שייטלען אמאל און היינט

אונזער היסטאריע
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 494
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 448

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך ענותן »

33.jpg
33.jpg (181.86 KiB) געזען געווארן 764 מאל
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
אביסל צו שפעט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:25 pm
x 108

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך אביסל צו שפעט »

דראמאטישע הכרזה שבת שובה דורכ'ן רבי'ן‎
Inbox

סאטמאר | JBL Unsubscribe
12:31 PM (1 hour ago)
to me

די פייערדיגע הכרזת להבת אש
דורך כ"ק מרן אדמו”ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א
במעמד אלפי ישראל בביהמ"ד הגדול בקרית יואל יצ"ו

דעם שבת שובה בעפאר קריאת התורה

וואס האט אויפגעשטורעמט א הייליגע ווינט פון “צוריקדרייען דעם זייגער” אז קאפ-צודעק זאל ח”ו נישט זיין בגדר איסורים להלכה
“מיר שטייען יעצט אין די עשרת ימי תשובה, ס'איז שבת שובה, מ'זאגט די הפטרה וואס דער נביא זאגט, שובה ישראל עד ה' אלקיך כי כשלת בעוניך קחו עמכם דברים ושובו אל ה' וגו' ונשלמה פרים שפתינו.

שבת שובה איז דער מנהג צו זאגן א דרשה, אבער לא לדרשה קאתינא, אוודאי מנהג ישראל איז קודש, מ'וועט עס אי"ה אפצאלן חוה"מ סוכות, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון מעורר זיין, מען מוז רעדן א פאר ווערטער.

כ'וועל אנהייבן מיט א מעשה פון שינאווער רב ז"ל, דער שינאווער רב איז אמאל געווען אין לעמבערג, און ער איז געגאנגען באזוכן דעם רב, כנהוג צו באזוכן דעם מרא דאתרא - אין יענע צייט איז געווען רב אין לעמבערג דער בית יצחק ז"ל - און אז דער שינאווער רב איז געגאנגען, איז מיטגעגאנגען א ציבור, און דער שינאווער רב איז אזוי געזיצן און ס'איז געווען א צימער פיל מיט אידן, און אינמיטן רעדן הייבט דער שינאווא רב אן צו זאגן, כ'הער אז אייער טאכטער צו אן אייניקל גייט מיט א שייטל, און ער הייבט אים אן אריינצוזאגן וועגן די פירצה אזוי מיטן גאנצן שינאווער שארפקייט, דער לעמבערגער רב האט זיך געשפירט אזוי אומבאקוועם, ס'איז געווען א שטוב פיל מיט מענטשן, זאגט ער פארן שינאווער רב, 'שינאווער רב, אנטשולדיגט מיר, אז איר האט מיר עפעס צו זאגן, רופט מיר אריין אין א שטוב, צווישן פיר אויגן, און זאגט מיר, פארוואס מוז עס זיין ברבים', האט דער שינאווער רב געזאגט, 'ווען זי וואלט געגאנגען מיט א שייטל נאר אין שטוב וואו קיינער זעהט נישט, וואלט איך אייך געזאגט אין שטוב, אבער זי גייט דאך מיט א שייטל ברבים, בשווקים וברחובות ווי יעדער איינער זעהט, מוז איך עס זאגן ווען יעדער איינער זעהט. דאס איז א הייליגע מעשה פון הייליגן שינאווער רב ז"ל זי"ע.

דער פעטער ז"ל האט געבויט קרית יואל, דער הייליגער רבי האט געמאכט א הייליג שטעטל, און ער האט עס געבויט אז ס'זאל זיין מיוסד אויף תורה עבודה גמילות חסדים, און אויף אדני הצניעות והקדושה מ'זאל גיין בצניעות פון קאפ ביז פוס, מיט די ערשטע דריי קען מען זאגן אז קרית יואל איז אויסגעצייכנט, געלויבט השי"ת אז מיט תורה עבודה און גמילות חסדים שטייט מען זייער שיין, אוודאי אלעמאל איז דא פלאץ וואו מ'קען מאכן תיקונים, אבער מ'קען זאגן אז אנטקעגן אנדערע מקומות, רבות בנות עשו חיל ואת עלית על כולנה, קרית יואל איז כלילת יופי, יפה נוף משוש כל הארץ, און ס'איז א זיכער א כבוד פאר'ן פעטער ז"ל בגנזי מרומים, און א כבוד פארן טאטן ז"ל און א נחת רוח פר זיי, וואס זיי האבן אזויפיל געטוהן פאר קרית יואל.

