בלאט 155 פון 217

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:23 pm
דורך חלום חלמתי
בנו יקירו וחביבו פונעם געוועזענע ליביע דיקטאטור מאכמוד קאדאפי איז געשטארבן אין מיסטעריעזע אומשטענדן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:26 pm
דורך חלום חלמתי
קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער זאגט אז ס'מאכט סענס אז עמיצער זאל ווילן שיסן אייס אגענטן, מיינענדיג אז זיי זענען סתם ווילדע גענגסטערס.

מ'קען זיך טועה זיין..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:27 pm
דורך נאסע שמאטעס
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:20 pm דר. מוכאמאד אז, טראמפ'ס מעדיקעיד דירעקטער, באשולדיגט רוסישע מאפיא און חסידים פון ניו יארק פארן גנבנ'ן און ארויסשווינדלען גרויס געלט.

און זיי זענען ניטאמאל קיין געהעריגע געבוירענע דא. לייגט ער צו.
דאס איז ערנסט? ה"י

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:35 pm
דורך בני יואל
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:20 pm דר. מוכאמאד אז, טראמפ'ס מעדיקעיד דירעקטער, באשולדיגט רוסישע מאפיא און חסידים פון ניו יארק פארן גנבנ'ן און ארויסשווינדלען גרויס געלט.

און זיי זענען ניטאמאל קיין געהעריגע געבוירענע דא. לייגט ער צו.
ביזט זיכער אז ער האט עס געזאגט אויף חסידים? דא שטייט אז ער האט עס געזאגט אויף ארמעניענס
https://vinnews.com/2026/01/30/newsom-f ... istration/

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:39 pm
דורך חלום חלמתי
בני יואל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:35 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:20 pm דר. מוכאמאד אז, טראמפ'ס מעדיקעיד דירעקטער, באשולדיגט רוסישע מאפיא און חסידים פון ניו יארק פארן גנבנ'ן און ארויסשווינדלען גרויס געלט.

און זיי זענען ניטאמאל קיין געהעריגע געבוירענע דא. לייגט ער צו.
ביזט זיכער אז ער האט עס געזאגט אויף חסידים? דא שטייט אז ער האט עס געזאגט אויף ארמעניענס
https://vinnews.com/2026/01/30/newsom-f ... istration/
וואס ברענגסטו א לינק פון פאריגע וואך?
ער האט עס היינט געזאגט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:54 pm
דורך Who knows
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:39 pm וואס ברענגסטו א לינק פון פאריגע וואך?
ער האט עס היינט געזאגט.
איך קען עס נישט טרעפן, וואו האט ער עס געזאגט?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:58 pm
דורך וויענער חסיד
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:20 pm דר. מוכאמאד אז, טראמפ'ס מעדיקעיד דירעקטער, באשולדיגט רוסישע מאפיא און חסידים פון ניו יארק פארן גנבנ'ן און ארויסשווינדלען גרויס געלט.

און זיי זענען ניטאמאל קיין געהעריגע געבוירענע דא. לייגט ער צו.
איך האב נישט געוויסט ער הייסט מוכאמאד, יעצט מאכט עס סענטס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:59 pm
דורך בודקע
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:20 pm דר. מוכאמאד אז, טראמפ'ס מעדיקעיד דירעקטער, באשולדיגט רוסישע מאפיא און חסידים פון ניו יארק פארן גנבנ'ן און ארויסשווינדלען גרויס געלט.

און זיי זענען ניטאמאל קיין געהעריגע געבוירענע דא. לייגט ער צו.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:10 pm
דורך חלום חלמתי
סענאטאר מיטש מעקאנעל ערהוילט זיך אין שפיטאל נאכן ליידן פון א נעמאניע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:12 pm
דורך חלום חלמתי
פרייז פאר די ביליגסטע טיקעט צו די סופער באל איז געפאלן פון 6,152 פארגאנגענעם דאנערשטאג צו 4,399. א %28 טראסקע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:14 pm
דורך חלום חלמתי
דראמאטישע ווידיאו קומט ארויס פון לאנדאן ווי צויי רויבער באפאלן א צירונג געשעפט אינמיטן טאג, שיסן אויס די ווינדא און כאפן מכל הבא ליד, און די געשעפט אייגענטומער קענען גארנישט טון חוץ סטראשענען אז זיי וועלן רופן פאליציי.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:47 pm
דורך Who knows
בודקע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:59 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 8:20 pm דר. מוכאמאד אז, טראמפ'ס מעדיקעיד דירעקטער, באשולדיגט רוסישע מאפיא און חסידים פון ניו יארק פארן גנבנ'ן און ארויסשווינדלען גרויס געלט.

און זיי זענען ניטאמאל קיין געהעריגע געבוירענע דא. לייגט ער צו.
צוערשט זענען זיי געקומען פאר די ספאנישע, און איך האב געשוויגן — ווייל איך בין נישט געווען קיין ספאנישער.

דערנאך זענען זיי געקומען פאר די אראבער, און איך האב געשוויגן — ווייל איך בין נישט געווען קיין אראבער.

דערנאך זענען זיי געקומען פאר די כינעזער, און איך האב געשוויגן — ווייל איך בין נישט געווען קיין כינעזער.

