Re: אידישע [קנאי'שע] הרגשים
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:47 pm
@נקודות טובות איך האב מיר באצוגען איבער גיין אין מלחמה וואס די רבי איז מבאר אז מען מעג נאר על פי סנהדרין...
סאיז בפועל אדער אדער... סאיז קלאר אז אדער קאפיטולירט מען אדער פייט מען צוריק פשוט צו בלייבן לעבן.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:02 pmאיך גלייב (בעסער געזאגט, ס'מיר ברור) אז דאס איז צוליב די תאוות הנקמה וואס ליגט אין יעדעס מענטשליך הארץ.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:13 am
און ווי אויך יעדע מאל וואס די רבי זאגט נאך דעם משל, גייט ער נאכאמאל מיט דעם אז מען טאר זיי נישט אנקוקען ווי די וואס ראטעווען, נאר מען דארף וויסען אז זיי זענען די וואס האבן אנגעברעגט די גאנצע פראבלעם. אבער קיינמאל האט ער נישט געזאגט אז בשעת מלחמה זאל מען נישט צוריק אטאקירן!
קיינמאל האט ער בשעת מלחמה נישט פארלאנגט אז מען זאל זויפארט צוריק געבן דאס לאנד פאר די UN. דאס איז שטותים והבלים!
ער האט קיינמאל אפי' קיין ענליכע ווערטער צו דעם געזאגט, וחס מלהזכיר!
מיר דארפען וויסען אז מפני פיקוח נפש ווערט אין שלחן ערוך הלכות שבת און ווי אויך אין הלכות תענית גע'פסק'ענט אז אויב גוים זענען נאר אפילו נעבן די די שטאט, נישט אויב זיי האבן בפועל אטאקירט, נאר אפי' אויב זיי זענען נעבן שטאט איז דא חיוב צו מחלל שבת זיין און צוזאמען נעמען א מיליטער צו גיין קעמפען די גוים מפני פיקוח נפש! מי הוא זה ואיזה הוא אשר מלאו ליבו צו גיין קעגן דעם פסק השלחן ערוך און זאגן ניין, אז מען זאל גיין צו די UN ????
איז עס דען א מציאות אז אויב מ'שיסט נישט אויס עזה איז מען אין א סכנה?מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:20 pmסאיז בפועל אדער אדער... סאיז קלאר אז אדער קאפיטולירט מען אדער פייט מען צוריק פשוט צו בלייבן לעבן.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:02 pmאיך גלייב (בעסער געזאגט, ס'מיר ברור) אז דאס איז צוליב די תאוות הנקמה וואס ליגט אין יעדעס מענטשליך הארץ.
צו מהאט פניות.. יא.. אבער דא איז נקמה בעצם אינטן אויף די ליסטע. טאמער מלחמה (על הצד) איז טאקע מותר אין די פאל אלץ הבא להרגך איז עס נישט בלויז מותר, נאר זאגאר א חיוב (אויב נישט בפועל כאטש שטיצע מיט עסן און סיי וואס מעגליך). די נושא פון פניות איז א זאך פאר בני עליה.. א איד טוט וואס ער האט צו טון מיט אלע פניות.
מקען זיין א סאטמארער און נישט פארלייקענען רעאליטעט אז די איינציגסטע עצה בדרך הטבע איז א פול סקעיל גראונד אפערעישאן צו עוקר זיין כאמאס אינגאנצן און אירע וואפן זאפאסן און באהעלטעניש טונעלן. די איינציגסטע עצה איז א פרישע לידערשיפ אין עזה.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:35 pmאיז עס דען א מציאות אז אויב מ'שיסט נישט אויס עזה איז מען אין א סכנה?מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:20 pmסאיז בפועל אדער אדער... סאיז קלאר אז אדער קאפיטולירט מען אדער פייט מען צוריק פשוט צו בלייבן לעבן.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:02 pm
איך גלייב (בעסער געזאגט, ס'מיר ברור) אז דאס איז צוליב די תאוות הנקמה וואס ליגט אין יעדעס מענטשליך הארץ.