אבער דער ענין פון צניעות דארף א גרויסער תיקון, ב"ה א גרויס חלק תלמידים פון פעטער ז"ל, גייט מען ביי זיי אין שטוב כרצונו, בכלל נישט מיט קיין שייטל, און זיי גייען בכיסוי הראש אזויווי ס'דארף צו זיין. אשרי להם ואשרי חלקם, אבער לדאבון לבינו – ס'זענען דאך דא וואס זענען מיקל און גייען יא מיט א שייטל, אבער אזוי איז געווען אויך פאר דרייסיג יאר און אויך פאר פופציג יאר, אבער – ווי אזוי די שייטל קוקט היינט אויס, דאס האט געהאט א מורא'דיגע ירידה, און ס'ווערט נאר ארגער און ארגער.

אמאל ווער ס'איז געגאנגען מיט א שייטל, איז געגאנגען מיט א באשיידן שייטל, און ווער ס'איז געגאנגען צוגעדעקט איז געווען צוגעדעקט געהעריג כאטש רוב קאפ, און די צודעק איז געווען נראה וניכר, אבער היינט צוטאגס איז די שייטל געווארן לענגער און לענגער, עס קומט אראפ פון פארנט ביז צו די אויגן, און פון די זייטן קומען ארויס אזוי ווי פיאות, און פון אונטן איז עס געווארן א לאנג שייטל, און אז מ'גייט מיט א צודעק, וויאזוי זעהט דאס אויס, די צודעק איז געווארן אזא קאפעלע וואס הענגט פון אונטן, קוים וואס מען זעט דאס.

און דאס איז א ירידה נישט פון 50 יאר צוריק, און נישט פון 20 יאר, נאר א ירידה אפילו פון 5 יאר צוריק.

ס'איז א בושה צו זאגן, אבער אביסל איז עס א שטאלץ צו זאגן, די מיידלעך זענען שענער צניעות'דיגער ווי די פארהייראטע ווייבלעך, פון איין זייט איז עס טאקע א שטאלץ, אז די צניעות ביי די מיידלעך איז אויף א שיינעם פארנעם, אבער די בושה איז וויאזוי די פארהייראטע ווייבלעך גייען אנגעטון, אלץ מיידל גייט מען בעסער און מער צניעות'דיג. נאך די חתונה ווארפט מען ליידער אראפ פון זיך דעם עול הצניעות.
איך וויל אויסשרייען א זעקה גדולה ומרה, דער מצב איז איום ונורא! די גאסן זענען פול מיט פריצות, מיט די פירצה! מ'דארף וויסן ס'איז אן איסור גמור פאר א אשה נשואה, א פארהייראטע פרוי, אז זי זאל אויסקוקן ווי א מיידל.
כ'האב אזוי געקלערט, ונשלמה פרים שפתינו, מ'שטייט יעצט פאר יום הקדוש, דער כהן גדול ווען ער האט געטון די עבודה, האט ער די ערשטע זאך ווען ער האט זיך מתוודה געווען, האט ער געזאגט 'חטאתי עויתי ופשעתי אני וביתי', ווען דער כהן גדול האט געוואלט טוהן די עבודה אין בית המקדש צו מכפר זיין די עבירות פון אידישע קינדער, האט ער די ערשטע זאך געדארפט תשובה טוהן אויף 'אני וביתי', די גמרא זאגט 'ביתו זו אשתו', די ערשטע זאך האט מען געדארפט מתקן זיין וואס טוט זיך אין שטוב, און נאכדעם האט ער געקענט גיין טוהן די עבודה לפני ולפנים.

