הנהגות לגבי הכשרות מקוואות פון רבוה"ק זי"ע, סיי פון מקוואות אינדערהיים און סיי פון שטאט סיגוט, ווי אויך האט מען ארום גערעדט איבער כשר'ן מיט זאמד און מיט מילך, און פסקי הלכה פון די גדולי הפוסקים.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות מקוואות, און דער רבי מיט הגה"צ דער דיין שליט"א און די אנוועזנדע רבנים האבן זיך מפלפל געווען כדרכה של תורה אין עטליכע תשובה ספרים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פאר הרה''ג ר' חיים קלמן קליין שליט''א רב דביהמ''ד סעליש ומרבני הוועד, און די עסקני המקוה, הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים וואלף פריעדמאן הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש,
מען האט געענדיגט ארום 3:15.
בילדער?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 8:59 pm
דורך פ. לאקס
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 3:01 pm די גאנצע באריכט דא פונעם הכשרת המקוה אות ביי אות איז געמאלדן געווארן אין קול בחצרות

פארוואס פארשטייען זיי נישט אז דארט איז נישט די פלאץ צו מעלדן אזא נייעס
ווי אנדערש איז דא פון דארט?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:41 am
דורך Azoi Tzi Zugen
KJA

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:05 am
דורך יאנטשי
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:41 amKJA
מוסדות ויואל משה?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:07 am
דורך תינוק הבורח
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:41 amKJA
לכאורה נישט לעגאל.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:13 am
דורך יאנטשי
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:07 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:41 amKJA
לכאורה נישט לעגאל.
נישט זיכער, טשעט דשיפיטי טענהט אז נאר א פובליק סקול טאר נישט, א פריוואטע סקול קען עס אויסארבעטן לויטן געזעץ.

אלענפאלס גלייב איך נישט אז דאס איז א פאקטישע מענדעיט און אן דעם וואלט מען נישט אנגענומען די קינדער, עס איז מער א שטופ פאר די עלטערן און א סיבה מיטצולייגן א וואוטער רעגיסטראציע פארום אין די מוסדות אפליקאציע.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:16 am
דורך פעניאק
פ. לאקס האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 8:59 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2025 3:01 pm די גאנצע באריכט דא פונעם הכשרת המקוה אות ביי אות איז געמאלדן געווארן אין קול בחצרות

פארוואס פארשטייען זיי נישט אז דארט איז נישט די פלאץ צו מעלדן אזא נייעס
ווי אנדערש איז דא פון דארט?
ווייל ער האט נישט קיין פילטער מיינט נאך נישט אז ס'איז נארמאל דאס צו מעלדן.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:16 am
דורך Azoi Tzi Zugen
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:13 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:07 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:41 amKJA
לכאורה נישט לעגאל.
נישט זיכער, טשעט דשיפיטי טענהט אז נאר א פובליק סקול טאר נישט, א פריוואטע סקול קען עס אויסארבעטן לויטן געזעץ.

אלענפאלס גלייב איך נישט אז דאס איז א פאקטישע מענדעיט און אן דעם וואלט מען נישט אנגענומען די קינדער, עס איז מער א שטופ פאר די עלטערן און א סיבה מיטצולייגן א וואוטער רעגיסטראציע פארום אין די מוסדות אפליקאציע.
איך זע נישט פארוואס זיי זאלן עס נישט קענען אינפארסירן. דאס קען שטארק הייבן די נומערן פון וויילער מטעם ויואל משה אין קרית יואל.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:25 am
דורך איד
זיי הייסן אויך פאר וועלכע פארטיי מ'דארף זיך רעגיסטרירן?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:31 am
דורך תינוק הבורח
איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:25 am זיי הייסן אויך פאר וועלכע פארטיי מ'דארף זיך רעגיסטרירן?
דאס איז בלי ספק אומלעגאל.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:32 am
דורך תינוק הבורח
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:13 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:07 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:41 amKJA
לכאורה נישט לעגאל.
נישט זיכער, טשעט דשיפיטי טענהט אז נאר א פובליק סקול טאר נישט, א פריוואטע סקול קען עס אויסארבעטן לויטן געזעץ.

אלענפאלס גלייב איך נישט אז דאס איז א פאקטישע מענדעיט און אן דעם וואלט מען נישט אנגענומען די קינדער, עס איז מער א שטופ פאר די עלטערן און א סיבה מיטצולייגן א וואוטער רעגיסטראציע פארום אין די מוסדות אפליקאציע.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:56 am
דורך יאנטשי
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:32 am

מען רעדט נישט דא פון וואוטן, מען רעדט פון זיך רעדשעסטערן, הימל און ערד חילוק.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:58 am
דורך פ. לאקס
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:56 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:32 am
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:13 am

נישט זיכער, טשעט דשיפיטי טענהט אז נאר א פובליק סקול טאר נישט, א פריוואטע סקול קען עס אויסארבעטן לויטן געזעץ.

