בלאט 151 פון 154
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 2:16 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 27, 2026 8:52 pm
אזוי אויך די געווענליכע בדחן דזשימי קימל האט זיך צוכליפעט מיט זידיגע טרערן ביים מספיד זיין די קרבנות פונעם רעדזשים, און גערופן אמעריקאנע בירגער צו איינטוישן זייערע פירער.
האמער נאך א שפעטע נאכט וויצלער מר. קאלבערט פון CBS וואס טענה'ט אז מען קען נישט צוגלייכן אייס צו די געסטאפא וויבאלד די געסטאפא מערדער זענען כאטש געווען גרייט צו באווייזן זייער פנים.
די קליינקעפיגע וויץ איז אראפגעריסן געווארן דורך פולע מויל מאכער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 2:18 pm
דורך הדסים
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 1:53 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:20 pm
שוין פיר טאג נאכן שטורעם, און די ערשטע טאטע טראק'ס זענען ענדליך אנגעקומען קיין בארא פארק צוזאמצונעמען די שניי.
איך האב גראדע געזען א טרעקטאר דינסטאג צענע ביינאכט אויף פארט העמילטאן ביי זעכציג.
בנוגע טראקס ווייס איך נישט אבער אראפ פארן 47 סטריט צווישן 13 און 12 האט געקאסט א האלבן טאנק.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 5:18 pm
דורך חלום חלמתי
אין זיין מבול פון טרוט מעסידזשעס האט טראמפ געפינט זיין סטראשע פאר איראן, ווי צו זאגן אז דאס מיינט ער גאר ערנסט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 5:21 pm
דורך חלום חלמתי
א בחור'ל פארשטעלט ווי א FBI אגענט איז ארעסטירט געווארן נאכן פרובירן ארויסצושווערצן פון טורמע די מערדער פון די יוניידעט העלטקעיר CEO .
ער איז געקומען באוואפנט מיט א גאפל און א רינדיגע פיצא שניידער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 5:24 pm
דורך חלום חלמתי
דריי TSA לופטפעלד אפיצירן האבן געברויכט ארויסגעראטעוועט ווערן פון א רעסטוראנט, נאכדעם וואס צוהיצטע פראטעסטירער האבן זיך באוויזן אויפן ארט מיינענדיג אז זיי זענען אייס אגענטן
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 5:28 pm
דורך חלום חלמתי
פעפסי האט ארויסגעגעבן א פרישע ווידיאו עד. ווי די איקאנישע קאקא קאלא פאולער בער, וועלט אויס פעפסי מיט פארמאכטע אויגן...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 5:29 pm
דורך חלום חלמתי
מאסן עיר פארס פליגער'ס מאכן נאכאנאנד די וועג קיין איראן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 6:53 pm
דורך חלום חלמתי
וועטער פאר מארגן צופרי לתושבי ניו יארק והגלילות
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 6:56 pm
דורך חלום חלמתי
די גאנצע אומגעגנט פון די ניאגארא וואסערפאלן טובל'ען זיך אין אייז
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:04 pm
דורך חלום חלמתי
שומער מעלדט אז א פארשטענדעניש איז דערגרייכט געווארן צו האלטן אפן די גאווערמענט. פינף פעקלעך וועט געהעריג דורכגיין, האומלענד סעקיוריטי וועט באקומען עטליכע וואכן צו איבערגיין וואס מען קען טון מיט אייס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:33 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ וועט מארגן מעלדן וועמען ער נאמינירט צו איבערנעמען די פעדעראל רעזערוו טשערמאן טיטל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 7:47 pm
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט טראמפ און א צאל קאבינעט מיטגלידער זענען געגאנגען צום קענעדי - טראמפ צענטער זעהן די נייע מאווי 'מאלאניע' ארױסגעגעבן דורך די ערשטע פרוי.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 8:51 pm
דורך פליט
סענטראל פארק אין ניו יאָרק סיטי.

- IMG_20260129_205100_696.jpg (289.36 KiB) געזען געווארן 272 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:16 pm
דורך חלום חלמתי
מר. טאריף האט געשטעלט פרישע %50 נקמה טאריפ'ס אויף קאנאדישע פליגערס
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:17 pm
דורך חלום חלמתי
די שניי דעם קומענדיגן זינטאג וועט זיין היבש מילד, אין פולע שטעט בלויז פלארי'ס. אבער וועט קומען מיט גאר גאר שטארקע ווינטן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:20 pm
דורך חלום חלמתי
ביים היינטיגן קאבינעט זיצונג האט טראמפ דירעקט אויסגעלאזט האומלענד סעקיוריטי פארזיצער מרת קריסטי נאועם, און אזוי אין א אומגעווענליכע ערשיינונג נישט גענומען קיין פראגע'ס פון די מידיע.
שפעטער האט ער אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיוו ארדער און ווידער פארטריבן די פרעסע אן ענטפערן אויף פראגעס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:22 pm
דורך חלום חלמתי
אילאן מאסק ארבעט צו צוזאמשטעלן ספעיס עקס, סטארלינק, גראק AI, צו איין גרויסע פירמע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:25 pm
דורך חלום חלמתי
עפל האט אויסגעקויפט א פארגעשריטענע איזרעלי AI
http://Q.ai פאר די סומע פון 2 ביליאן דאלאר. עפל'ס צווייט גרעסטע אויסקויף.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:31 pm
דורך חלום חלמתי
אין קורצן די מעשה, א.ג. סעלעברעטי ביליאנער'נטע רופט די ארימע פעי טשעק טו פעי טשעק ארבעטער צו סטרייקן אזוי וועט אייס זיך צוקראצן...
וואס?
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:35 pm
דורך חלום חלמתי
די עולם מיטשעט זיך צו דערגיין וואס ליגט אינטער די וועלט בארימטע 'נאמען לאזע' קענדי וואס א אומבאקאנטע פירמע שמוגלט אריין אין טויזנטער געשעפטן...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:36 pm
דורך חלום חלמתי
ניו יארק איז אזוי קאלט, אז די ניו יארק אקוואריום אין לאנג איילענד האט שוין געמיזט אריינעמען די פענגווין'ס אינדאור..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:39 pm
דורך חלום חלמתי
מאמדאני איז געקומען געבן א השגחה אויף די אפגעשטויבטע שניי 'האט טוב'ס' וואס מען האט געמיזט אויפזיכן צו קענען פטור ווערן פון די ריזיגע שניי בערג אין ניו יארק סיטי
די מאשין צולאזט די שניי און פארוואנדלט עס אין ריינע וואסער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:40 pm
דורך חלום חלמתי
וואל סטריט זשורנאל באריכטעט אז עמעזאן גרייט זיך צו אינוועסטירן 50 ביליאן דאלאר אין אפען AI.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:42 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 28, 2026 11:14 pm
א פארשוין איז אריינגעפארן אין ביהמ"ד חב"ד 770. קיין פארוואונדעטע, די דרייווער איז ארעסטירט געווארן.
ניו יארק טיימס האט אן עקסליוסיוו אינטערוויו מיט הב' יחי' המלך ני"ו...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 10:50 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ קלאגט אן די IRS פארן ארויסליקן זיין טעקס ריטורן דורכאויס זיין ערשטע טערמין אין אפיס.
10 ביליאן דאלאר דארף ער...
דער גייט ארויסגיין רייכער ווי ער איז אריין פון דעי אלע געריכטן..