מנהג ישראל איז צו זאגן א שבת שובה דרשה, איך וויל בעטן יעדן ראש בית אב יעדער טאטע און יעדע זיידע זאל זאל זאגן א שבת שובה דרשה ביי זיך אין שטוב, רעדן צו די ווייב, צו די זון און צו די טעכטער, און צו די אייניקלעך, און זיי מסביר זיין דעם חומר הדבר.
און אוודאי אז מ'טאר נישט גיין מיט א לאנג שייטל, און דאס איז א פירצה נוראה וחמורה. און אויב ס'קומט אן נאנט צו די אקסל הייסט דאס שוין לאנג.
דאס זאגט דער נביא, שובה ישראל עד ה' אלקיך כי כשלת בעוניך, קחו עמכם דברים ושובו אל ה', מען זאל פאררעכטן דעם מכשול, ונשלמה פרים שפתינו, מ'דארף קודם פאררעכטן דעם אני וביתי, ביתו זו אשתו, אזוי ווי מ'זעהט ביי די פר פון כהן גדול, און דעמאלטס קען מען זוכה זיין צו תשובה.

און אז מ'וועט דאס פאררעכטן, וועט דער אייבערשטער העלפן מען וועט זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה, שנה טובה ומבורכת, וכל מילי דמיטב תמיד.”
קומט אריין אפגעבן אייער הבטחה,
די עפפ קען נאך היינט זיין פאר פובליק!
דריקט https://abcharity.org/campaign.php?id=544 אפצוגעבן אייער געלט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1936
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5364

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך נקודות טובות »

איך מיין נישט דא די וואס ברענגען די פראפעגאנדע צעטלעך. אדרבה, זאלן זיי ווייטער ברענגן, איך האב הנאה צו ליינען יעדע באזונדער.
אבער זאלן מיר די אלע וואס שרייבן, מאכן די גרעפיקס, מארקעטין, וכדו', וויסען. אז לא זו הדרך, מיט ליגענט קומט מען אין ערגעץ נישט אן!!!
נעם א שטייגער ווי די פראפעגאנדע צעטל דאס איז איין שטיק שקר און manipulation.
סיי מיטן אראפלייגען די צד האוסרים אלץ די פשטות הדברים, און אויף די מתירים געבט מען אזא בליק ווי פרעמדע פוסקים. (מען מאכט דעם שלטי הגבורים אויסזעהן ווי אנדערע קוקען היינט אן הגאון ר' משה פיינשטיין) און אזוי אויך מיט דעם וואס מען לייגט אראפ אז די תשובה מאהבה איז ממש די פשטות הדברים פון דער שלטי הגבורים. און אז מען מוז צוקומען צו עפעס א מאמר פון ר' דן סג''ל (רוב אידן דא ווייסען נאר ווער ער איז צוליב דעם ניגון טאטאלע קום שוין אהיים)

יא, שלינג אראפ אז עס זענען דא אסאך מקילים!!! אין ביניהם איז דער רמ''א, מג''א, וכל גדולי הפוסקי שלחן ערוך!!! עס איז א מחלוקת ביי די פוסקים שוין הונדערטער יארן, און פארטיג!!!

און איך רוף דא אויס הויעך פאר די אלע וואס זייערע ווייבער גייען מיט שייטלעך. חזקו ואמצו אל תיראו ואל תערצו מפניהם!!! יא איר האט מנהג אבותיכם בידיכם, און לאזט אייך נישט פאר'נער'ן פון די וואס ווילן פארשוועכן די נאמען פון כלל ישראל, ווי כאילו מיר גייען שלא כפסק השלחן ערוך!!! און איר זאלט זיין שטאלץ מיט דעם וואס אייערע ווייבער גייען בצניעות כפסק השלחן ערוך!!!
די שיינקייט פון א אידישע שטוב איז נאר וויבאלד מיר רירן זיך נישט אוועק פון ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט!!! און מיר זיכען נישט מקטרג צו זיין אויף אונזערע עלטערן, ווי כאילו זיי זענען געווען בדיעבד אידן, און האבן זיך באקוועם געמאכט מיט די גרעסטע קולא!!!