צו מהאט פניות.. יא.. אבער דא איז נקמה בעצם אינטן אויף די ליסטע. טאמער מלחמה (על הצד) איז טאקע מותר אין די פאל אלץ הבא להרגך איז עס נישט בלויז מותר, נאר זאגאר א חיוב (אויב נישט בפועל כאטש שטיצע מיט עסן און סיי וואס מעגליך). די נושא פון פניות איז א זאך פאר בני עליה.. א איד טוט וואס ער האט צו טון מיט אלע פניות.
מ'קען זיי אפשטעלן אויפן מינוט מיט אביסל באמבעס, און דערנאך איז שוין דא אנדערע וועגן צו מסדר זיין די זאך.
די מהלך פון אויסשיסן און פלאך מאכן עזה, איז בלויז נקמה.
אמעריקע האט דאס שוין פרובירט עטליכע מאל, און דאכט זיך אז ס'האט זיך דערווייל נישט אויסגעארבעט...מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:10 pmמקען זיין א סאטמארער און נישט פארלייקענען רעאליטעט אז די איינציגסטע עצה איז א פול סקעיל גראונד אפערעישאן צו עוקר זיין כאמאס אינגאנצן און אירע וואפן זאפאסן און באהעלטעניש טונעלן. די איינציגסטע עצה איז א פרישע לידערשיפ אין עזה.► Show Spoiler
די דאזיגע געשעהעניש לערנט פאר יעדע נארמאלע מענטש אז די ביז יעצטיגע סטאטוסקווא פון באמבאדירן פון דערויסן האט נישט געארבעט, והא ראיה דאס וואס האט פאסירט.. סאיז געוועזן א ריזן טעות
דאס? קיינמאל!וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:13 pmאמעריקע האט דאס שוין פרובירט עטליכע מאל, און דאכט זיך אז ס'האט זי דערווייל נישט אויסגעארבעט...מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:10 pmמקען זיין א סאטמארער און נישט פארלייקענען רעאליטעט אז די איינציגסטע עצה איז א פול סקעיל גראונד אפערעישאן צו עוקר זיין כאמאס אינגאנצן און אירע וואפן זאפאסן און באהעלטעניש טונעלן. די איינציגסטע עצה איז א פרישע לידערשיפ אין עזה.► Show Spoiler
די דאזיגע געשעהעניש לערנט פאר יעדע נארמאלע מענטש אז די ביז יעצטיגע סטאטוסקווא פון באמבאדירן פון דערויסן האט נישט געארבעט, והא ראיה דאס וואס האט פאסירט.. סאיז געוועזן א ריזן טעות
לאמיר זיך מצייר זיין אז אונגארן די די דזשאב, לאמיר ארויסנעמען איזראעל פון די בילד בכדי צו קענען האלטן די קאפ גראד.
ווי קומט דאס צו די פיצי עזה סטריפ?
עגיפטן דארף זיי נישט! קיינער דארף זיי נישט.מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:19 pm קלער אז מדינת ישראל און אירע אליאירטע (אמעריקע וכו’) זאלן פארפירן ביי די אינטערנאציאנאלע וועלט אז עזה זאל ווערן אנערקענט צוריק אלץ עגיפטן און פארטיג.. דאס איז עס געווען אמאל און דאס זאל עס ווייטער זיין. טעות לעולם חוזק.. סטוט באנק יענע נצחונות אויף עגיפטן.. א שאד מהאט עס איינגענומען מתחילה.
תורה טרייע אידןהעלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 1:14 pmגוטע קשיה, איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.בן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:57 pm און ווער האט געהיטן אויף די אידן פון ארץ ישראל פון חורבן בית שני ביזן הקמת המדינה?
ווען האבן זיי באקומען די מעסעזש פון אויבערשטן אז זיי זענען זיינע שלוחים און זיי דארפן אנהויבן טוהן זייער שליחות? און נאכאמאל פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעוועלט מענטשן וואס היטן נישט זיין תורה צו זיין זיינע שלוחים?
אבער טרעף מיר איין איד וועלכע וואינט אין מדינות ישראל וועלכע וועט טענה'ן אז די ישראלים זאלן אראפלייגן די געווער, איינס.