אלענפאלס גלייב איך נישט אז דאס איז א פאקטישע מענדעיט און אן דעם וואלט מען נישט אנגענומען די קינדער, עס איז מער א שטופ פאר די עלטערן און א סיבה מיטצולייגן א וואוטער רעגיסטראציע פארום אין די מוסדות אפליקאציע.
מען רעדט נישט דא פון וואוטן, מען רעדט פון זיך רעדשעסטערן, הימל און ערד חילוק.
די סקרינשאט רעדט אויך פון רעגיסטרירן

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:59 am
דורך יאנטשי
איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:25 am זיי הייסן אויך פאר וועלכע פארטיי מ'דארף זיך רעגיסטרירן?
זיכער נישט, סיי ווייל דאס איז שוין מער אומלעגאל, ובעיקר ווייל עס מאכט זיי נישט אויס ווייל די ציל איז די דשענערעל עלעקשנס.

סתם הייסן צו זיין רעדשיסטערד איז א שכלדיגע זאך, משא"כ וועלכע פארטיי הייסט זיך שוין אריינמישן אין יענעמס באשלוסן.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 12:04 pm
דורך יאנטשי
פ. לאקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:58 am
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:56 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:32 am
מען רעדט נישט דא פון וואוטן, מען רעדט פון זיך רעדשעסטערן, הימל און ערד חילוק.
די סקרינשאט רעדט אויך פון רעגיסטרירן
יעצט זעה איך. עס איז מער ווייניגער בלא בלא, אלס דיסקרימינאציע וכדו' דא גענוג וועגן עס צו מאכן לעגאל.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:36 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:41 amKJA
אנטשולדיגט איך האב געמאכט א גרויסע גרייז. דאס קומט נישט פון קרית יואל נאר פון וומסב"ג. סאטמאר מהרי"י. איך ווייס נישט אויב אין קרית יואל איז דאס אויך דא.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 22, 2025 6:29 pm
דורך הדסים
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:36 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 10:41 amKJA
אנטשולדיגט איך האב געמאכט א גרויסע גרייז. דאס קומט נישט פון קרית יואל נאר פון וומסב"ג. סאטמאר מהרי"י. איך ווייס נישט אויב אין קרית יואל איז דאס אויך דא.
נעטפרי לאזט מיר נישט שרייבן אינעם וויליאמסבורג טעמע שרייב איך דא, היינט דארף צו זיין א טאונהאל וועגן דעם בייקלעין אין וו"ב, מיין שאץ איז אז ס'וועלן אנקומען מאקסימום 70 פון די 12,000 וואס האלטן אז ס'איז א פראבלעם.
#וואו_זענען_די_עסקנים

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג מאי 25, 2025 12:28 pm
דורך פופציגער
האמיר ווידער געהאט אן ערפארונג מיט "עזר".

כ’פיל נישט אז ווען א העלט צענטער פארנאכלעסיגט מיט סאמע פשוט’ע בעיסיקס, איז א פידבעק ליין וואס קען בייהילפיג זיין.

די פירערשאפט פון "עזר" שפילן מיט אידיש בלוט. דאס איז נישט קיין וויץ.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג מאי 25, 2025 12:44 pm
דורך חלום חלמתי
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 12:28 pm האמיר ווידער געהאט אן ערפארונג מיט "עזר".

כ’פיל נישט אז ווען א העלט צענטער פארנאכלעסיגט מיט סאמע פשוט’ע בעיסיקס, איז א פידבעק ליין וואס קען בייהילפיג זיין.

די פירערשאפט פון "עזר" שפילן מיט אידיש בלוט. דאס איז נישט קיין וויץ.
סארי אבער די ביסט די שפילער אויב די גייסט נאך צו זיי ווי א טעמל וויסענדיג וואס זיי שטעלן צו.

נישטא קיין עזר נישטא קיין דענטיסט נישטא קיין ob אין ק"י, פארפאלן. פונקט ווי סנישטא קיין פליישיגע רעסטוראנט

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג מאי 25, 2025 12:50 pm
דורך פופציגער
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 12:44 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 12:28 pm האמיר ווידער געהאט אן ערפארונג מיט "עזר".

כ’פיל נישט אז ווען א העלט צענטער פארנאכלעסיגט מיט סאמע פשוט’ע בעיסיקס, איז א פידבעק ליין וואס קען בייהילפיג זיין.

די פירערשאפט פון "עזר" שפילן מיט אידיש בלוט. דאס איז נישט קיין וויץ.
סארי אבער די ביסט די שפילער אויב די גייסט נאך צו זיי ווי א טעמל וויסענדיג וואס זיי שטעלן צו.