יא אמת, מען דארף אכטונג געבן אז די שייטל זאל זיין בצניעות כפסק השלחן ערוך.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די עד איז לכאורה נאר געמאכט פאר חסידישע אידן.

פארוואס זיי? ווייל זייער זיידע, זייערע רביס, און אלע זייערע פארגייער האבן ביז '100' יאר צוריק אנגענומען דעם איסור אלס א פשטות, און מ'וויל זיי מעורר זיין אויפ'ן מציאות אז דער היתר איז נאר א דיעבד ממילא זאל מען זייער נזהר זיין נישט צו גיין נאך אראפציר טראץ די ווינט איז אזוי.

(קען אפשר יא זיין אז ס'איז אויך געמאכט פאר אויבערלענדישע, ווייל זייערע זיידעס און רביס ביז '200' יאר צוריק האבן אויך אזוי געהאלטן און געטון).

בנוגע די מיעוט המתירים, און צו דער רמ"א האט מתיר געווען ברה"ר, הא מען שוין דעבאטירט דא. אבער שרייב נישט "כל גדולי הפוסקים" ביטע...
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2430
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5879

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך ווער »

Screenshot 2023-09-27 145136.png
Screenshot 2023-09-27 145136.png (259.98 KiB) געזען געווארן 684 מאל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1974
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2380

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך שבת קודש »

וויאזוי זענען די חסידי'שע פרויען געגאנגען אין אונגארן בעפאר די מלחמה?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

#באגריסנד

#בארא פארק
Screenshot 2023-10-25 144222.jpg
Screenshot 2023-10-25 144222.jpg (174.35 KiB) געזען געווארן 541 מאל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5097

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:08 pm וויאזוי זענען די חסידי'שע פרויען געגאנגען אין אונגארן בעפאר די מלחמה?
ששש... ע”פ רוב מיט אפענע שייטלעך.

ווער סהאט בילדער ווייסט און ווער נישט קען טאקע משקר זיין.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 495
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 887

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך צווייטער »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:08 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:08 pm וויאזוי זענען די חסידי'שע פרויען געגאנגען אין אונגארן בעפאר די מלחמה?
ששש... ע”פ רוב מיט אפענע שייטלעך.

ווער סהאט בילדער ווייסט און ווער נישט קען טאקע משקר זיין.
אויך חסידישע אידן וואס זענען געגאנגען ווייסע זאקן שבת?
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5097

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:10 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:08 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:08 pm וויאזוי זענען די חסידי'שע פרויען געגאנגען אין אונגארן בעפאר די מלחמה?
ששש... ע”פ רוב מיט אפענע שייטלעך.

ווער סהאט בילדער ווייסט און ווער נישט קען טאקע משקר זיין.
אויך חסידישע אידן וואס זענען געגאנגען ווייסע זאקן שבת?
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
די חסידישע אידן אין אונגארן זענען קוים געגאנגען מיט שטריימלעך און איר פרעגט וועגן ווייסע זאקן.. ווייסע זאקן איז געווען א דבר נדיר ביותר.

היינט פארקויפט מען וואס מוויל, מבאגרייפט נישט אז אין אונגארן ”ביי די חסידישע אידן גופא" האט מען נישט געמאכט קיין בראטל איבער עניני לבוש ביי מענער.

שייטלעך איז א צניעות נושא אבער סאיז געווען די מנהג פשוט להיתר ביי רוב רובם פון די סאמע ערליכסטע און כרעד פון אפענע שייטלעך.

נאכאמאל, ווער סהאט נאך א באבע קען פרעגן און ווער נישט זאל קוקן די משפחה בילדער
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1974
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2380

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך שבת קודש »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:08 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:08 pm וויאזוי זענען די חסידי'שע פרויען געגאנגען אין אונגארן בעפאר די מלחמה?
ששש... ע”פ רוב מיט אפענע שייטלעך.