ס'איז נישטא, די וועלט פארט בדרך הטבע און די טבע איז אז מ'דארף קעמפן צו זיגן.
די תורה זאגט אז מ'זאל גיין צום דאקטער, פרוביר איך צו גיין צום דאקטער.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:09 pmאויב ווען דו גייסט צום דאקטער ביסטו אויך נישט מתפלל אז די דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער דאקטער זאל צוטרעפען צום פראבלעם, נאר אז די ישועה זאל קומען באיזה אופן. און אויב ווען די קומסט ארויס אינדערפרי און דיין קאר סטארט זיך נישט, רופסטו נישט חברים, נאר דו ביסט מתפלל אז באיזה אופן זאלסטו קענען דאווענען מיט מנין, און האבן געלט צו שפייזען דיין פאמיליע. בין איך גרייט צו הערן פון דיר דעם שפראך.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:47 pmוואס עפעס דארף מענן געבן עצות פאר'ן רבוש"ע?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 amזאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)
זיי מתפלל די פארכאפטע זאלן געראטעוועט ווערן! פיניש. פינטל.
וויאזוי? דער אויבערשטער האט אונז שוין גענוג מאל סופרייזד. פארוואס זאל איך "מתפלל זיין" אז ס'זאל קומען דורך כופרים?!
אויב אבער דו פירסט א חי גשמי, און דו ביסט פארנומען מיט דיין השתדלות בדרך הטבע, קענסטו אויך דא רואיג מתפלל זיין פארן דרך הטבע!
מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:47 amבפשטות, שוין יעצט אפשפארן אן קיין חשבונות, זינט דאס איז ביהרג ועל יעבור (עפעס וואס די אנדערע האלטן נישט לכאורה אויף אזוי ווייט)
איז דאך באקאנט אז דער ישמח משה האט געזאגט אז ער איז גרייט צו פארלירן עולם הבא און עולם הזה אלעס אבי כבוד שמים זאל דערהויבן ווערן. סאו אויב זענען אלע בני ארץ ישראל גרייט עס אפצושפארן נאר נישט אויפן חשבון פון געהארגעט ווערן האבעך זיי אן עצה.. זיי קענען עס לייגן אויפן רבי’נס באנק אקאונט.. האלט אפען די מדינה פאר נאך 30-40 יאר מיט די צה”ל וכו’ אבער מיט א תנאי כפול, קיין שום פרישע אידישע תושב קומט נישט צו און יערליך זאלן אימיגרירן אוועק פון די מדינה 250k טויזנט אידן.. נאך 30 יאר בערך איז אויס מדינה בכי טוב. נארוואסדען, עטץ (נישט אייך הרב לייקוס) האלטס נישט דערביי!!!
די קשיא פון וואס זאלעך טון יעצט איז נעריש, ווייל ווען סאיז ווען עכט א קשיא איז דא זייער סימפל סעלושאנס.. סדינט נאר ענדערש ווי א סטעיטמענט: כגיי נישט קיין ערגעץ.
געגעבן דעם לאנד פאר דאס אידישע פאלק? פאר וועמען? פאר בעלזא רב זצוקל"ה, פאר גורער רבי זצוקל"ה, פאר סאטמאר רב זצוקל"ה, פארן קלויזנבורגער רב זצוקל"ה, פאר אלע צדיקים משרידי דור הישן זצוקל"ה???נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:20 pmדי UN האט געגעבן דעם לאנד פאר דאס אידישע פאלק, איז וואס ווילסטו אז ביבי זאל זיי דאס צוריק געבן?לייבל פריש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 12:04 pmס’דא אבער א תורה אויך אויף אזעלכע מצבים, די תורה ווערט נישט בטל ווען די נאמען חרבות ברזל ווערט אקטיוויזירט! ע”פ תורה דארף די מדינה צוריק געבן די לאנד פאר די u nנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:59 am וואס רודערט מען דא איבער משלים פון צינדערס/לעשערס? דם ישראל איז נשפך כמים רח''ל, און יעצט איז נישט די צייט צו באשולדיגען קיינעם!