נישטא קיין עזר נישטא קיין דענטיסט נישטא קיין ob אין ק"י, פארפאלן. פונקט ווי סנישטא קיין פליישיגע רעסטוראנט
וואס דארף איך טון ווען מיין בעבי האט נעמאניע?

גייט מען צום דאקטאר!

איי, דער דאקטאר שרייט דיר אן פאר’ן בכלל בעטן צו מאכן אן עקסרעי בשעת ער זאגט אז מ’דארף נישט?

איי, שוין נאכ’ן מאכן אן עקסרעי און זען אז ס’יא נעמאניע נעמט קיינער נישט די מי צו קאלן זאגן דאס?

אה, נישט געזארגט... אין הקריה שטייט קלאר אז קרית יואל איז מסודר מיט א העלט צענטער.

ס’איז אזא ווייטאג, א שטאט ווי קרית יואל וואס איז געבענטשט מיט די בעסטע ווילעדזש פירערשאפט! באמת! איך דאנק דעם אויבערשטן יעדן טאג פאר אונזער געטרייע הנהלת הווילעדזש, ס’איז אנבעליוועבל ווי די ווילעדזש טוט אלעס לפנים משורת הדין לטובת תושבי העיר... אבער פונקט דער העלט צענטער מוז זיין אזוי שלעכט?...

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג מאי 25, 2025 12:57 pm
דורך בודקע
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 12:50 pm

יאפ, ס'פארלאנגט זיך אן ערנסטן זעקת הגולה!
כ'וויל נישט שרייבן קיין דעטאלן, אבער כ'האב לעצטנס מיט געהאלטן האר אויפשטעלנדע מעשיות דארט.. אדער זאלן זיי זיך ארויף ארבעטן, אדער פארמאכן!

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג מאי 25, 2025 1:06 pm
דורך חלום חלמתי
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 12:50 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 12:44 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 12:28 pm האמיר ווידער געהאט אן ערפארונג מיט "עזר".

כ’פיל נישט אז ווען א העלט צענטער פארנאכלעסיגט מיט סאמע פשוט’ע בעיסיקס, איז א פידבעק ליין וואס קען בייהילפיג זיין.

די פירערשאפט פון "עזר" שפילן מיט אידיש בלוט. דאס איז נישט קיין וויץ.
סארי אבער די ביסט די שפילער אויב די גייסט נאך צו זיי ווי א טעמל וויסענדיג וואס זיי שטעלן צו.

נישטא קיין עזר נישטא קיין דענטיסט נישטא קיין ob אין ק"י, פארפאלן. פונקט ווי סנישטא קיין פליישיגע רעסטוראנט
וואס דארף איך טון ווען מיין בעבי האט נעמאניע?

גייט מען צום דאקטאר!

איי, דער דאקטאר שרייט דיר אן פאר’ן בכלל בעטן צו מאכן אן עקסרעי בשעת ער זאגט אז מ’דארף נישט?

איי, שוין נאכ’ן מאכן אן עקסרעי און זען אז ס’יא נעמאניע נעמט קיינער נישט די מי צו קאלן זאגן דאס?

אה, נישט געזארגט... אין הקריה שטייט קלאר אז קרית יואל איז מסודר מיט א העלט צענטער.

ס’איז אזא ווייטאג, א שטאט ווי קרית יואל וואס איז געבענטשט מיט די בעסטע ווילעדזש פירערשאפט! באמת! איך דאנק דעם אויבערשטן יעדן טאג פאר אונזער געטרייע הנהלת הווילעדזש, ס’איז אנבעליוועבל ווי די ווילעדזש טוט אלעס לפנים משורת הדין לטובת תושבי העיר... אבער פונקט דער העלט צענטער מוז זיין אזוי שלעכט?...
פרוביר איינמאל זעלקעיר, העסט מיר דאנקען!!!

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג מאי 25, 2025 3:13 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איך וואלט געזאגט אז יעדער וואס האט א ערפארונג זאל עס ארויסשרייבן מער קלאר, וואס איז געווען און וואס איז דיין טענה. אז נישט זעהט עס אויס פשוט ווי יעדע קליניק וואס באדינט 20 מענטשן האבן 2 דערפון טענות. ביטע אריינקומען מער קלאר.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג מאי 25, 2025 3:37 pm
דורך אברהם העיברי
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 12:28 pm האמיר ווידער געהאט אן ערפארונג מיט "עזר".

כ’פיל נישט אז ווען א העלט צענטער פארנאכלעסיגט מיט סאמע פשוט’ע בעיסיקס, איז א פידבעק ליין וואס קען בייהילפיג זיין.

די פירערשאפט פון "עזר" שפילן מיט אידיש בלוט. דאס איז נישט קיין וויץ.
פידבעק ליין = די דזשויק פון יאר הונדערט.
כאילו זיי ווייסן נישט אז די גאנצע שטאט ווייסט נישט וואספארא דיזעסטער מהאמיר דא.
בפרט די OB, און Dental