איז אזוי.
איך וויל זיך באציען צו מיין
מוצאי יום טוב תגובה וואס מאנכע האבן געזען ווי א נעגאטיווע אויפרייס, נישט אין פלאץ, נאך אזא געהויבענע יום טוב, און מאנכע האבן עס גאר גענומען ווי אן אטאקע אויף קהלתינו הק'.
מיינע פריינט, איך בין א שטארקע פאטריאט פאר די קהלה... בארואיגט אייך... אבער פארט גלייך איך נישט
דעם סארט צוגאנג פון אוועקמאכן טענות כלאחר יד, ביסט א שווארץ-קוקער, אומצופרידן, קיינער איז דיר גארנישט מחויב, ביי. סארי
@דער תהלים איד , קיינער איז מיר טאקע גארנישט שולדיג, אבער אויב וועט נישט זיין קיין קאנסטרוקטיווע קריטיק וועלן מיר נאך אויסזען צען יאר ארום ווי צען יאר צוריק.
מיין נקודה מיט'ן אויבנדערמאנטע תגובה, און דאס זעלביגע מיט
דעם לג בעומר תגובה איז איין זאך:
עס פעלט א ברוך ליפא לעווי ביי די פרויען!
מען דארף זוכן עפעס א מרת ברכה ליבא לעווי תחי' זאל מאכן סדר דארט...
טראכט אריין וואס פארא טויש דא איז פארגעקומען לעצטנס דורך די פרישע כוחות אין די קהלה, די גרויסע קאנאנען ווי ברוך ליפא לעווי, נפתלי יצחק כהנא, און מיט זיי די גאנצע גרופע עסקנים, אינגעלייט וועלכע האבן פשוט גענומען פאר א מיסיע צו אויפארבעטן די טישן בצל הקודש פון א פראקטישן זין.
נאך יעדע טיש קענסטו אפשטעלן ברוך ליפא, אדער אויב טרעפסטו פונקט סיי וועם פון די קבוצה עסקנים קענסטו אים אויך פרעגן, פונקטליך, אויפן האר, וואס האט געפעלט ביי דעם טיש און וואס קען זיין בעסער נעקסטע יאר, און די זאכן נעמט מען ערנסט אין באטראכט.
אנגעהויבן האבן זיי פשוט אלס אינגעלייט מיט ענערגישע אמביציעס, אן קיין נאמען אדער לאגא, און היינט זענען זיי שוין טייל פון די קהלה, און שפילן זאגאר א הויפט ראלע אין די אקטיוויטעטן פון קהל פאר אלע טישן און מאורעות בצל הקודש, קודאס פאר זיי.
אלע טישן, אלע יומי דפגרא, ווערן אויפגעארבעט גאר שטארק, און עס ווערט אלס פראקטישער און געשמאקער צו מיטהאלטן. דאס רעכנט אריין פשוטע זאכן ווי צולייגן פלאץ, בעסערע עיר קאנדישאן, און מער טרונקען, אבער עס נעמט אויך אריין דער גרעסערער חידוש, פון מאכן ערנסטע סורוועיס און שטודיעס, און טוישן סטאטוס קווא זאכן וואס אמאל האט מען געמיינט אז "אזוי קומט עס". ואכמ"ל.
עניוועי, צוריק צום ענין...
למעשה ביי די פרויען האט מען קיינמאל גארנישט געהעריג געטוישט, און דאס פארלאנגט זיך אן ערנסטן שימת לב.
איך געדענק ווען אפאר יאר צוריק האב איך געשריגן דאס (עה, נישט געשריגן, כהאב גערעדט שעמעדיג...) ביי א מיטינג פאר ל"ג בעומר, און איך האב געזאגט אז מ'דארף טון ממש וואס מען טוט יעצט, מ'גייט איבער אלע דעטאלן פון פאריאר, נאר נעמען פרויען זאלן עס טון מיט די פרויען זייט... מיר זיצן דא, אינגעלייט וואס האבן זיך ארומגעדרייט דעקן יעדן ווינקל ביי די מענער און אויפכאפן יעדן דעטאל... מיר האבן טאקע א גוטע בליק וואס טוט זיך ביי די מענער, אבער ביי די פרויען פארלאזט מען זיך אויף שאצונגען...
מען דארף האבן פרויען עסקניות וועלכע זאלן טון די ארבעט ביי די פרויען.
איך בלעים נישט קיינעם, אבער מיינע ווערטער זענען דאן דיסמיסט געווארן. ס'געווען וויכטיגער צו אויסארבעטן צי מ'דארף 8 אדער 9 וואסער סטאנציעס ביי די מענער, ווי אויסארבעטן די בעיסיק הומאניטערישע געברויכן ביי די פרויען...
יעדע יאר נאך לג בעומר הערט מען מענטשן קרעכצן איבער וואס די ווייבער דערציילן און קאמפלעינען, נאך יעדע יום טוב קאמפלעינען די פרויען, אבער ס'ווערט נישט גענומען מיט קיין ערנסטקייט.