גיי נעם א תהילים און זאג אפאר קאפיטלעך אז די וואס זענען כעת די שליחים פון הימעל צו פראטעקטען כלל ישראל זאלן מצליח זיין אויסצוראטען די וואס זייער גאנצע תאווה און ציהל אין לעבן איז נאר צו זעהן נאך אידיש בלוט פארגאסען. (קען זיין אז מגלגלין חובה ע''י חייב, אבער קודם זאל שטיל ווערן)
סאיז סיי ווי נישט דא קיין אנדערע ברירה יעצט ע''פ דרך הטבע, וואס ווילסטו זאלן די צה''ל טוהן יעצט? נישט אטאקירן ווייל דאס איז אנקעגן די שלוש שבועות???
הבא להרגך השכם להרגו, יעדע עזה'ניק גייט אריין אין דעם כלל יעצט!
נישט דא קיין שום מקום צו זאגן אז די צה''ל דארפן אראפלייגען די גווער, און ווארטען אויף א ישועה מן השמים שלא ע''פ טבע!
ווי אזוי גייט דאס העלפן מיטן מלחמה יעצט? און וואס מיינסטו גייט געשעהן נאכדעם?
פראצענטאעל זענען מער אידן גע'הרג'עט געווארן דורך די אראבער פארן הקמת המדינה, ווי נאכן הקמת המדינה. אודאי איז דאס אן איסור גמור אראפ צו ווארפען פון זיך דעם עול הגלות. אבער סתם צו זאגן אז די מדינה איז א זאך וואס האט געברענגט מער שנאת ישראל, און מער רציחה. איז פשוטע ליגענט! עס זענען נאך נישט געווען זייט חורבן בית ראשון אזאלכע רואיגע זמנים פאר אידישע קינדער קיינמאל!
יעצט דאס איז קלאר אז נישט די מדינה איז וואס שטייט אונטער דעם וואס היינט לעבט מען ברוך השם רעלאטיוו רואיג, נאר דאס איז א פערזענדליכע מתנה פון הימעל. אבער צו זאגן אז היינט איז שנאת ישראל שטערקער ווי 100-150-200-250-300-350-400-450-500 יאר צוריק, איז שקר וכזב!
איך בין נישט קיין סאטמארער, איך בין א תורה טרייער אידבן תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:51 am @אני-הק' זאגסט זייער גוט, די פראבלעם איז די א.ג. סאטמארע ווילן נישט הערן קיין תירוצים. מהאט שוין דא ציטירט קלארע דיבורים פון רבי'ן ז"ל ווי ער זאגט אז מטאר נישט צוריקשלאגן און נאר משיח קען אונז אויסלייזן, אדער די לשון פון על הגאולה אז ווען מזאל מוותר זיין אויפן מדינה וואלט מען בלי ספק געקענט שליכטן די מלחמה.
אבער די סאטמארע מיט א 'ברייטע' בליק ווילן דאס נישט הערן.
מצרים האט מען שטיל געמאכט דורך אן אינוואזיע, און דורך פלאך מאכן זייערע שטחים...נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:39 pmדאס איז זיכער אז די נקמה יעצט וועט זיין אויף סאך אסאך א שטערקערע שטאפל, וואס דאס וועט יא ארבעטן בעזר השם. מצרים און ירדן האט מען אויך אמאל געמיינט אז מען קען זיי נישט שטיל מאכן...שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:29 pmמתפלל זיין אז די דרך הטבע'דיגע השתדלות פון די צה''ל זאל מצליח זיין מיינט דאסנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:09 pm
אויב ווען דו גייסט צום דאקטער ביסטו אויך נישט מתפלל אז די דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער דאקטער זאל צוטרעפען צום פראבלעם, נאר אז די ישועה זאל קומען באיזה אופן. און אויב ווען די קומסט ארויס אינדערפרי און דיין קאר סטארט זיך נישט, רופסטו נישט חברים, נאר דו ביסט מתפלל אז באיזה אופן זאלסטו קענען דאווענען מיט מנין, און האבן געלט צו שפייזען דיין פאמיליע. בין איך גרייט צו הערן פון דיר דעם שפראך.
