פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב דוב קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס ארום 7:00 אזייגער זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה מתלמידי ישיבה קטנה סניף חכמת התורה פון וומ"ס בהנהלת הר"ר אלעזר פאנעט שליט"א וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פאר די ישיבה פארגאנגענעם פורים העעל"ט,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען אין בנין הת"ת 'בנין קליין' אויף די ראצפערט גאס ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים במסגרת 'מתמידים' דורך די תלמידי כתה ח' פון מוסדותינו הק' פון אלע סניפים,
דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די קינדער און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מנהלים און מלמדים.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו און הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי וויזניץ און איבער הרה"ק האהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם שב"ק ב' סיון,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 09, 2024 6:41 pm
ס'טוט זיך א געבויעכץ אין ביהמ"ד הגדול. אויסער די ריזיגע מערב גאלארי מיט די אויפגעבראכענע ווענט צום פאליש, בויט מען א עקסטערע קלענערע גאלארי אינעם פאליש אליינס, אויף מעריב. די סטעידזש איז נידריגער ווי די פארטש גאלארי, לכאורה אז ס'זאל נישט שטערן פון זעהן.
אשרי מי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 6:26 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 12:42 pm
די זיצן מאנגל איז א זאך וואס דארף קריטיש א לעזונג פאר די קומענדיגע פאר יאר ווילאנג די נייע ביהמ''ד גייט געבויעט ווערן [אויב ס'גייט געבויעט ווערן..]
די דרום און צפון גאלעריען קענען נישט זיין ברייטער ? און צולייגן נאך זיץ פלעצער
ס'קען זיין אז די דאַך פון די אלטע ווייבער שול וועט בלאקירן, ס'קען זיין אז ממש אביסל קען מען אויסברייטערן, אבער ס'וועט ווארשיינליך נישט שטומען די פאולס מיט די בענק פון אונטען.
אשרי מי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 6:26 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 12:42 pm
די זיצן מאנגל איז א זאך וואס דארף קריטיש א לעזונג פאר די קומענדיגע פאר יאר ווילאנג די נייע ביהמ''ד גייט געבויעט ווערן [אויב ס'גייט געבויעט ווערן..]
די דרום און צפון גאלעריען קענען נישט זיין ברייטער ? און צולייגן נאך זיץ פלעצער
ס'קען זיין אז די דאַך פון די אלטע ווייבער שול וועט בלאקירן, ס'קען זיין אז ממש אביסל קען מען אויסברייטערן, אבער ס'וועט ווארשיינליך נישט שטומען די פאולס מיט די בענק פון אונטען.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל וואס די היכל הישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע לע"נ חותנו הרה"ק בעל הילולא זצ"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הכנה ליו"ט שבועות הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר ישראל משה ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן איבער פארשידענע מנהגים פון יו"ט שבועות און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
ארום 7:35 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנהוג און דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן נדבן הס"ת און זיין משפחה.
דערנאך ארום 7:55 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו - חבר הנהלת המתיבתא,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און געזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנהוג, און די רבי האט אנגעוואונטשען פאר די נדבן מיט די בני המשפחה.
ארום 10:15 האט די רבי געליינט די תנאים ביי די מחותנים הר"ר יואל ברי"א שטיין און הר"ר ליפא ברמ"א פריעדמאן, און ביי די מחותנים ר' יואל וויזעל און ר' ראובן ל=גלאנץ.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדענאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דערנאך האט די רבי געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארו עמוד.
שטייענדיג אונטער א וואך פונעם סוקסעספולען ”להעמידם” קאמפיין זעהט זיך שוין אן די ארבעט צו פארענדיגן דער בנין הבית רחל החדש בנין אליהו ניישטאדט בשיכון מנחם צבי אויף טשערי לעין מיטן פלאן עס צו פארענדיגן בעז”ה אויפן קומענדיגן שנת הלימודים הבעל"ט