ווער סהאט בילדער ווייסט און ווער נישט קען טאקע משקר זיין.
אבער יענע שייטלעך זענען א דזשואק קעגן די היינטיגע שייטלעך וואס קוקן אויס ווי עכטע האר
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5097

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:17 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:08 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:08 pm וויאזוי זענען די חסידי'שע פרויען געגאנגען אין אונגארן בעפאר די מלחמה?
ששש... ע”פ רוב מיט אפענע שייטלעך.

ווער סהאט בילדער ווייסט און ווער נישט קען טאקע משקר זיין.
אבער יענע שייטלעך זענען א דזשואק קעגן די היינטיגע שייטלעך וואס קוקן אויס ווי עכטע האר
אה.. דא גייט איר אריין אין פרישע טערעטאריע.. מיר האבן ביז אהער גערעדט פון די מציאות אינדערהיים אין אונגארן
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:08 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:08 pm וויאזוי זענען די חסידי'שע פרויען געגאנגען אין אונגארן בעפאר די מלחמה?
ששש... ע”פ רוב מיט אפענע שייטלעך.

ווער סהאט בילדער ווייסט און ווער נישט קען טאקע משקר זיין.
די ערליכע, כלומר, רוב ציבור, נאר מיט שפיצלען.

ביז די לעצטע דור פאר'ן קריג ווען די שייטלען זענען אריינגעקומען מער און מער.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5097

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:18 pm

א דור בעפאר די בילדער אלץ עדות...
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:19 pm

מיין עדות איז איינער וועמען דו גלייבסט לכאורה.

דער סאטמאר רב זצ"ל האט געהאלטן א דרשה אינדערהיים און געזאגט אז "א דור צוריק האט מען זיך נישט משדך געווען מיט אזא איינע, מחמת פחד אז די טאכטער וועט אויך אנטון א שייטל".
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5097

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:21 pm

בפשטות האט ער גערעדט פון גאליציע ווי די אייניקלעך פון דער ד”ח האבן געוואוינט.

אין אונגארן דארף מען נישט מער פון נאכזוכן די מקורות פון די אייגענע משפחה ווער סקען, נישט בחינם האט דער רבי זי”ע טאקע נאר גערעדט אין זיין פריוואטע ביהמ”ד צו זיינע מענטשן וויסנדיג די מנהג פשוט אין אונגארן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:26 pm

טעות גדול בידך.

דא האסטו די דרשה, פון טיב לבב:
Screenshot 2023-10-25 153237.jpg
Screenshot 2023-10-25 153237.jpg (155.72 KiB) געזען געווארן 464 מאל

אז דו רעדסט פון עדיות פונדערהיים, רעדסטו לכאורה נישט פון די חסידישע מקומות.

איך מיין אז דו מישסט אויס מיט "אויבערלאנד", וואו די השכלה איז געווען גרויס און אויטאמאטיש זענען געווען א גרויסע פראצענט שייטלען.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5097

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:35 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:21 pm

מיין עדות איז איינער וועמען דו גלייבסט לכאורה.

דער סאטמאר רב זצ"ל האט געהאלטן א דרשה אינדערהיים און געזאגט אז "א דור צוריק האט מען זיך נישט משדך געווען מיט אזא איינע, מחמת פחד אז די טאכטער וועט אויך אנטון א שייטל".
בפשטות האט ער גערעדט פון גאליציע ווי די אייניקלעך פון דער ד”ח האבן געוואוינט.

אין אונגארן דארף מען נישט מער פון נאכזוכן די מקורות פון די אייגענע משפחה ווער סקען, נישט בחינם האט דער רבי זי”ע טאקע נאר גערעדט אין זיין פריוואטע ביהמ”ד צו זיינע מענטשן וויסנדיג די מנהג פשוט אין אונגארן.
טעות גדול בידך.

דא האסטו די דרשה, פון טיב לבב:

Screenshot 2023-10-25 153237.jpg

אז דו רעדסט פון עדיות פונדערהיים, רעדסטו לכאורה נישט פון די חסידישע מקומות.