אויב אבער דו פירסט א חי גשמי, און דו ביסט פארנומען מיט דיין השתדלות בדרך הטבע, קענסטו אויך דא רואיג מתפלל זיין פארן דרך הטבע!
1. אז עס גייט אפקאסטן הונדרעטע אדער גאר טויזענטע אידישע נפשות רח''ל, נישט מעגליך צו געווינען בדרך הטבע אן דעם, אונז זעמיר נישט מוותר קיין איין נפש מישראל.
2. די פראבלעמם גייט בכלל נישט געלעזט ווערן, עס גייט ווערן שטיל ביז די נעקסעטע רציחות רח''ל אזווי די לעצעטע 75 יאר,
די איינציגסעטע עצה דא איז מתפלל זיין אז די מלכות המינות זאל בטל ווערן אן עס זאל קאסטן אפילו איין נפש בישראל, וויאזוי? נישט מיינע דאגות
בנוגע נישט מוותר זיין אויף שיין אידיש נפש. איז פארשטייט זיך נאר פאר אפענסיוו, און נישט דעפענסיווע. נישט קיין ספק אין דעם, ס'איז אן הלכה פסוקה אין שלחן ערוך אז עס ליגט א חיוב צו גיין אין מלחמה.
ס'קלאר אז מיט א גשמיות'דיגע בליק דארפ/ן זיי אראפווארפן כאמאס. פשוט ווייל וואס דען זאלן זיי טון... ס'מוז זיין א פרייז פאר אזא רציחה.מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:19 pmווי קומט דאס צו די פיצי עזה סטריפ?
אגב, רוב רעגירונגען אין די מיטל מזרח איז מיט געצוואנג... ברוטאלע מערדער. עגיפטן איז אינטער א דיקטעיטערשיפ וכו’ אין די מיטל מזרח האט קיינמאל גארנישט אנדערש געארבעט, און סארבעט נישט עפעס אנדערש.. מדארף א מערדערישע פירערשאפט. נארוואסדען, מער א פריינטליכע אזא סארט וואס זוכט נישט קיין ”אינטערנאציאנאלע” טעראריזם וכדומה.
כקלער אז מדינת ישראל און אירע אליאירטע (אמעריקע וכו’) זאלן פארפירן ביי די אינטערנאציאנאלע וועלט אז עזה זאל ווערן אנערקענט צוריק אלץ עגיפטן און פארטיג.. דאס איז עס געווען אמאל און דאס זאל עס ווייטער זיין. טעות לעולם חוזק.. סטוט באנק יענע נצחונות אויף עגיפטן.. א שאד מהאט עס איינגענומען מתחילה.
אמת, בחסדי השם איז די וועלט יעצט אין א רואיגע סיטואציע.העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:46 pmגעפילטע פיש מיט לינזן...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:29 pm און תימן אויך נישט.
אלא מאי? איינער הייסט דיר וואוינען אין פאקיסטאן? מ'רעדט דאך פון די רואיגקייט אין די ציוויליזרטע לענדער ב"ה. דאס האט גארנישט מיט מדינת ישראל, בלויז פארקערט.
דו האסט געזאגט אז בעצם וואלט נישט געווען קיין מלחמות אין מדינות ישראל ווען נישט די תירוץ פון אקופאציע וויבאלד די לענדער זענען געווארן מער ציוויליזירט, זאג איך דיר, ניין. די אראבישע וועלט זענען פארבליבן די זעלבע מערדער.
און בד''וו איך קריג זיך מיט דער פאקט וואס דו שטעלסט אראפ אז די וועלט איז געווארן ציוויליזירט און מער וועט מען נישט רצחנ'ן. פאר די צווייטער וועלט מלחמה האט מען אויך אזוי געמיינט... וואס יא, יעצט איז די וועלט בחסדי שמים און א רואיגע סיטואציע. גאט זאל באהיטן אויף ווייטער.
דאס באלאנגט אין די קאמענטארן אשכול און נישט אין די השקפה אשכול. לאמיר רעדן כאילו אונגארן נעמט קעיר.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:57 amס'קלאר אז מיט א גשמיות'דיגע בליק דארפ/ן זיי אראפווארפן כאמאס. פשוט ווייל וואס דען זאלן זיי טון... ס'מוז זיין א פרייז פאר אזא רציחה.מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:19 pmווי קומט דאס צו די פיצי עזה סטריפ?