איך געדענק פאריאר נאך שבועות איז געווען אסאך טענות, די ווייבער שוהל איז געווען איבערגעפולט עד אפס מקום, און עפעס איז געווען אפגעשפארט, איך געדענק נישט גענוי די דעטאלן, אבער אזויפיל יא, אז די עסקנים האבן נאך יום טוב געזאגט אז ס'געווען א טעות און נעקסטע יאר גייט מען זען וואס מען קען טון.
איך האב דאן געטראכט מיט אויפברויז, מ'האט ארויסגעבויט די ביהמ"ד פון ביידע זייטן, צוגעלייגט מאסן זיצן ביי די מענער, און פון צובויען די ווייבער שוהל האט מען נישט געטראכט? פארוואס? זאג מיר נישט יעצט אז ווייל די ווייבער שוהל איז רוב שבתים ליידיג... הער אויף... מגייט יעצט בויען א ריזן ביהמ"ד מיט טויזנטער זיצן אויך מיט'ן חשבון פאר די שיינע שבתים און ימים טובים... פארוואס איז די ווייבער שוהל אנדערש? פארוואס דארט רעכנט מען זיך נישט מיט די צייטן וואס מ'שטייט אין די דורכגענג - וואס דארט איז עס פיל ארגער ווי ביי די מענער! פרעגט אייך נאך! מען שטייט ביז אויפן גאס! יא יא! אזויווי ביי די מענער ביי אקדמות, אזוי קוקט דארט אויס אגאנצע דאווענען!
עניוועי, גייט אריבער א יאר, מיין מיידעלע איז אונטערגעוואקסן, און מיין ווייב האט איר געדארפט נעמען צו די הדלקה... געווען א גרויסע טעות, אבער לאמיר נישט יעצט רעדן פון דעם, אז ס'שוין אזוי, וויל איך פארשטיין אפאר זאכן וואס כהאב נאכדעם צוריקגעהערט.
ווער האט אויסגערעכנט אז 18 באסעס, פיצי באסעס, וועלן זיין גענוג אהיימצוטראגן די טויזנטער פרויען?
ווער האט געטראכט, און וואס האט ער געטראכט, ביים ארומנעמען די קאמיוטער פארקינג לאט מיט געיטס און לאזן א קליינע ארויסגאנג? פארוואס אויף דער וועלט?
פארוואס איז נישט געווען קיין איין עסקן ביי די פרויען וועמען צו פרעגן פראגעס וועגן טראנספארטאציע וכו'? ביי די מענער איז דא א טוץ מיט עסקנים, רעדיאס, גאלף קארס, וכו'. פרויען דארפן עס נישט?
איי, פארוואס טראכט איך נישט אז מהאט עס גענומען אין באטראכט, טאקע געווען א דורכפאל, און נעקסטע יאר גייט עס זיין בעסער?
קען זיין. טאקע. אבער למעשה ביז היינט איז נישט אזוי געווען, סא קען מען עס נישט איגנארירן און טראכטן אז "מסתם נעמט מען שוין קעיר"... כהאף מנעמט טאקע קעיר, און אויב יא, וויל איך שוין יעצט באדאנקען די עסקנים דערפאר.
סא יעצט איז געווען שבועות. הער איך אז די נייע חלק פונעם ווייבער שוהל איז געווען פארמאכט, איין זייט ביה"כ איז געווען פארשפארט, און פרויען זענען געשטאנען אגאנצן דאווענען צודרוקט אין די דורכגענג, און מ'איז געשטאנען די גאנצע טרעפ אראפ ביזן גאס!!
איך האף ס'נישט אמת, אדער אז סהאט א געהעריגע עכטע סיבה און נישט סתם פארשפארט, הגם כהאב עס געהערט פון אן אנוועזנדע פרוי, אבער כהאף נאך אז זי האט נישט פונקטליך געכאפט וואס גייט פאר, ווייל איך קען פשוט נישט גלייבן דאס. אבער הערנדיג דאס האב איך זיך פשוט דערמאנט אז פאריאר האט מען געהערט ענליכע קאמענטארן... בין איך נייגעריג, איז דא א סיבה פארוואס מ'קען נישט מאכן סדר אין ווייבער שוהל?
פארוואס איז נאכנישט דא אן אפיציעל אויפגענומענע גרופע עסקניות ביי די פרויען זיך אפצוגעבן מיט די געברויכן אין ווייבער שוהל? אזא פשוטע זאך וואלט קיינמאל נישט געטארט פארזען ווערן.
אינטערסאנט צו באמערקן, אז איין זאך האט מען יא מסדר געווען אין ווייבער שוהל... א פלאץ פאר קערידזשעס שמחת תורה... ווייסט פארוואס? ווייל ווען נישט לאזן עס די פרויען אונטן אין די דורכגאנג וואו ס'שטערט "פאר די מענער"...
עניוועי, קיינער קומט מיר גארנישט. איך שרייב עס נאר ווייל איך האף ס'גייט אויפטון.
טענות האב איך אויף קיינעם נישט! איך בין מקנא די זכותים פון די עסקנים, ישלם ה' פעלם ותהי משכרתם שלימה מעם ה'.