ווערווייס האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 24, 2026 4:58 pm
הייסע קרעטשניפער האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 24, 2026 3:52 pm
אזוי וויל איך האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 24, 2026 3:18 pm
שוין יארן וואס סליגט ביי אים.
זייט מהאט אנגעהויבן צורעדן פין צוטיילן האט מען אלעס אריבערגעפירט צו אים אין ניו זשערסי.
מהאט זיך קיינמאל נישט באניצט מיט די חפצים פארדעים
וועלכע יארן איז דעיס געווען? נאך פאר נ"ט?
נע, ערגעץ אין די ע' יארן
איינער קען מיר אפשר מסביר זיין וואס עס גייט דא פאר?
ווי איז די ירושה געליגן ביי די פטירה פונעם רבין ז"ל הב"מ?
אויב ביי אים אינדערהיים אויף בעדפארד איז דאך עס אריין אין מהר"יי'ס רשות.
דעמאלטס פארוואס איז אנגעקומען צי ר' מאיר הירש די גאנצע ירושה? ער איז דאך פון די חסידי האדמ"ר מהר"א?
אויב עס איז נישט געליגן ביים רבין ז"ל אינדערהיים טא ווי דען איז עס געליגן ביז די ע' יארן ווען מאיר הירש האט עס באקומען?
און בכלל ווען איז געווארן אויפגעשטעלט געווארן די קאמיטע לעניני הירושה וואס די רבי ז"ל האט אויפגעשטעלט וואס דאס איז ר' מאיר הירש און ר' משה גבאי?
וואס דאס האט נאך געמוזט ווערן אויפגעשטעלט נאך פאר די פאליטיק יארן ווייל נאכדעם האט מען שוין נישט געקענט צוזאם די צוויי שטעלן אויף איין צד?
(וואס איך האב אלעמאל געמיינט איז אז די ירושה איז געליגן אלעמאל בביתו נאוה קודש אויף בעדפארד און מהר"יי האט גענוצט אלע יארן די ברך משה'ס חפיצים "מיט רעכט"
-ווייל ער איז דאך רבי... און מ"מ...
און יעצט האט ער באשלאסן אז משום שיינע סיבות כדי נישט צי זיין באשמוצט אויף די גאס וועט ער זיך טיילן מיט
די אנדערע ברודער.
אבער ווי עס קוקט אויס שמעקט נישט פאר געוויסע די טעראריע און פאר דעם איז די קרעטשניפער געווארן לעצטנס אינגאנצן באשייגעצט
וויל איך קלארשטעלן די אויבנדערמאנטע פאקטן ווייל זאכן דארפן שטימען.
און אנטשולדיגט הרב
@הדסים
ווען איך האב געשריבן
"פארוואס זאל ער עס נישט ניצן?"
האב איך געמיינט צי פרעגן אז לויט מהר"יי האט אים דאך די רבי הב"מ ז"ל אויפגענומען אלס מ"מ און מיט די רעביסטעווע קומט דאך מיט די אלע חפיצים דעמאלטס לויט אים מעג ער דאך נוצן די אלע חפיצים
דעמאלטס דעיס וואס יענער זאגט אז ער נוצט עס נישט פרעג איך אז לויט אים פארוואס ניצט ער עס נישט סאיז דאך זיינס?
נאר וואס דען סקוקט אויס ווי א אייגן פאבריצירטע תורה אז יעצט ווען עיני כל ישראל איז געוואנדן צי סאטמאר קוקענדיג וואס עס גייט דארט פאר מיט די ירושה איז א בושה צי זאגן אז מהר"יי האט עס אלעמאל גענוצט ווען עס איז נישט זיכער לכל הדעות אז ער האט עס געמעגט ניצן
דעריבער קוקט אויס דאס אז ער האט עס קיינמאל נישט גענוצט ווי א פאבריצירטע תורה לאור המצב).