איך מיין אז דו מישסט אויס מיט "אויבערלאנד", וואו די השכלה איז געווען גרויס און אויטאמאטיש זענען געווען א גרויסע פראצענט שייטלען.
אין אויבערלאנד איז די השכלה געווען גרויס? פרש דבריך. ניין זיי זענען נישט געווען קיין חסידים, אבער השכלה? זיי האבן דאך געמאכט די טיילונג!

סיגעט איז ווייט ארויס פון אונגארן, מהאט עס אנגעקלעבט אין אונגארן הערשט נאכן ערשטן וועלטס קריג אבער אפילו אין רומעניע אלץ א כלל איז שייטלעך געווען די אנגענומענע לבוש.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:38 pm
► Show Spoiler
אין אויבערלאנד איז די השכלה געווען גרויס? פרש דבריך

סיגעט איז ווייט ארויס פון אונגארן, מהאט עס אנגעקלעבט אין אונגארן נאכן ערשטן וועלטס קריג אבער אפילו אין רומעניע איז שייטלעך געווען די אנגענומענע לבוש.
1) 'השכלה געווען גרויס' איז גראדע א טעות פון א לשון מצדי. ס'איז געווען 'מער' אונטער די השפעה פון השכלה ווי אונטערלאנד. (לכאורה זייענדיג נענטער צו מערב, דייטשלאנד וגו' וואו די השכלה איז געווען גאר גרויס).

2) דער רבי רעדט דא אין סאטמאר, און איז מעורר איבער די טראסק פון "15 יאר צוריק".

זייער שווער צו מאכן דיין פשט אז ער רעדט נאר פון אנדערע מקומות.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5097

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:42 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:38 pm
► Show Spoiler
אין אויבערלאנד איז די השכלה געווען גרויס? פרש דבריך

סיגעט איז ווייט ארויס פון אונגארן, מהאט עס אנגעקלעבט אין אונגארן נאכן ערשטן וועלטס קריג אבער אפילו אין רומעניע איז שייטלעך געווען די אנגענומענע לבוש.
1) השכלה געווען גרויס איז גראדע א טעות פון א לשון. ס'איז געווען 'מער' אונטער די השפעה פון השכלה ווי אונטערלאנד. (לכאורה זייענדיג נענטער צו מערב, דייטשלאנד וגו' וואו די השכלה איז געווען גאר גרויס).

2) דער רבי רעדט דא אין סאטמאר, און איז מעורר איבער די טראסק פון "15 יאר צוריק".

זייער שווער צו מאכן דיין פשט אז ער רעדט נאר פון אנדערע מקומות.
1 א גראבע בילבול! זיי זענען אזוי געווארן אוועקגעשטעלט דורך זייערע רבי’ס נאך לאנג בעפאר השכלה, דאס איז געווען די געשטעל פון אן ערליכער איד אין טשעכיי, דייטשלאנד, עסטרייך און סלאוואקיע וכו’ נאך יאארן בעפאר מענדלסאן איז געבוירן.

2 יעצט כאפ איך.. דאס איז בפשטות פון א דרשה אין דעם רבינס קלויז צו די חסידישע אידן אין סאטמאר, סאיז נישט מוכרח בשו”א אז ער רעדט אינדערויסן פון די לאקאלע אנשי שלומו, זיכער נישט די מציאות פון גאנץ אונגארן
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:47 pm 1 א גראבע בילבול! זיי זענען אזוי געווארן אוועקגעשטעלט דורך זייערע רבי’ס נאך לאנג בעפאר השכלה, דאס איז געווען די געשטעל פון אן ערליכער איד אין טשעכיי, דייטשלאנד, עסטרייך און סלאוואקיע וכו’ נאך יאארן בעפאר מענדלסאן איז געבוירן.
אזוי האסטו יעצט באשלאסן...

בעפאר השכלה איז נישט געווען אזא מושג ווי שייטלען אין אייראפע, ווי דו קענסט זען פון חתם סופר און נאך. און אויך, אפילו בימי החת"ס איז נאר געווען צוגעדעקטע שייטלען. אפענע האט פאסירט אין א דור צוויי שפעטער. אזוי זעט מען בספרי תלמידי החת"ס.