אגב, רוב רעגירונגען אין די מיטל מזרח איז מיט געצוואנג... ברוטאלע מערדער. עגיפטן איז אינטער א דיקטעיטערשיפ וכו’ אין די מיטל מזרח האט קיינמאל גארנישט אנדערש געארבעט, און סארבעט נישט עפעס אנדערש.. מדארף א מערדערישע פירערשאפט. נארוואסדען, מער א פריינטליכע אזא סארט וואס זוכט נישט קיין ”אינטערנאציאנאלע” טעראריזם וכדומה.
כקלער אז מדינת ישראל און אירע אליאירטע (אמעריקע וכו’) זאלן פארפירן ביי די אינטערנאציאנאלע וועלט אז עזה זאל ווערן אנערקענט צוריק אלץ עגיפטן און פארטיג.. דאס איז עס געווען אמאל און דאס זאל עס ווייטער זיין. טעות לעולם חוזק.. סטוט באנק יענע נצחונות אויף עגיפטן.. א שאד מהאט עס איינגענומען מתחילה.
אבער ווען ס'איז פארמישט אידיש בלוט, איז דא א תורה. מוז מען נעמען אין באטראכט אז כאמאס ארויף כאמאס אראפ, דער פראבלעם ווערט נישט געלעזט! נאכאמאל קלאר פאר ווער ס'קוקט די מציאות אין פנים: דער פראבלעם ווערט נישט געלעזט! איסלאמישע טעראר אין מדינת ישראל איז נאכנישט געווארן געלעזט אפילו פאר איין טאג זינט הקמת המדינה. וועסט טוישן ירדן, וועט קומען עגיפטן. זאלסט טוישן עגיפטן, וועט קומען לבנון. זאלסט טוישן לבנון (נאכנישט געשען), וועט קומען כאמאס. זאלסט טוישן כאמאס, איז דא איסלאמיק דזשיהאד. ס'איז נאריש צו טראכטן אז ס'דא א וועג דאס מסדר צו זיין "איינמאל פאר אלעמאל". שטיות.
לייג אוועק די תגובה... ליין עס איבער 10 יאר ארום. 10 יאר צוריק האב איך געהאט די זעלבע וויכוחים, בשעתו אויף אייוועלט. 2012, 2014, יעדעס מאל עקסטער. מען לעבט אין חלומות. לייג עס גוט אוועק!...
ממילא, איז נישטא קיין שום היתר צו איינשטעלן אידיש בלוט! אפילו פון סאלדאטן וואס זענען גרייט דערויף. כלשכן וכלשכן ווען ס'איז דא משכונות! אין שום היתר בעולם. א פראסטע הפקירות אויף אידיש בלוט!
די רויבער איז נישט אנטלאפן נאכן אינטערצינדן די הויזנקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:58 pmאיך האב אן אנדערע משל.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:52 pm מיין נקודה (טובה..) איז נישט געווען צו דער דאקטאר איז געלערנט. מענגעלע ימ"ש איז אויך געווען א געלערנטער דאקטאר. נישט דאס מאכט אויס.
נאר אז דער דאקטאר איז נישט קיין דאקטאר וואס היילט מיר, נאר א דאקטאר וואס איז מיך מצער און צופעליג קומט צומאל ארויס א היילונג.
אמאל איז געקומען אין שטאט א רויבער, און ער האט איבערגענעכטיגט ביים עושר אינדערהיים. נאכן בא'גנב'ענען דעם עושר האט ער אינטערגעצינדען דאס הויז, און אנטלאפען.
איז געקומען צו לויפן דער זוהן פון דעם רויבער און פארלאשען דעם פייער.
ביבי האט קיין פייער נישט אנגעצינדען, און אודאי די היינטיגע 25 יעריגע צה''לניקעס. דו קענסט שרייען אויף די ערשטע ציונים וואס דו ווילסט, דאס איז אבער נישט רעלאוואנט אויף די היינטיגע...