דערנאך זענען זיי געקומען פאר די סאמאליענס, און איך האב געשוויגן — ווייל איך בין נישט געווען קיין סאמאליען.

און ווען זיי זענען געקומען פאר מיר — איז שוין קיינער נישט געבליבן, ווער עס זאל זיך אננעמען פאר מיר.

געדענקט, שנאה האט נישט קיין גרעניצן!

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:57 pm
דורך הדסים
Who knows האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:47 pm

צוערשט זענען זיי געקומען פאר די ספאנישע, און איך האב געשוויגן — ווייל איך בין נישט געווען קיין ספאנישער.

דערנאך זענען זיי געקומען פאר די אראבער, און איך האב געשוויגן — ווייל איך בין נישט געווען קיין אראבער.

דערנאך זענען זיי געקומען פאר די כינעזער, און איך האב געשוויגן — ווייל איך בין נישט געווען קיין כינעזער.

דערנאך זענען זיי געקומען פאר די סאמאליענס, און איך האב געשוויגן — ווייל איך בין נישט געווען קיין סאמאליען.

און ווען זיי זענען געקומען פאר מיר — איז שוין קיינער נישט געבליבן, ווער עס זאל זיך אננעמען פאר מיר.

געדענקט, שנאה האט נישט קיין גרעניצן!
און אין געוויסע פעלער בין איך אליין אויך נישט געבליבן זיך אנצונעמען פאר מיר.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 03, 2026 10:47 pm
דורך וויענער חסיד
ניק שירלי האט באקומען 100,000 דאלער פון אילאן מאסק, אלס אנערקענונג פארן אויפדעקן די פראוד און מינוסאוטע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 12:04 am
דורך חלום חלמתי
גאווערנער האוקל'ס פרעסע אפיס מישט זיך אריין אין די עפשטיין נושא

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 12:05 am
דורך חלום חלמתי
בעה"ב פון דעם קאר איבערגעלאזט אין פילאדעלפיע זאגט אז די קאר איז שוין א טאטעל לאסט. שוין נישטא וואס צו מאכן מיט אים נאך אזא באהאנדלונג

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 9:12 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:22 pm אילאן מאסק ארבעט צו צוזאמשטעלן ספעיס עקס, סטארלינק, גראק AI, צו איין גרויסע פירמע.
נאך די גרויסע דיעל ווען ספעיס עקס האט אפגעקויפט עקס. איז אילאן מאסק געווארן רייכער מיט 84 ביליאן. שטייענדיג יעצט ביי א ווערד פון 850 ביליאן דאלאר.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:29 am
דורך חלום חלמתי
די פאוסט האמערט ווייטער אויף די שלאבערישע ארבעט דורך די מאמ'דאמי אדמיניסטראציע, בפרט מיטן נישט אפנעמען די מיסט אין די סיטי שוין פאר באלד צוויי וואכן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:31 am
דורך חלום חלמתי
די וואשינגטאן פאוסט האט געפייערט א דריטל פון אירע איינגעשטעלטע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:39 am
דורך חלום חלמתי
אנגעהויבן מארש 1 וועט די רעגירונג מער נישט פארבארגן קיין געלט פאר ביזנעס אייגענטומער וואס זענען נישט קיין בירגער.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:42 am
דורך בערל דער פייפער
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 9:12 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:22 pm אילאן מאסק ארבעט צו צוזאמשטעלן ספעיס עקס, סטארלינק, גראק AI, צו איין גרויסע פירמע.
נאך די גרויסע דיעל ווען ספעיס עקס האט אפגעקויפט עקס. איז אילאן מאסק געווארן רייכער מיט 84 ביליאן. שטייענדיג יעצט ביי א ווערד פון 850 ביליאן דאלאר.
ווי אזוי ביידע זענען געווען זיינס פאר דעם?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:54 am
דורך Think and Thank
בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 10:42 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2026 9:12 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:22 pm אילאן מאסק ארבעט צו צוזאמשטעלן ספעיס עקס, סטארלינק, גראק AI, צו איין גרויסע פירמע.
נאך די גרויסע דיעל ווען ספעיס עקס האט אפגעקויפט עקס. איז אילאן מאסק געווארן רייכער מיט 84 ביליאן. שטייענדיג יעצט ביי א ווערד פון 850 ביליאן דאלאר.
ווי אזוי ביידע זענען געווען זיינס פאר דעם?

ער האט געהאט שותפים אין ביידע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 12:46 pm
דורך בודקע
טראמפ נאך זיין טעלעפאון קאל מיט שי דזשימפינג פון טשיינע, ווי מ'האט גערעדט איבער טרעיד, מיליטער, טייוואן, וכו'
HAUwcnIW4AAmWVL.jpeg
HAUwcnIW4AAmWVL.jpeg (139.07 KiB) געזען געווארן 307 מאל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 5:35 pm
דורך חלום חלמתי
רייען ראטה - וואס האט פרובירט צו שיסן טראמפ אין זיין גאלף פעלד אין 2024 - איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע מיט נאך זיבן יאר...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 04, 2026 5:36 pm
דורך חלום חלמתי
אין די לעצטע 6 חדשים האט זיך די איזרעלי סטאק מארקעט געהויבן 3 מאל מער וויפיל די אמעריקאנע s&p500