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:47 pm 2 יעצט כאפ איך.. דאס איז בפשטות פון א דרשה אין דעם רבינס קלויז צו די חסידישע אידן אין סאטמאר, סאיז נישט מוכרח בשו”א אז ער רעדט אינדערויסן פון די לאקאלע אנשי שלומו
ער רעדט פון די שטאט, בעירינו, און יא עס מיינט חסידישע אידן, נישט מאדערענע (ליטאים איז נישט געווען דארט... און אויך איז נאכנישט געווען די סטייל אז יעדער וואס וויל ווערן מאדערן רופט זיך ליטאי...)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5097

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:51 pm
מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:47 pm 1 א גראבע בילבול! זיי זענען אזוי געווארן אוועקגעשטעלט דורך זייערע רבי’ס נאך לאנג בעפאר השכלה, דאס איז געווען די געשטעל פון אן ערליכער איד אין טשעכיי, דייטשלאנד, עסטרייך און סלאוואקיע וכו’ נאך יאארן בעפאר מענדלסאן איז געבוירן.
אזוי האסטו יעצט באשלאסן...

בעפאר השכלה איז נישט געווען אזא מושג ווי שייטלען אין אייראפע, ווי דו קענסט זען פון חתם סופר און נאך. און אויך, אפילו בימי החת"ס איז נאר געווען צוגעדעקטע שייטלען. אפענע האט פאסירט אין א דור צוויי שפעטער. אזוי זעט מען בספרי תלמידי החת"ס.

כהאב גערעדט פון די אלגעמיינע לבוש. איבער שייטלעך האבעך א געוואלד מיט חומר ארויסצושטעלן דארף איך נאר האבן די צייט עס צאמצונעמען מיט אלע מקורות.

דער חת”ס רעדט נישט פון פאה נכרית צו זיינע טעכטער ווען סאיז נישט געווען אזוי דאס מציאות ביי אים אין שטאט... פשוט פון די צוואה איז מוכרח אז שייטלעך איז געווען א דבר מפורסם ביי אים אין שטאט און טראץ דעם אלעם טרעפן מיר אים עס נישט אסרן פארן רבים.

אבער כוועל ווארטן אויף די צייט און ריכוז ווייל יעדעס ווארט ברויך דאך דעקונג מיט א געהעריגע מראה מקום.

איר האט גערעדט פון די א”ג מאדערענע אויבערלענדישע געשטעל עס רופנדיג ”נשפע פון השכלה” האבעך געזאגט אז דאס גייט נאך צוריק צו לאנג בעפאר השכלה, כהאב מיך נישט באצויגן צו די שייטל נושא
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אקעי, איך האב יא געמיינט דוקא די שייטלען. דאס איז געקומען פון די משכילים (און פון רוסלאנד).

בנוגע דעם חת"ס, יא, ווען ער איז שוין געווען עלטער איז שוין געווען שטארק פארשפרייט צוגעדעקטע שייטלען.

(איך רעד דא איבער דעם מציאות הזמנים, וואס מ'האט דא געוואלט וויסן. וואס זיין שיטה איז געווען האמיר שוין געשמועסט, און כ'בין גרייט פאר נאך...)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5097

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 4:22 pm

בנוגע דעם חת"ס, יא, ווען ער איז שוין געווען עלטער איז שוין געווען שטארק פארשפרייט צוגעדעקטע שייטלען.
צוגעדעקטע? מהיכי תיתי?

(כוויל מאריך זיין בעזה”ש, אבער דאס איז שוין א פרישע חידוש וואס כבין זייער נייגעריג פון וואנעט איר נעמט דאס)
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6612
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15267

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אזוי שרייבט רבי הילל מקאלאמייע, אז ס'איז יעצט אריינגעקומען א נייע מאדע פון "פארוק" וואס איז ממש אויפגעדעקט ר"ל... עפעס וואס דער חת"ס וואלט שוין יא ארויס אפן דערקעגן...
שרייב פאוסט